אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלכער פסוק רעדט צו דיר דאס מערסטע? - ערקלער וועלכע ווערטער?

א
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ב
1
6%
ג
3
17%
ד
4
22%
ה
7
39%
ו
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ז
1
6%
ח
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
ט
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
י
2
11%
 
סך הכל שטימען: 18

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אויסגאנג פון די פאריגע קאפיטל:
viewtopic.php?f=5&t=43188&p=2264564#p2264564

די וואך וועלן מיר גיין צו קאפיטל ח:

א לַמְנַצֵּחַ עַל הַגִּתִּית מִזְמוֹר לְדָוִד.
ב ה' אֲדֹנֵינוּ מָה אַדִּיר שִׁמְךָ בְּכָל-הָאָרֶץ אֲשֶׁר תְּנָה הוֹדְךָ עַל הַשָּׁמָיִם.
ג מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז לְמַעַן צוֹרְרֶיךָ לְהַשְׁבִּית אוֹיֵב וּמִתְנַקֵּם.
ד כִּי-אֶרְאֶה שָׁמֶיךָ מַעֲשֵׂה אֶצְבְּעֹתֶיךָ יָרֵחַ וְכוֹכָבִים אֲשֶׁר כּוֹנָנְתָּה.
ה מָה אֱנוֹשׁ כִּי תִזְכְּרֶנּוּ וּבֶן אָדָם כִּי תִפְקְדֶנּוּ.
ו וַתְּחַסְּרֵהוּ מְּעַט מֵאֱלֹהִים וְכָבוֹד וְהָדָר תְּעַטְּרֵהוּ.
ז תַּמְשִׁילֵהוּ בְּמַעֲשֵׂי יָדֶיךָ כֹּל שַׁתָּה תַחַת-רַגְלָיו.
ח צֹנֶה וַאֲלָפִים כֻּלָּם וְגַם בַּהֲמוֹת שָׂדָי.
ט צִפּוֹר שָׁמַיִם וּדְגֵי הַיָּם עֹבֵר אָרְחוֹת יַמִּים.
י ה' אֲדֹנֵינוּ מָה אַדִּיר שִׁמְךָ בְּכָל הָאָרֶץ.

וועלכער פסוק ברענגט ארויס דאס מערסטע נקודות למחשבה און פתיחת הלב ביי דיר?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ה
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

קען זיין מען האט שוין דא געפרעגט
וואס איז די מטרה פון די אנקעטעס, איר פלאנט צו מאכן א קיצור ספר תהלים, אדער וואס?
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:ה

איר זעהט אויס צו זיין שטארק שפל ביי זעך... האבעך דרך ארץ פארייך.... אז נישט תורה כאטש ווייסטע דערפון.... הא?!
-----------------

עניוועי... אודה ולא אבוש; דער קאפיטל רעדט נישט צו מיין הארץ - און איך זאג עס נאכאלץ ווען איך קום אן דערצו, ווייל עס איז הייליג און טייער יעדעס קאפיטל אין תהילים.
לעצט פארראכטן דורך נשמת השכל אום זונטאג יולי 05, 2020 2:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

איך האב עס נישט געשריבן אין א ניכטירע מינוט
(דאס אויך נישט)
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

ויתן לך האט געשריבן:קען זיין מען האט שוין דא געפרעגט
וואס איז די מטרה פון די אנקעטעס, איר פלאנט צו מאכן א קיצור ספר תהלים, אדער וואס?

סארא שאלה?

ס'ברענגט אריין א התבוננות אין די תהלים און אין די ווערטער, מענטשן שרייבן זיך און זענען מסביר פארוואס א געוויסער פסוק האט זיי געכאפט, די געפילן קומען ארויס. דארפסט נאר א קוק געבן אין מיין אישי, וואס מענטשן שרייבן מיר, ווי שטארק עס מאכט אז מען זאל זיך מתבונן זיין אין די ווערטער, עס זאגט זיך די תהלים אנדערש שפעטער. אפילו דא ברבים האבן שוין ניקס געשריבן איבער דער תועלת וואס דאס האט זיי געברענגט (עיין אין די נפילת אפים אשכול).
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

כי אראה שמיך

ווייל עס דערמאנט מיך די מעשה וואס שטייט אין אוצר ישראל, ששמע מהתורת חסד מלובלין ששמע מרבו הצמח צדק ששמע מחותנו.

בעת שהבעל התניא דיבר מגדולת הרבי ר' זושא זי"ע סיפר האיך שהרבי ר' זושא יצא פעם תחת כפת השמים ואמר הפסוק כי אראה שמיך מעשה אצבעותך ירח וכוכבים אשר כוננת וכו', ונפל עליו יראה גדולה כ"כ עד שקיבל מזה שלשול של דם שלש מעת לעת מגודל פחד הבורא, וכשסיפר זאת הבעל התניא זי"ע התעלף, ולקח זמן ארוך עד שהקיצו אותו.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

ויתן לך האט געשריבן:קען זיין מען האט שוין דא געפרעגט
וואס איז די מטרה פון די אנקעטעס, איר פלאנט צו מאכן א קיצור ספר תהלים, אדער וואס?

סתם א זיסע געדאנק צו שטופן צייט איז גארנישט ? נאך אזא מטרה ווי די אלע צעדרייטע אנקעטעס און נארישע פלוידערייען אויף אלע זייטן פון אייוועלט
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ויתן לך האט געשריבן:קען זיין מען האט שוין דא געפרעגט
וואס איז די מטרה פון די אנקעטעס, איר פלאנט צו מאכן א קיצור ספר תהלים, אדער וואס?

וואס איז די מטרה פון אלע אנדערע אנקעטעס?
פונקט ווי מען קען עפענען א אשכול מיט די פראגע וועלעכע זינגער איז דיין פעיווערעט? אדער; ווי אפט טוישט איר וועש....?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

לאור המצב, וועט יעדע פסוק אין תהילים אויפנעמען אגענטן צו אויפטרייבן וואו מיר שטימען פאר זיין פסוק
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לאור המצב, וועט יעדע פסוק אין תהילים אויפנעמען אגענטן צו אויפטרייבן וואו מיר שטימען פאר זיין פסוק

לאור פון וועלעכע מצב...?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נשמת השכל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לאור המצב, וועט יעדע פסוק אין תהילים אויפנעמען אגענטן צו אויפטרייבן וואו מיר שטימען פאר זיין פסוק

לאור פון וועלעכע מצב...?

כאנישקאנאנונג
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

געוועלט פאר י'.

נאכן ארויסברענגן ווי שיין דער אויבערשטער האט אלע באשעפענישן באשאפן מיט זייער אייגנארטיגקייט, גיבט דוד המלך א שריי אויס נאכאמאל: ה' אֲדֹנֵינוּ מָה אַדִּיר שִׁמְךָ בְּכָל הָאָרֶץ!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17138
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

נשמת השכל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:לאור המצב, וועט יעדע פסוק אין תהילים אויפנעמען אגענטן צו אויפטרייבן וואו מיר שטימען פאר זיין פסוק

לאור פון וועלעכע מצב...?

.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

כִּי-אֶרְאֶה שָׁמֶיךָ מַעֲשֵׂה אֶצְבְּעֹתֶיךָ יָרֵחַ וְכוֹכָבִים אֲשֶׁר כּוֹנָנְתָּה.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

נשמת השכל האט געשריבן:עניוועי... אודה ולא אבוש; דער קאפיטל רעדט נישט צו מיין הארץ - און איך זאג עס נאכאלץ ווען איך קום אן דערצו, ווייל עס איז הייליג און טייער יעדעס קאפיטל אין תהילים.

דאס איז איינע פון די שענסטע קאפיטלען וואס איך האב נאר אמאל געזען. דאס ברענגט ארויס א הערליכע נאכט פאנאראמע, וואס באוואנדערט גאט'ס בריאה אויף דער וועלט.

אני כשלעצמי, בין זיך נוהג איינמאל אין אפאר טעג, ארויסצוגיין ביינאכט צו אן אפענע פעלד, באטראכטן גאט'ס בריאה ביינאכט, מיטן אויסגעשטערנטן הימל, און זאגן דעם קאפיטל מיט התפעלות. ס'איז עפעס מורא'דיג.

עס גיבט דעם בילד, ווי דוד שטייט אין דער נאכט, קעגן איבער די גרויסע בערג אונטער אן אויסגעשטערנטער הימל, שרייענדיג מיט עקסטאז, ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ, אשר תנה הודך על השמים... דאן ערקלערט ער, כי אראה שמך מעשי אצבועותך, ירח וכוכבים אשר כוננת - ווען מען זעט דעם הערליכן הימל, די ווערק פון דיינע פינגער וכו', בין איך זיך מתבונן ווי אזוי איך קליינע מענטשעלע שטייט פאר אזא גרויסע בריאה, און איך זאג "מה אנוש כי תזכרנו" - וואס איז דען א מענטש קעגן אזא בריאה וכו', אבער מיט דעם אלעמען, ותחסרהו מעט מאלוקים, וכבוד והדר תעטרהו, די גאנצע וועלט ליגט אונטער דעם קליינעם מענטש, תמשלהו במעשי ידך, כל שתה תחת רגליו,אלעס ליגט אונטער דער מענטש, צונה ואלפים כולם וגם בהמות שדי, ציפור שמים ודגי הים עובר אורחות ימים - מיט פארביגע קאלירן טוט ער פארשטעלן דעם גאנצן בריאה. אגב איז דא א שיינע לשון אויף די פיש - עובר אורחות ימים - די וואס טוען דורכגיין די וואסער וועגן.

און ער ענדיגט צו מעין הפתיחה, מיט זעלבן התפעלות אויסשריי - ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ.

...
אגב, דער פסוק מפי עוללים ויונקים, ערקלערן פיל מפרשים, אז קינדער רעדן אן ווערטער, זיי לאזן ארויס תנועות פון זייערע מיילער, אבער דאס אליין דערציילט דעם באשעפער'ס גדלות, די וואונדער פון גאט'ס בריאה. דעריבער ווען מען רעדט פון נפלאות הבורא, זאגט דער פסוק, מפי עוללים ויונקים יסדת עוז.

אנדערע לערנען אז דאס גייט ארויף אויפן סוף, אז דער מענטש, ווי נישטיג ער איז, האט אים דער באשעפער איבערגעגעבן דער גאנצער בריאה. דערפאר הויבט מען אן מיט א וואונדער, די קליינע קינדער, די עוללים ויונקים, זיי וועלן נאך אמאל אונטערוואקסן, און זיי וועלן גאר רעאגירן אויף די וועלט. ווי ווינדערליך איז דאס?!

בקיצור, דער קאפיטל איז א הערליכער קאפיטל, וואס שטעלט פאר מיט רויזיגע פארבן גאט'ס נאכט בריאה.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

חסדי אבות האט געשריבן:

הערליך, עס געט אן אנדערן ליכט
שויתי ה' לנגדי תמיד
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

מארגן וועט מען מפרסם זיין די תוצאות פון די וואלן און עפענען א פרישע אנקעטע.

כאפט אריין שטימען.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

האסט זיך ווארשיינליך טועה געווען מיט א טאג.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

חסדי אבות האט געשריבן:
נשמת השכל האט געשריבן:עניוועי... אודה ולא אבוש; דער קאפיטל רעדט נישט צו מיין הארץ - און איך זאג עס נאכאלץ ווען איך קום אן דערצו, ווייל עס איז הייליג און טייער יעדעס קאפיטל אין תהילים.

דאס איז איינע פון די שענסטע קאפיטלען וואס איך האב נאר אמאל געזען. דאס ברענגט ארויס א הערליכע נאכט פאנאראמע, וואס באוואנדערט גאט'ס בריאה אויף דער וועלט.

