מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

מלבושי שב"ק בזמני שמחה בחול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שמועס אפגעטיילט פון מהר"א הכנסת ס"ת שנירל
פרוביר אויך האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אויסגעוועלט די צייט ווען עס איז קאלט און עס קען נאך אויך שנייען, פארוואס קען מען נישט ווארטן ביז שבועות צייט.

שמעתי אז דער רבי האט נישט געוואלט אנטון בגדי שבת צום הכנסת ספר תורה, במילא האט מען אויסגעקליבן דאס צו מאכן שושן פורים ווען מ'גייט במילא מיט בגדי שבת.

פלא
עס איז א מנהג העולם,
איז דא ערגעץ ווי מען פירט זיך נישט אנצוטהון בגדי שבת?

טראוועי האט געשריבן:

שווער צי גלייבן, ווייל א הכנסת ס'ת איז נאך אזא שמחה ווי חתונה מאבן א קינד נו מאי שנא ?
נאר איך פארשטיי נישט פארוואס סאיז שושן פורים פאר א צווייטע סבה, ווייל סקוקט אויס מער ווי א עמוישנעל זאך ווי שטאטע ניגונים אין מעמד רגש איז אין די טעג פין פורים איז פונקט די פארקערטע סאיז לוסטוג אין לעבעדיג סגייט עפעס נישט צוזאמען די צוויי זאכן

אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

טראוועי האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אויסגעוועלט די צייט ווען עס איז קאלט און עס קען נאך אויך שנייען, פארוואס קען מען נישט ווארטן ביז שבועות צייט.

שמעתי אז דער רבי האט נישט געוואלט אנטון בגדי שבת צום הכנסת ספר תורה, במילא האט מען אויסגעקליבן דאס צו מאכן שושן פורים ווען מ'גייט במילא מיט בגדי שבת.

שווער צי גלייבן, ווייל א הכנסת ס'ת איז נאך אזא שמחה ווי חתונה מאבן א קינד נו מאי שנא ?
נאר איך פארשטיי נישט פארוואס סאיז שושן פורים פאר א צווייטע סבה, ווייל סקוקט אויס מער ווי א עמוישנעל זאך ווי שטאטע ניגונים אין מעמד רגש איז אין די טעג פין פורים איז פונקט די פארקערטע סאיז לוסטוג אין לעבעדיג סגייט עפעס נישט צוזאמען די צוויי זאכן

פינקט פארקערט, די ארומיגע האבן דייקא געוואלט א טאג ווען דער עולם גייט במילא מיט בגדי שבת...
די רבי האט געוואלט אריינגעבן דעם ספר יו''ט שבועות הבעל''ט כידוע,
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

לויט ווי איך האב געהערט, ווען הרה"צ ר' שלום אליעזר שליט"א דעם רבי'ןס ברודער האט געמאכט א הכנסת ספר תורה, האט דער רבי אויך נאר אנגעטון די בגדי שבת נאך וואס מ'האט איהם מסביר געווען א רש"א מיט זיינע בני המשפחה וועלן אנהאבן בגדי שבת, און ס'וועט זיך שלעכט אפטייטשן אויב דער רבי וועט נישט.

אבער בעצם האט ער דאס נישט געוואלט.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

אינטערעסאנט צו הערן, אין וועלכע חסיד'ישע מקומות ווייסט מען נאכנישט דערפון?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.
ווערסטו יעצט געוואויר, אז דאס איז בלויז אזא נאכגעטאנצאכץ איינער מאכט נאך דעם צווייטן, אבער קיין מנהג איז דאס נישט.

(אגב, ביי א ברית פירט זיך היינט רוב וועלט אז בלויז דער בעל הברית און זיינע עלטערן גייען מיט בגדי שבת.
בעת דער מנהג איז, און טאקע ביים רבי'ןס משפחה פירט מען זיך אזוי, אז אלע בני משפחה (אזעלכע וואס וואלטן געגאנגן מיט בגדי שבת ווען יענער מאכט חתונה) גייען מיט בגדי שבת)
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

איז דער מנהג שושן פורים המשולש גיין מיט בגדי שבת?
הלמאי?
ס'איז דאך נישט קיין פורים אויך נישט אין ירושלים, נאר תשלומי סעודת פורים. זיי גייען מיט שטריימל ווייל זיי מאכן סעודה, אבער ווי קומט דאס צו גייען מיט שטריימלאך אויסער ירושלים?

אלעמאל אזוי געוועהן?
מצליח
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:33 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצליח »

פרוביר אויך האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אויסגעוועלט די צייט ווען עס איז קאלט און עס קען נאך אויך שנייען, פארוואס קען מען נישט ווארטן ביז שבועות צייט.

שמעתי אז דער רבי האט נישט געוואלט אנטון בגדי שבת צום הכנסת ספר תורה, במילא האט מען אויסגעקליבן דאס צו מאכן שושן פורים ווען מ'גייט במילא מיט בגדי שבת.

פלא
עס איז א מנהג העולם,
איז דא ערגעץ ווי מען פירט זיך נישט אנצוטהון בגדי שבת?

@כאניש וואס צו טון איז גערעכט.
די רבי האט געזאגט ביים ענדיגן שרייבן די ספר תורה אז אינדערהיים פלעגט מען נישט גיין מיט קיין שטריימל ביי א הכנסת ספר תורה. אשע"כ האט די רבי עס געוואלט מאכן אויף יו"ט שבועות הבעל"ט ווי מען גייט במילא מיט א שטריימל. היות די ספר תורה איז גענדיגט געווארן מיט א צוויי חדשים שנעלער ווי געפלאנט האט די רבי באשלאסן א טאג פארן אפליען קיין פאלם ספרינגס אויף אפרוה אז מען וועט עס בעז"ה מאכן שושן פורים וואס מען גייט נאך אויך מיט א שטריימל !
כל מקדש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 12:40 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל מקדש »

טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.

אין סקיוורא גייט מען מוט א היט
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

כל מקדש האט געשריבן:
טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.

אין סקיוורא גייט מען מיט א הוט

אין וויזניץ אויך.
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
פארצייטיש
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:24 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטיש »

כל מקדש האט געשריבן:
טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.

אין סקיוורא גייט מען מוט א היט

מען גייט מיט א בעקיטשע און א הוט
ABuRwv_wide_m.jpeg
ABuRwv_wide_m.jpeg (70.09 KiB) געזען 1748 מאל
אריינגעכאפט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 11:28 am

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריינגעכאפט »

מה ידידות האט געשריבן:
כל מקדש האט געשריבן:
טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.

אין סקיוורא גייט מען מיט א הוט

אין וויזניץ (מאנסי) אויך.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

פרוביר אויך האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס מען האט אויסגעוועלט די צייט ווען עס איז קאלט און עס קען נאך אויך שנייען, פארוואס קען מען נישט ווארטן ביז שבועות צייט.

שמעתי אז דער רבי האט נישט געוואלט אנטון בגדי שבת צום הכנסת ספר תורה, במילא האט מען אויסגעקליבן דאס צו מאכן שושן פורים ווען מ'גייט במילא מיט בגדי שבת.

פלא
עס איז א מנהג העולם,
איז דא ערגעץ ווי מען פירט זיך נישט אנצוטהון בגדי שבת?

ווען איז געווארען דער מנהג העולם.

אין בעלזא איז געווען דער מנהג אז דער גאנצער ציבור טוט זיך אהן בגדי שבת.
שפעטער איז געווארען דער מכניס הספר ומשפחתו טוען אהן, און דאס איז פארשטענדיג ווייל דאס איז זיין יום שמחה, און אזוי ווי יעדע שמחה טוט מען אהן בגדי שבת

