אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וועלכער פסוק רעדט צו דיר דאס מערסטע? - ערקלער וועלכע ווערטער?

א
2
7%
ב
3
10%
ג
3
10%
ד
7
23%
ה
7
23%
ו
2
7%
ז
1
3%
ח
1
3%
ט
4
13%
 
סך הכול שטימען: 30

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך מאי 27, 2020 5:56 pm

אויסגאנג פון די פאריגע קאפיטל:
viewtopic.php?f=5&t=42632

די וואך וועלן מיר גיין צו קאפיטל ג:

א מִזְמוֹר לְדָוִד בְּבָרְחוֹ מִפְּנֵי אַבְשָׁלוֹם בְּנוֹ.
ב ה' מָה-רַבּוּ צָרָי רַבִּים קָמִים עָלָי.
ג רַבִּים אֹמְרִים לְנַפְשִׁי אֵין יְשׁוּעָתָה לּוֹ בֵאלֹהִים סֶלָה.
ד וְאַתָּה ה' מָגֵן בַּעֲדִי כְּבוֹדִי וּמֵרִים רֹאשִׁי.
ה קוֹלִי אֶל ה אֶקְרָא וַיַּעֲנֵנִי מֵהַר קָדְשׁוֹ סֶלָה.
ו אֲנִי שָׁכַבְתִּי וָאִישָׁנָה הֱקִיצוֹתִי כִּי ה' יִסְמְכֵנִי.
ז לֹא אִירָא מֵרִבְבוֹת עָם אֲשֶׁר סָבִיב שָׁתוּ עָלָי.
ח קוּמָה ה' הוֹשִׁיעֵנִי אֱלֹהַי כִּי-הִכִּיתָ אֶת-כָּל-אֹיְבַי לֶחִי שִׁנֵּי רְשָׁעִים שִׁבַּרְתָּ.
ט לה' הַיְשׁוּעָה עַל-עַמְּךָ בִרְכָתֶךָ סֶּלָה.


וועלכער פסוק ברענגט ארויס דאס מערסטע נקודות למחשבה און פתיחת הלב ביי דיר?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:38 pm

דערווייל שטייט פסוק ד' די העכסטע.

איך האב נאכנישט געשטימט, איך קווענקל נאך.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:40 pm

ס'איז ממש אוממגעליך צי ארויסקלויבן ב,ד,ה,ז,ח כ'דארף גוט אריינטראכטן

בועז
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך בועז » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:49 pm

בפשטות יעדן פסוק אין דעם פרק חזר'ן זיך איבער אין נאך אנדערע קאפיטלען ממילא איז עס מיר נישט מעורר אזא חידוש. אבער דוקא די ערשטע פסוק האט מיר דערמאנט די גמרא קינה לדוד מבעיא ליה. אלזא די ערשטע פסוק איז מעורר אן התפעלות איבער די עבודה שבלב פונעם נואם זמירות ישראל וואס דוקא בעת צרה פון טיעפע ציבראכנקייט האט זיך אים געזונגען א געזאנג.

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג מאי 31, 2020 2:50 am

געוועלט פאר ד'.
דער פראבלעם איז, אז ג' און ד' איז א המשך.
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » זונטאג מאי 31, 2020 11:46 am

געוועלט פסוק ט'
(די קאפיטל זאגט מען יעדן טאג ביי קרי"ש שעל המטה - איך וועל לויטן יעצטיגן מחשבה)

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך שמחה ונחת » זונטאג מאי 31, 2020 12:27 pm

וְאַתָּה ה' מָגֵן בַּעֲדִי כְּבוֹדִי וּמֵרִים רֹאשִׁי!

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג יוני 01, 2020 4:30 pm

איך בין נייגעריג, ווער איז דער וואס האט געשטימט אויף פסוק א' און פארוואס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 01, 2020 4:31 pm

חסדי אבות האט געשריבן:איך בין נייגעריג, ווער איז דער וואס האט געשטימט אויף פסוק א' און פארוואס.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 01, 2020 4:35 pm

חסדי אבות האט געשריבן:איך בין נייגעריג, ווער איז דער וואס האט געשטימט אויף פסוק א' און פארוואס.

עיין לעיל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך להודיע » מאנטאג יוני 01, 2020 4:38 pm

איך האב געשטימט פאר פסוק ה', ווייל דאס דערמאנט מיך שטענדיג פון דעם מורא'דיגן טייטש פון ראפשיצער רב, זרע קודש פרשת ויצא, אויף דעם פסוק.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5704
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נשמה » מאנטאג יוני 01, 2020 5:02 pm

איך האב געשטומט פאר פסוק ב. ווייל דאס דערמאנט מיך אז ס'איז מיר ענג. און אז מ'דארף דערויף בעטן אז מ'זאל דערפון געהאלפן ווערן. מ'זעהט אז דער קאפיטל איז געבויט אויף די ענין פון 'אסאך שוועריגקייט'. מה רבו צרי. רבים קמו עלי רבים אומרים לנפשי. מרבבות עם. כל אויבי לחי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג יוני 01, 2020 5:05 pm

להודיע האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר פסוק ה', ווייל דאס דערמאנט מיך שטענדיג פון דעם מורא'דיגן טייטש פון ראפשיצער רב, זרע קודש פרשת ויצא, אויף דעם פסוק.