אני כשלעצמי, בין זיך נוהג איינמאל אין אפאר טעג, ארויסצוגיין ביינאכט צו אן אפענע פעלד, באטראכטן גאט'ס בריאה ביינאכט, מיטן אויסגעשטערנטן הימל, און זאגן דעם קאפיטל מיט התפעלות. ס'איז עפעס מורא'דיג.

עס גיבט דעם בילד, ווי דוד שטייט אין דער נאכט, קעגן איבער די גרויסע בערג אונטער אן אויסגעשטערנטער הימל, שרייענדיג מיט עקסטאז, ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ, אשר תנה הודך על השמים... דאן ערקלערט ער, כי אראה שמך מעשי אצבועותך, ירח וכוכבים אשר כוננת - ווען מען זעט דעם הערליכן הימל, די ווערק פון דיינע פינגער וכו', בין איך זיך מתבונן ווי אזוי איך קליינע מענטשעלע שטייט פאר אזא גרויסע בריאה, און איך זאג "מה אנוש כי תזכרנו" - וואס איז דען א מענטש קעגן אזא בריאה וכו', אבער מיט דעם אלעמען, ותחסרהו מעט מאלוקים, וכבוד והדר תעטרהו, די גאנצע וועלט ליגט אונטער דעם קליינעם מענטש, תמשלהו במעשי ידך, כל שתה תחת רגליו,אלעס ליגט אונטער דער מענטש, צונה ואלפים כולם וגם בהמות שדי, ציפור שמים ודגי הים עובר אורחות ימים - מיט פארביגע קאלירן טוט ער פארשטעלן דעם גאנצן בריאה. אגב איז דא א שיינע לשון אויף די פיש - עובר אורחות ימים - די וואס טוען דורכגיין די וואסער וועגן.

און ער ענדיגט צו מעין הפתיחה, מיט זעלבן התפעלות אויסשריי - ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ.

...
אגב, דער פסוק מפי עוללים ויונקים, ערקלערן פיל מפרשים, אז קינדער רעדן אן ווערטער, זיי לאזן ארויס תנועות פון זייערע מיילער, אבער דאס אליין דערציילט דעם באשעפער'ס גדלות, די וואונדער פון גאט'ס בריאה. דעריבער ווען מען רעדט פון נפלאות הבורא, זאגט דער פסוק, מפי עוללים ויונקים יסדת עוז.

אנדערע לערנען אז דאס גייט ארויף אויפן סוף, אז דער מענטש, ווי נישטיג ער איז, האט אים דער באשעפער איבערגעגעבן דער גאנצער בריאה. דערפאר הויבט מען אן מיט א וואונדער, די קליינע קינדער, די עוללים ויונקים, זיי וועלן נאך אמאל אונטערוואקסן, און זיי וועלן גאר רעאגירן אויף די וועלט. ווי ווינדערליך איז דאס?!

בקיצור, דער קאפיטל איז א הערליכער קאפיטל, וואס שטעלט פאר מיט רויזיגע פארבן גאט'ס נאכט בריאה.

Wow! אזוי שיין אראפצולייגן א קאפיטל אין אידיש!

(טו עס יעדע וואך...)
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

יעדע וואך? - איך קען! - איך האב גראדע וואס צו שרייבן. מענטשן כאפן נישט אז יעדע קאפיטל איז א יצירה פאר זיך, אזוי ווי א באזונדערע ספר, עס איז געבויעט אנדערש, ברענגט ארויס אנדערע געפילן און שפיגלט אפ אן אנדערן אטמאספערע. תהלים איז פיל מער פון וואס מען זאגט און וואס מען מיינט.

איך האב אבער נישט די צייט און געלט דערפאר. אפשר ביום מן הימים.

אין אלנספאל; באלד, אדער ביינאכט, וועט מען מפרסם זיין די תוצאות און עפענען א נייע אנקעטע.

כאפט אריין צו שטימען.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

חסדי אבות האט געשריבן:יעדע וואך? - איך קען! - איך האב גראדע וואס צו שרייבן. מענטשן כאפן נישט אז יעדע קאפיטל איז א יצירה פאר זיך, אזוי ווי א באזונדערע ספר, עס איז געבויעט אנדערש, ברענגט ארויס אנדערע געפילן און שפיגלט אפ אן אנדערן אטמאספערע. תהלים איז פיל מער פון וואס מען זאגט און וואס מען מיינט.

איך וואלט אייך געראטן ענדערש צו שרייבן אזעליכע מאמרים אויף יעדע פסוק פון תהילים ווי איידער מאכן שטימען פאר יעדע פסוק.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

חסדי אבות האט געשריבן:יעדע וואך? - איך קען! - איך האב גראדע וואס צו שרייבן. מענטשן כאפן נישט אז יעדע קאפיטל איז א יצירה פאר זיך, אזוי ווי א באזונדערע ספר, עס איז געבויעט אנדערש, ברענגט ארויס אנדערע געפילן און שפיגלט אפ אן אנדערן אטמאספערע. תהלים איז פיל מער פון וואס מען זאגט און וואס מען מיינט.

איך האב אבער נישט די צייט און געלט דערפאר. אפשר ביום מן הימים.

אין אלנספאל; באלד, אדער ביינאכט, וועט מען מפרסם זיין די תוצאות און עפענען א נייע אנקעטע.

כאפט אריין צו שטימען.

אז דו קענסט יא....

אפילו ס'איז נישט שייך די גאנצע, כאטש בקיצור, ווי דו האסט געשריבן אויף דעם קאפיטל, כהאב שוין דערמאנט אנפאנג פון דעם אנקעטע עפאכע.... אז ס'וואלט כדי געווען צו ברענגען די טייטש, מ'זאל וויסן וואס מ'וועלט,
ס'קען אמאל זיין אז מ'נעמט א געוויסע פסוק, פשוט ווייל מ'קען די טייטש, וואלט מען אבער פארשטאנען די גאנצע קאפיטל וואלט מען געוועלט עפעס אנדערש

און אז מ'רעדט שוין וואו קומט די סוף פסוק
למען צורריך, להשבית אויב ומתנקם
צום אנהייב מפי עוללים ויונקים

כ'וואלט למשל געשטימט פאר דעם פסוק, זעענדיג די קליינע קינדערלעך, זיצן אין חדר, און זאגן נאך צוזאמען,
פנחס דער פנחס.... פנחס דער פנחס....
בן אלעזר... דער זון פון אלעזר.... און אזוי ווייטער
אדער א חברת תהילים ווי אלע קינדער זינגען צוזאמען, מיטן ניגון, מיטן גאנצן תמימות, אז א שטיין קען צוגיין
אדער קמץ א', די זיסע קולות גייען גראד צום הימל ארויף אן קיין שום אפהאלט, הבל תינוקות של בית רבן
אבער... אז כ'פארשטיי נישט דעם המשך...
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אויב שרייב איך אויף גאנץ תהלים, וועט עס ארויסקומען אין פארעם פון א ספר, און איך מיין אז עס איז נאך נישטא אזא ספר אין די גאנצע וועלט. איך וואלט עס דעריבער נישט געשריבן דא אויף אייוועלט.

איך האב למעשה שוין אנגעהויבן און געשריבן עטליכע קאפיטלען, אבער עס פאדערט זיך דערפאר א-ס-א-ך צייט, געדולד און געלט, און איך קען זיך עס דערווייל נישט ערלויבן. גיב איך זיך אפ מיט אנקעטעס, וואס פאדערט נישט אזויפיל צייט און עס גייט גרינגער.

אוודאי וואלט געווען כדאי ווען איך שרייב מאמרים אויף יעדן קאפיטל. די וועלט וואלט הנאה געהאט. אבער וואס קען איך טון?
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14544
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ח# (נפלאות הבורא) - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אנקעטעס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל.
(כל האומר שמועה זו נאה וזו אינו נאה...)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”