יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

שוין א לאנגע צייט וואס איך האב א נייגעריגקייט צו דערגיין, ווער ס'איז דער מחבר פון די יהי רצון וואס כלל ישראל זאגט נאך תהלים.

ס'מוז זיין אז ס'קומט פון אן אדם גדול, וואס האט געהאט די זכיה, און האט עס נאך אלץ, אז הונדערטער טויזנטער אידן גיסן זיך אויס דאס הארץ פארן באשעפער מיט די תפלה. די טיפסטע און דערהויבנסטע געפילן ווערן ארויסגעברענגט זייענדיג מתפלל אט די תפלה. נאר דער באשעפער ווייסט וויפיל טייכן טרערן האבן אידן שוין פארגאסן זאגנדיג די תפלה.
דער עולם וועט זיכער זיין דאנקבאר פאר ווער ס'וועט אהערשטעלן דעם נאמען פונעם מחבר, און דער מקור פון די תפלה.

זאל דער באשעפער העלפן אז מיר זאלן אלע אויספועל'ן אלעס גוטס מיט די תפלה
לעצט פארראכטן דורך וויל זיין גוט אום דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 12:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אם לא עכשיו אימתי
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

ווערט געברענגט אין קיצור של"ה, דער חיד"א ברענגט דאס אין תהלים יוסף תהלות און שרייבט "אשר תקנתי נוסח הקדום", און לייגט צו אסאך הוספות צום יהי רצון.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

יישר כח.

די שאלה איז, צי ס'איז מעגליך צו פארשטיין פון דעם הייליגן חיד"א זצ"ל'ס לשון "נוסח הקדום", אז ער האט נישט געוואוסט דעם מקור?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

תגובה דורך היימישער הייקער »

איין זאך וואס באדערט מיך אלס ביי דעם תפלה, איז האו קאם מען רעדט נישט דארט וועגן שידוכים פאר עלטערע בחורים אין מיידלעך, די תפלה הייבט זיך אהן נאך די חתונה, מיט האבן קינדער. אמאל לייג איך עס צו 'ותשלח לכל בחורי ובתולי עמך ישראל שהגיעו לפרקם זיוויגם הגונים לתורותיך ולעבודתך', און אמאל נישט, ווייל ווער בין איך צו פאטשקענען אין אזא הייליגע תפלה. יעדע מאל בינעך עקסטער מסופק.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך מיין אז די פאלגענדע ווערטער פון די תפלה, זענען זייער שטארק געאייגענט ארויסצוברענגען דעם מצב פון פארזעצטע בחורים און מיידלעך:

וְתִקְרָא לִשְבוּיִים דְרוֹר וְלַאֲסוּרִים פְּקַח קוֹח.

אזוי אויך דאס:
וּלְכָל הוֹלְכֵי דְרָכִים וְעוֹבְרֵי יָמִים וּנְהָרוֹת מֵעַמְךָ יִשְׂרָאֵל תַצִילֵם מִכָּל צָעָר וָנֵזֵק, וְתַגִיעֵם לִמְחוֹז חֶפְצָם לְחַיִים וּלְשָׁלוֹם.
אם לא עכשיו אימתי
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

היימישער הייקער האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיך אלס ביי דעם תפלה, איז האו קאם מען רעדט נישט דארט וועגן שידוכים פאר עלטערע בחורים אין מיידלעך, די תפלה הייבט זיך אהן נאך די חתונה, מיט האבן קינדער. אמאל לייג איך עס צו 'ותשלח לכל בחורי ובתולי עמך ישראל שהגיעו לפרקם זיוויגם הגונים לתורותיך ולעבודתך', און אמאל נישט, ווייל ווער בין איך צו פאטשקענען אין אזא הייליגע תפלה. יעדע מאל בינעך עקסטער מסופק.

אין יענע צייטן האט מען חתונה געהאט יונג, אין די געגנט פון 13 וואס איז מצוה מן המובחר כמובא בשו"ע, ממילא האט נישט אויסגעפעלט דאס אריינצולייגן אין די תפלה.
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 711
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

עלמיר צולייגן אפאר נקודות
1) ספר מטה אפרים - סימן תקפא ח
נוהגין בכל יום של ימי החול מראש חודש אלול ואילך אחר התפלה אומרים בצבור עשרה מזמורים תהלים ומתכונים לגמר כל תהלים שני פעמים קדם ראש השנה. והיא עולה כמנין כפ"ר. ומתחילין אחר ראש חדש כדי לומר יהי רצון המסדר אחר אמירת תהלים בשלמות עם התחנונים.

2) אין די תהלים נוסח טאהש איז די יהי רצון געדריקט מיט זייער אן אינטרעסאנטן מהלך/נוסח

3) בשנת תשנ"ח ביי די נסיעה פונעם ברך משה (כ"ח תמוז) ביים ארויסקומען פונעם סיגוט'ער אהל - האט האדמו"ר מהר"א געזאגט פאר האדמו"ר מהרי"י אז לכאורה אין די ווערטער ותן לכל איש ואיש וכו' ולכל גוי' וגוי' די מחסורה - איז מרומז די בקשה פאר שידוכים.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

זייער שיינע געדאנקען, אבער לגבי דעם עצם ציל פון דעם אשכול זענען מיר נאך נישט אנגעקומען צו כמעט גארנישט.

וואו איז דער עולם? וואו זענען די חוקרים? די ידענים?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

התבונני האט געשריבן:
2) אין די תהלים נוסח טאהש איז די יהי רצון געדריקט מיט זייער אן אינטרעסאנטן מהלך/נוסח

דאכצעך אז ס'איז די זעלבע נוסח, נאר געדאפעלט די שלילי ווערטער, למשל 'ותבטל מעלינו כל גזירות רעות וכו' תבטל
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

וויל זיין גוט האט געשריבן:יישר כח.

די שאלה איז, צי ס'איז מעגליך צו פארשטיין פון דעם הייליגן חיד"א זצ"ל'ס לשון "נוסח הקדום", אז ער האט נישט געוואוסט דעם מקור?

מעגליך.

איך האב נאכגעקוקט עטליכע זאכן וואס ווערן געברענגט אין קיצור של"ה און פונעם חיד"א און ביי קיין איינס פון די זאכן ברענגט נישט דער חיד"א דעם קיצור של"ה אלס מקור.

שפעטער האב איך געטראפן אין ספר שבט מיהודה (ר' יהודה בן דוד, א היינטיגער) חלק א' סימן כד וואו ער שמועסט אויס אז דער חיד"א ברענגט נישט דעם ספר קיצור של"ה אין שם הגדולים און אין קיין איינס פון זיינע ספרים!

ממילא איז שווער צו זאגן אז דער חיד"א האט זיך באצויגן צום קיצור השל"ה לגבי דעם יהי רצון, אדער קען זיין פארקערט, אז דער חיד"א האט יא געוואוסט דערפון נאר ווייל ער האט [אפשר] נישט אזוי געהאלטן פונעם ספר און/אדער מחברו האט ער געוואלט מתקן זיין דעם נוסח, ויל"ע.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דער מקור איז פון "שערי ציון". און די תפלה איז מיוסד אויף די תפלות פון די "אנשי מעמד".

ס'דא וואס זאגן אז דער מקור פון שערי ציון איז דער חמדת ימים, וואס ברענגט די זעלבע תפלה, מער באריכות, און אזוי ווי מ'געפונט אסאך תפלות פון שערי ציון זענען מקורם פון חמדת ימים.

און דערנאך איז עס אנגעקומען אין סידור השל"ה.

[לע"א אין פנאי להאריך, ואי"ה עוד חזון למועד]
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

היימישער הייקער האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיך אלס ביי דעם תפלה, איז האו קאם מען רעדט נישט דארט וועגן שידוכים פאר עלטערע בחורים אין מיידלעך, די תפלה הייבט זיך אהן נאך די חתונה, מיט האבן קינדער. אמאל לייג איך עס צו 'ותשלח לכל בחורי ובתולי עמך ישראל שהגיעו לפרקם זיוויגם הגונים לתורותיך ולעבודתך', און אמאל נישט, ווייל ווער בין איך צו פאטשקענען אין אזא הייליגע תפלה. יעדע מאל בינעך עקסטער מסופק.

א גיטע קשיא, אבער כבר קדמוך מיט די קשיא. איך האב געהערט די קשיא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א, און ער האט דאס פארענטפערט אז דאס בעט מען ביי "ולכל גוי' וגוי' די מחסורה" עפעס א רש"י האט ער צוגעלייגט צו דעם אז אן א אשה איז מען חסר (אפשר די רש"י בראשית פרק ב פסוק כא כשהביאן הביאן לפניו כל מין ומין זכר ונקבה אמר לכלם יש בן זוג ולי אין בן זוג מיד ויפל, איך געדענק נישט), ממילא ווען מען בעט די מחסורה מיינט דאס אויך א תפילה אויף שידוכים, ודפח"ח.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

טראק דרייווער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיך אלס ביי דעם תפלה, איז האו קאם מען רעדט נישט דארט וועגן שידוכים פאר עלטערע בחורים אין מיידלעך, די תפלה הייבט זיך אהן נאך די חתונה, מיט האבן קינדער. אמאל לייג איך עס צו 'ותשלח לכל בחורי ובתולי עמך ישראל שהגיעו לפרקם זיוויגם הגונים לתורותיך ולעבודתך', און אמאל נישט, ווייל ווער בין איך צו פאטשקענען אין אזא הייליגע תפלה. יעדע מאל בינעך עקסטער מסופק.

א גיטע קשיא, אבער כבר קדמוך מיט די קשיא. איך האב געהערט די קשיא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א, און ער האט דאס פארענטפערט אז דאס בעט מען ביי "ולכל גוי' וגוי' די מחסורה" עפעס א רש"י האט ער צוגעלייגט צו דעם אז אן א אשה איז מען חסר (אפשר די רש"י בראשית פרק ב פסוק כא כשהביאן הביאן לפניו כל מין ומין זכר ונקבה אמר לכלם יש בן זוג ולי אין בן זוג מיד ויפל, איך געדענק נישט), ממילא ווען מען בעט די מחסורה מיינט דאס אויך א תפילה אויף שידוכים, ודפח"ח.

ער האט אודאי גערעדט פון די רש"י אויפ'ן פסוק (דברים טו, ח) 'די מחסרו אשר יחסר לו', זאגט רש"י שם די גמ' אין כתובות 'לו-זו אשה וכן הוא אומר (בראשית ב) אעשה לו עזר כנגדו'
חוח בין השושנים האט געשריבן:
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

אוראייניקל האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיך אלס ביי דעם תפלה, איז האו קאם מען רעדט נישט דארט וועגן שידוכים פאר עלטערע בחורים אין מיידלעך, די תפלה הייבט זיך אהן נאך די חתונה, מיט האבן קינדער. אמאל לייג איך עס צו 'ותשלח לכל בחורי ובתולי עמך ישראל שהגיעו לפרקם זיוויגם הגונים לתורותיך ולעבודתך', און אמאל נישט, ווייל ווער בין איך צו פאטשקענען אין אזא הייליגע תפלה. יעדע מאל בינעך עקסטער מסופק.

א גיטע קשיא, אבער כבר קדמוך מיט די קשיא. איך האב געהערט די קשיא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א, און ער האט דאס פארענטפערט אז דאס בעט מען ביי "ולכל גוי' וגוי' די מחסורה" עפעס א רש"י האט ער צוגעלייגט צו דעם אז אן א אשה איז מען חסר (אפשר די רש"י בראשית פרק ב פסוק כא כשהביאן הביאן לפניו כל מין ומין זכר ונקבה אמר לכלם יש בן זוג ולי אין בן זוג מיד ויפל, איך געדענק נישט), ממילא ווען מען בעט די מחסורה מיינט דאס אויך א תפילה אויף שידוכים, ודפח"ח.

ער האט אודאי גערעדט פון די רש"י אויפ'ן פסוק (דברים טו, ח) 'די מחסרו אשר יחסר לו', זאגט רש"י שם די גמ' אין כתובות 'לו-זו אשה וכן הוא אומר (בראשית ב) אעשה לו עזר כנגדו'

יא יא ריכטיג, יישר כח פאר'ן מיך דערמאנען. ער האט טאקע גערעדט פון די רש"י.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

נא_שכל האט געשריבן:דער מקור איז פון "שערי ציון". און די תפלה איז מיוסד אויף די תפלות פון די "אנשי מעמד".

[לע"א אין פנאי להאריך, ואי"ה עוד חזון למועד]

נישט געטראפן אין שערי ציון

מיר ווארטן צו באקומען מער אינפארמאציע
אם לא עכשיו אימתי
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וויל זיין גוט האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דער מקור איז פון "שערי ציון". און די תפלה איז מיוסד אויף די תפלות פון די "אנשי מעמד".

[לע"א אין פנאי להאריך, ואי"ה עוד חזון למועד]

נישט געטראפן אין שערי ציון

מיר ווארטן צו באקומען מער אינפארמאציע

ביטע קוק בעסער! דאס איז פון שערי ציון דפוס ראשון
אטעטשמענטס
שערי ציון תפלה אחר תהילים.jpg
שערי ציון תפלה אחר תהילים.jpg (594.39 KiB) געזען 1194 מאל
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

היימישער הייקער האט געשריבן:איין זאך וואס באדערט מיך אלס ביי דעם תפלה, איז האו קאם מען רעדט נישט דארט וועגן שידוכים פאר עלטערע בחורים אין מיידלעך, די תפלה הייבט זיך אהן נאך די חתונה, מיט האבן קינדער. אמאל לייג איך עס צו 'ותשלח לכל בחורי ובתולי עמך ישראל שהגיעו לפרקם זיוויגם הגונים לתורותיך ולעבודתך', און אמאל נישט, ווייל ווער בין איך צו פאטשקענען אין אזא הייליגע תפלה. יעדע מאל בינעך עקסטער מסופק.

וואלט געווען אינטערעסאנט צו ברענגען פריערדיגע מקורות איבער תפלה פאר שידוכים ווי למשל גמ' אדער מדרשים אדער גאר פסוקים

קען זיין עס דארף א באזונדערער אשכול

שרייבנדיג דערמאן איך זיך פונעם באקאנטן תפילת השל"ה
וְתַזְמִין לָהֶם זִוּוּגִים הֲגוּנִים מִזֶּרַע תַּלְמִידֵי חֲכָמִים מִזֶּרַע צַדִּיקִים, וְגַם הֵם זִוּוּגָם יִהְיוּ כְּמוֹתָם כְּכָל אֲשֶׁר הִתְפַּלַּלְתִּי עֲלֵיהֶם

אבער בדרך כלל געדענק איך נישט מער תפילות אויף דעם, און אויך איז דער תפלה אויף א געוויסער פרט און אין א וועג אן אריינפיר צו די תפילה אויף די זיווגים

איז דאס א נייערע פראבלעם אדער אין כל חדש תחת השמש?

מ'ווייסט פון די גמ' פון טב למיתב טן דו, ממילא איז דאס כמובן געווען א ישועה פאר ביידע ווייל נאר איין צד האט זיך געוועלט און ער האט געהאט א גרעסערן אויסוואל (סיי די וואס ווילן און אויך די וואס ווילן נישט)

זענען דא פריערדיגע סיפורים פון אלטע וואס האבן זיך געדרייט יארן אן א זיווג? זיך געמוטשעט וכדו'?
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

די תפילת השל״ה מעג מען זאגן יעדן טאג, נישט נאר ער״ח סיון. אויך שיר למעלות אשא עיני אל ההרים שטייט פון פריערדיגע אז דאס איז א מוראדיגע תפילה ספעציעל פאר זיווגים הגונים.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

נא_שכל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דער מקור איז פון "שערי ציון". און די תפלה איז מיוסד אויף די תפלות פון די "אנשי מעמד".

[לע"א אין פנאי להאריך, ואי"ה עוד חזון למועד]

נישט געטראפן אין שערי ציון

מיר ווארטן צו באקומען מער אינפארמאציע

ביטע קוק בעסער! דאס איז פון שערי ציון דפוס ראשון

עס קוקט אויס אז די יהי רצון איז נתחבר געווארן כדי צו זאגן נאכן ענדיגן א גאנצן ספר אבער למעשה זאגט מען עס אפילו נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, איז אינטערעסאנט צו וויסן צו דאס האט א מקור. גראדע איז דא פלעצער ווי למשל אין ויז’ניץ וואס מען זאגט נישט דעם יהי רצון נאר נאכן ענדיגן א גאנץ ספר.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

Re: יהי רצון נאך תהלים דער מחבר און מקור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

א גוטן האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:דער מקור איז פון "שערי ציון". און די תפלה איז מיוסד אויף די תפלות פון די "אנשי מעמד".

[לע"א אין פנאי להאריך, ואי"ה עוד חזון למועד]

נישט געטראפן אין שערי ציון

מיר ווארטן צו באקומען מער אינפארמאציע

ביטע קוק בעסער! דאס איז פון שערי ציון דפוס ראשון

עס קוקט אויס אז די יהי רצון איז נתחבר געווארן כדי צו זאגן נאכן ענדיגן א גאנצן ספר אבער למעשה זאגט מען עס אפילו נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, איז אינטערעסאנט צו וויסן צו דאס האט א מקור. גראדע איז דא פלעצער ווי למשל אין ויז’ניץ וואס מען זאגט נישט דעם יהי רצון נאר נאכן ענדיגן א גאנץ ספר.

עי' בליקוטי מהרי"ח סדר ליל הושענה רבא ווי ער רעדט איבער דעם יהי רצון אחר תהלים מספר שערי ציון
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

א גוטן האט געשריבן:עס קוקט אויס אז די יהי רצון איז נתחבר געווארן כדי צו זאגן נאכן ענדיגן א גאנצן ספר אבער למעשה זאגט מען עס אפילו נאך אפאר קאפיטלעך תהילים, איז אינטערעסאנט צו וויסן צו דאס האט א מקור. גראדע איז דא פלעצער ווי למשל אין ויז’ניץ וואס מען זאגט נישט דעם יהי רצון נאר נאכן ענדיגן א גאנץ ספר.

זע מטה אפרים
וביהי רצון שלפני אמירת תהלים כתוב "עד מלואת ימי שנותינו בהם שבעים שנה". והוא שפת יתר, וראוי לדלג מלות "בהם שבעים שנה". וביהי רצון שאומרים אחר תהלים, כיון שאין אומרים ספר שלם, יש לומר "בזכות מזמורי תהלים שקראנו לפניך בזכות פסוקיהם ותיבותיהם ונקודותיהם וטעמיהם ובזכות שמות הקדושים" כו'. ואחר היהי רצון אומר קדיש יתום
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”