אבער אין סאטמאר טוט מען נישט אהן בגדי שבת ביי יעדע שמחה לדוגמא בר מצוה, תנאים וכו'.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך גלייב נישט אז דער רבי וואלט געהאט א פראבלעם אנציטוהן א שטריימעל ווען ער גייט סייווי יעדן מאנטיג און דאנערשטיג מיט א שטריימל וועגן משפחה שמחות. איך גלייב אז עס איז מער כדי דער גאנצער עולם זאל גיין בבגדי שבת די שמחה זאל זיין מער דערהויבן.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אבן יקרה האט געשריבן:איז דער מנהג שושן פורים המשולש גיין מיט בגדי שבת?
הלמאי?
ס'איז דאך נישט קיין פורים אויך נישט אין ירושלים, נאר תשלומי סעודת פורים. זיי גייען מיט שטריימל ווייל זיי מאכן סעודה, אבער ווי קומט דאס צו גייען מיט שטריימלאך אויסער ירושלים?

אלעמאל אזוי געוועהן?

אמאל נישט, מען איז געגאנגען נאר בגדי שבת בשעת הסעודה במקומות שעשו.

כהיום נתרבו כבר ההולכים כל היום בבגדי שבת.

ואני זוכר גם שושן פורים כשלא כולם הלכו בבגדי שבת ולא היה מוזר ללכת ברחוב בבגדי חול, היום נשתנו העתים בזה. וכמעט נשארו רק חסידי גור שהולכים בארה"ב בבגדי חול בשושן פורים.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אוהב ספרים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:איז דער מנהג שושן פורים המשולש גיין מיט בגדי שבת?
הלמאי?
ס'איז דאך נישט קיין פורים אויך נישט אין ירושלים, נאר תשלומי סעודת פורים. זיי גייען מיט שטריימל ווייל זיי מאכן סעודה, אבער ווי קומט דאס צו גייען מיט שטריימלאך אויסער ירושלים?

אלעמאל אזוי געוועהן?

אמאל נישט, מען איז געגאנגען נאר בגדי שבת בשעת הסעודה במקומות שעשו.

כהיום נתרבו כבר ההולכים כל היום בבגדי שבת.

ואני זוכר גם שושן פורים כשלא כולם הלכו בבגדי שבת ולא היה מוזר ללכת ברחוב בבגדי חול, היום נשתנו העתים בזה. וכמעט נשארו רק חסידי גור שהולכים בארה"ב בבגדי חול בשושן פורים.

אין סאטמאר האט מען בכלל געהאלטן שושן פורים מער יו"ט'דיג זינט דער רבי ז"ל איז געווען ירושלים'ער רב.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס איז איינעמ'ס השערה, דער רבי האט שוין געפראוועט שושן פורים נאך איידער ער איז געווען רב אין ירושלים.

דער מקור איז פון חסיד'ישע מקומות, אלע וואס פירן זיך ווי זידיטשויב פירן זיך אזוי ועוד ועוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

אוהב ספרים האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:איז דער מנהג שושן פורים המשולש גיין מיט בגדי שבת?
הלמאי?
ס'איז דאך נישט קיין פורים אויך נישט אין ירושלים, נאר תשלומי סעודת פורים. זיי גייען מיט שטריימל ווייל זיי מאכן סעודה, אבער ווי קומט דאס צו גייען מיט שטריימלאך אויסער ירושלים?

אלעמאל אזוי געוועהן?

אמאל נישט, מען איז געגאנגען נאר בגדי שבת בשעת הסעודה במקומות שעשו.

כהיום נתרבו כבר ההולכים כל היום בבגדי שבת.

ואני זוכר גם שושן פורים כשלא כולם הלכו בבגדי שבת ולא היה מוזר ללכת ברחוב בבגדי חול, היום נשתנו העתים בזה. וכמעט נשארו רק חסידי גור שהולכים בארה"ב בבגדי חול בשושן פורים.

פורים משולש
אויב געדענק איך גוט ווען מ'האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג, איז פאפא נישט געגאנגען קיין שטריימלעך
אזוי אויך אין סקווירא גייט מען נישט ועוד
לעצט פארראכטן דורך משה צימערינג אום דינסטאג פעברואר 23, 2021 1:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

ביי הרה"ק מצאנז ואחריו בבאבוב הי' שושן פורים שמחה יותר מעצם יום הפורים דכשהוא פורים בירושלים איז פורים אין הימל
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

איך האב נישט גערעדט פון שושן פורים בכללות

איך האב גערעדט עקסטער פון שושן פורים המשולש, וואס אין ירושלים אליין איז נישט פורים נאר קיום מצוות סעודת היום.
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.
ווערסטו יעצט געוואויר, אז דאס איז בלויז אזא נאכגעטאנצאכץ איינער מאכט נאך דעם צווייטן, אבער קיין מנהג איז דאס נישט.

(אגב, ביי א ברית פירט זיך היינט רוב וועלט אז בלויז דער בעל הברית און זיינע עלטערן גייען מיט בגדי שבת.
בעת דער מנהג איז, און טאקע ביים רבי'ןס משפחה פירט מען זיך אזוי, אז אלע בני משפחה (אזעלכע וואס וואלטן געגאנגן מיט בגדי שבת ווען יענער מאכט חתונה) גייען מיט בגדי שבת)

די מנהג נעמט זיך ווייל ביים ברית פון רבין ז"ל הברך משה האט בעלזא רב געהייסן יעדעם אנטון בגדי שבת
אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים טובים ולשלום »

farshlufen האט געשריבן:דאס איז איינעמ'ס השערה, דער רבי האט שוין געפראוועט שושן פורים נאך איידער ער איז געווען רב אין ירושלים.

דער מקור איז פון חסיד'ישע מקומות, אלע וואס פירן זיך ווי זידיטשויב פירן זיך אזוי ועוד ועוד.

על פי קבלה איז שושן פורים נאך העכער ווי פורים אליינס
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
טראוועי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטאן בגדי שבת איז גאנץ א נייע מנהג, ס'דא חסיד'ישע מקומות וואו מ'ווייסט נאך נישט דערפון.

ועל השנית, רגש און שמחה איז נאר נישט קיין סתירה, נאר עכטע שמחה קומט פון רגש.

נישטא קיין מקום אויף די וועלט ווי איינער האט שוין אריינגעגעבן א הכנסת ספר תורה מיט א היט.
ווערסטו יעצט געוואויר, אז דאס איז בלויז אזא נאכגעטאנצאכץ איינער מאכט נאך דעם צווייטן, אבער קיין מנהג איז דאס נישט.

(אגב, ביי א ברית פירט זיך היינט רוב וועלט אז בלויז דער בעל הברית און זיינע עלטערן גייען מיט בגדי שבת.
בעת דער מנהג איז, און טאקע ביים רבי'ןס משפחה פירט מען זיך אזוי, אז אלע בני משפחה (אזעלכע וואס וואלטן געגאנגן מיט בגדי שבת ווען יענער מאכט חתונה) גייען מיט בגדי שבת)

אין סקווירא איז אויך אזוי. דעם רבינס גאנצע משפחה גייט מיט בגדי שבת.

די יאר גייט מען בבגדי חול זונטאג אין סקווירא. מ'מאכט נישט קיין שום סעודה וכו', חוץ ביי של"ס איז מען יא משלים די צווייטע סעודת פורים מיט טענץ - מאכלים - (און די פורים שפיל) (און די זעלבע טוט מען שמחת תורה וואס געפאלט ער"ש)
צימערינג האקט.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אבן יקרה האט געשריבן:איך האב נישט גערעדט פון שושן פורים בכללות

איך האב גערעדט עקסטער פון שושן פורים המשולש, וואס אין ירושלים אליין איז נישט פורים נאר קיום מצוות סעודת היום.

פון גליון "דברות קודש" פון תו"א
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (65.58 KiB) געזען 1359 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
לא ימושו מפיך
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 2:17 pm

Re: הכנסת ספר תורה פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מהר"א שליט"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא ימושו מפיך »

די עולם מושט צוזאם

א געווענטליך שושן פורים גייט מען איבעראל מיט שטריימליך

אזא יאר ווי די יאר איז נאר סאטמאר און באבוב. אזוי מיין איך

אבער מוצש״ק מיין איך איז יא דא איבעראל שושן פורים טישן אפילו דארט ווי זונטאג איז נישט שושן פורים.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”