וואס איז דער ווארט? - זיי מיר מזכה...

אוועטאר
אוראייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך אוראייניקל » מאנטאג יוני 01, 2020 5:07 pm

געוועלט ט'
עי' רש"י "עליו להושיע את עבדיו ואת עמו, ועל עמו מוטל לברך ולהודות לו סלה".

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג יוני 01, 2020 6:04 pm

אוי איז דאס א הייליג ווארט, ייש"כ פארן דערמאנען
צוגעלייגטע
zk-1.PNG
zk-1.PNG (57.55 KiB) געזעהן 392 מאל
zk-2.PNG
zk-2.PNG (119.03 KiB) געזעהן 392 מאל

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג יוני 02, 2020 5:05 pm

יישר כח. א שטארק ווארט.

באבל
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך באבל » מיטוואך יוני 03, 2020 5:02 pm

די דיפרעסטע מענטשן וועלן פאר פסוק ב' אדער ג'.

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » מיטוואך יוני 03, 2020 5:34 pm

באבל האט געשריבן:די דיפרעסטע מענטשן וועלן פאר פסוק ב' אדער ג'.

:shock: ב"ה ס'גייט דיר גוט - אדער קענסטו נישט קיין פירוש המילות

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נשמת השכל » מיטוואך יוני 03, 2020 7:39 pm

ישר כוח פארן חשובן פותח פונעם אייגנארטיגן זיסער שיינער אשכול! כה לחי!
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:11 pm

אין א שעה ארום וועט מען מפרסם זיין די תוצאות פון דעם אנקעטע, און עפענען א פרישער אנקעטע.

כאפט אריין צו וועלן.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג יוני 04, 2020 4:19 pm

אויסגאנג פון די וואלן - תהלים ג#

דער געוואונער איז פסוק ד'

וְאַתָּה ה' מָגֵן בַּעֲדִי כְּבוֹדִי וּמֵרִים רֹאשִׁי.
און דו באשעפער, שיצט אויף מיר, דו ביסט מיין כבוד און מיין קאפ אויפהייבער:



דער פסוק האט אנגעצויגן פינף שטימען - 21%


..............
אלס צווייטער געוואונער זענען אריינגעקומען די פסוקים ה' און ט':
קוֹלִי אֶל ה אֶקְרָא וַיַּעֲנֵנִי מֵהַר קָדְשׁוֹ סֶלָה.
מיין קויל וועל איך רופן צום באשעפער, און ער וועט מיר ענטפערן פון זיין הייליגן בארג:

זייטיגער נאטוץ: מען דארף נעמען אין באטראכט, אז דער דאזיגער פסוק איז איין המשך מיט דער פריעדיגער פסוק וואס האט געוואונען דעם פארמעסט, און איז אריינגעקומען שמאל אונטער דעם פאריגן פסוק. וואס דאס מיינט אז די צוויי פסוקים צוזאמען זענען זיכערע געוואונער אין די וואלן.

לה' הַיְשׁוּעָה עַל-עַמְּךָ בִרְכָתֶךָ סֶּלָה.
צו דער אויבערשטער איז דער הילף, אויף דיין פאלק איז דיין בענטשונג:


זייטיגער נאטוץ: דער פסוק איז א גאר באנוצטער צווישן אידישע קינדער, און מעגליך אז דאס איז די סיבה פארוואס זי איז אריינגעקומען אזוי הויך.

די פסוקים האבן אנגעצויגן פיר שטימען - 17%

דאן איז אריינגעקומען אויפן סדר;
פסוקים ב' ג'
- וואס איז איין המשך' (3 שטימען, 13%)
פסוק א' (2 שטימען, 8%)
פסוקים ו' ז' ח' - וואס איז איין המשך (1 שטימען - 4%)

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג יוני 07, 2020 6:03 am

וואס איס די סיבה פון מאכן א געווינער, סאיז א פארמעסט? (חוץ פון דעם וואס מען שטומט נאך אין גרויסען און יעצט איז א צוויטע די "געווינער".)
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג יוני 07, 2020 3:47 pm

געשטומט פאר פסוק ו' ס'ברענגט די מערסטע ארויס די בטחון. איך גיי שלאפן און צופרי האט די באשעפער קעיר גענומען.
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

ארבעס
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2020 3:35 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך ארבעס » מאנטאג יוני 08, 2020 5:02 pm

וואס מיינט רעדט צום הארץ?

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: אנקעטע - תהלים ג# - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 08, 2020 5:08 pm

פיל'ן קאננעקטעד..
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט