פירוש חד גדיא

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

פירוש חד גדיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווייסט איינער א גוטע פשט אויף חד גדיא?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין דעם ספר מעשה ניסים, פונ'ם הייליגען "חוות דעת, שטייט א פירוש אויף דעם שיר פון "חד גדיא" אז דאס גייט ארויף אויף די צייטען פונ'ם חורבן בית המקדש ביז ווען משיח וועט קומען.

דער ציגעלע איז א רמז אויפ'ן בית המקדש וואס ווערט אנגערופען "גדי" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בכרמי עין גדי", "אבא" מיינט מען דוד המלך, וואס ער הייסט דער פאטער פון חסידים, (חסיד-לפנים משורת הדין) :

ווען דוד המלך האט געקויפט דעם ארט אויף צו בויען דעם בית המקדש, האט ער איינגעמאנט פון יעדען א האלבען שקל וואס דאס איז ווערט צוויי זוזים.

דאס מיינט דער בעל הגדה, "חד גדיא" דער בית המקדש "דזבין אבא" וואס דוד המלך האט געקויפט "בתרי זוזי" מיט צוויי זוזים, וואס יעדער האט געגעבן.

"שונרא" מיינט מען נבוכדנצר דער קעניג פון בבל, וואס ער האט חרוב געמאכט דער ערשטען בית המקדש, ער ווערט אנגערופן "שונרא" ווייל ער איז געווען א "שונא רע" פאר די יודען:

"כלבא" מיינט מען, כורש דער קעניג פון פרס, (דער טעם פארוואס ער ווערט אנגערופען "כלבא" וועלן מיר שפעטער שרייבן)

"כלבא נשך לשונרא" כורש איז געווען דער וואס האט איבערגענומען די קעניגרייך פון בלחלשחאצחר, דער זון (אדער אייניקעל לויט טייל מפרשים) פון נבוכדנצר. (שפעטער וועלן מיר שרייבן ווי
אזוי ער האט איבערגענומען די קעניגרייך פון בלשאצר)

"חוטרא" מיינט דער קעניגרייך פון "יון". דער טעם פארוואס די יוונים הייסן "חוטרא" איז ווייל זיי פלעגען שלאגען די יודן מיט שטעקענס.

"חוטרא הכה לכלבא" דער קעניגרייך פון יון, האט אומגעווארפן דער קעניגרייך פון פרס.

"נורא" מיינט מען די חשמונאים. דער טעם פארוואס די חשמונאים הייסען "נורא" איז ווייל די כהנים ווערען אנגערופען נורא, (מדרש) און זיי זענען דאך געווען כהנים:

"נורא שרף לחוטרא" די חשמונאים האבען מלחמה געהאלטען מיט די יונים, און זיי האבען אוועק גענומען דער קעניגרייך פון די יונים.

"מיא" מיינט מען אדום און "רוים" איז געווען פון אדום. דער טעם פארוואס די "רומים" הייסען "מיא" איז, ווייל אזוי ווי די גרויסע וואסערן גייען פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטען, אזוי אויך די
רומיים זענען געווען אזוי שטארק, אז זייער באפעל איז געגאנגען פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטען.

"מיא כבה לנורא" די רומים האבען אוועק גענומען די מלוכה פון די חשמונאים, און שפעטער חרוב געמאכט דער צווייטע בית המקדש.

"תורא" מיינט מען די ישמעאל'ים, וואס זיי ווערען אנגערופען "תור - אקס" (מדרש).

"תורא שתה למיא" די ישמעאל'ים האבען שפעטער אוועק גענומען דער מלוכה אין ארץ ישראל פון די רומיים.

"שוחט" מיינט מען משיח בן יוסף, איידער משיח בן דוד וועט קומען, וועט קודם משיח בן יוסף קומען מלחמה האלטען מיט די ישמעא'לים:

משיח בן יוסף וועט אבער געהארגעט ווערען אין דעם גרויסען מלחמה דארך דעם מלאך המות, און נאכדעם וועט משיח בן דוד אונז קומען אויסלייזען. דאס מיינט "ואתא מלאך המות ושחט לשוחט"

די גמרא זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער שחט'ן דעם יצר הרע, (מלאך המות) און נאכדעם וועט דער מלאך המות מער נישט קענען הארגענען:
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום דאנערשטאג אפריל 03, 2008 11:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אזוי ווי איך האב פריער גערעדט אז כורש האט געהייסן "כלבא" און ער האט אוועקגענומען די קעניגרייך פון בבל וועלן איך יעצט דערציילן ווי אזוי דאס האט פאסירט.

"אסטרגוס" דער מלך פון פרס האט נישט געהאט קיין זוהן, נאר איין טאכטער, איינע פון די הארן האבן איר געכאפט און מיט איר חתונה געהאט.

די קעניג אסטרגוס האט זיך אויף איהם זייער געבייזערט און ער האט איהם געהארגעט, און די טאכטער אריין געווארפן אין תפיסה. די קינד וואס זי האט געבוירן האט ער געהייסן אוועק שיקן אינ'ם מדבר, כדי אז ער זאל דארט שטארבן פון הינגער.

דער אייבערשטער האט געשיקט א הינט וואס האט יעדן טאג געגעבן מילך צום קינד און אזוי איז דער קינד געבליבן לעבן. ווען ער איז עלטער געווארן איז ער געווארן זייער שטארק.

די איינוואינער פון די מדבריות האבן איהם אויפגענומען אלץ קעניג איבער זיי, און זיי האבן איהם אנגערופן "כורש" ווייל אין די פרסי שפראך רופט מען אהן א הינט "כורש".

ווען אסטרגוס איז געוואויער געווארן פון דעם אז זיין אייניקל כורש לעבט, האט ער זיך זייער אויפגערעגט און געשיקט א ריזיגע מיליטער איהם צו הארגענען, אבער כורש מיט זיין גרויסע מילטער האבן זיי אלע אויסגעהארגעט, און דערנאך געהארגעט זיין זיידע "אסטרגוס", און אזוי האט כורש איבערגענומען זיין מלוכה, און געווארן קעניג פון פרס.

דריוש די קעניג פון מדי, ווען ער האט געהערט פון די מעשה, איז ער אזוי נתפעל געווארן, אז ער האט געשיקט זיין טאכטער חתונה צו האבן מיט איהם. (דער קינד וואס איז געבוירן געווארן איז געווען "אחשוורוש")
ווען דריוש איז געשטארבן האט כורש אויך איבערגענומען די קעניגרייך פון מדי (ווייל דריוש האט נישט געהאט קיין אנדערע קינדער, נאר דער איין טאכטער וואס איז יעצט געווען די ווייב פון כורש).

ווי אזוי האט כורש באקומען אויך די מלוכה פון בלשצר די קעניג פון בבל, ווייל נאך די חתונה פון כורש, האט כורש מיט זיין שווער דריוש געטראכט "וואס דארפן מיר זיין אונטערטעניגט בלשצר די קעניג פון בבל לאמיר גיין מיט אים מלחמה האטלן".

זיי האבן מלחמה געהאלטן מיט איהם אבער בלשצר וואס איז געווען זייער שטארק האט געוואנען, און כורש איז אהיים געגאנגן פארשעמטערהייט.

ווען בלשצר האט געזען אז ער האט באזיגט האט ער זיך זייער געפריידט און ער האט לכבוד דעם געמאכט א גרויסע סעודה.

ביי די סעודה האט ער זיך זייער אנגעשיקערט און אינמיטען די שיכרות איז אראפגעקומען א האנט פון הימל און אנגעהויבן שרייבן אויף די וואנט אזוי: "מנא מנא תקל ופרסין" (דניאל ה'). מען האט גערופן דניאל אז ער זאל זאגן וואס דאס מיינט. דניאל האט געזאגט אז דאס מיינט אז נאך היינט ביינאכט וועט ווערן צוגענומען די קעניגרייך פון דיר.

דער טויער וועכטער האט געוויסט אז די רייד פון דניאל איז אמת און פארשטאנען אז היינט ביינאכט גייען כורש און דריוש הארגענען בלשצר און איבערנעמען די מלוכה. ער האט געטראכט "עס איז בעסער אז איך זאל איהם הרג'ענען און איך וועל געבן זיין קאפ אלץ מתנה צו כורש און דריוש, און אזוי וועל איך טרעפן ליבשאפט אין זייער אויגן און מען וועט איהם לאזן לעבן".

בלשצר האט אויך מורא געהאט פון די ווערטער פון דניאל, האט ער געהייסן דער טויער וועכטער אז דער נאכט זאל מען קיינער נישט אריינלאזן, אפילו איינער וועט זאגן אז ער איז די קעניג.

די קעניג האט אינמיטן נאכט געדארפט ארויסגיין, איז ער ארויסגעגאנגן ווען די טויער וועכטער האט נישט באמערקט, אבער ווען ער האט געוואלט אריינקומען האט די טויער וועכטער איהם באמערקט, און ער האט געשריגן "איך בין די קעניג, לאז מיר אריין".

דא האט דער טויער וועכטער געטראפן א מעגליכקייט איהם צו הרג'ענען, און קיינער וועט נישט האבן קיין טענות ווייל די קעניג אליין האט דאך אזוי געהייסן טוהן.

ער האט איהם גע'הרג'עט און אזוי האט כורש איבערגענומען בבל.

ווען כורש איז געשטארבן האט אחשוורוש זיין זוהן איבערגענומען די מלוכה, און דערנאך האט דאס יון פון איהם צוגענומען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער הייליגער חתם סופר טייטשט אויס דעם פיוט פון חד גדיא, מיט'ן הקדמה פונעם בעל מעשי ה' אויפן פתיחה פון די הגדה "הא לחמא עניא" אז דאס איז נתקן געווארן גלייך דעם ערשטן יאר נאכ'ן חורבן ביהמ"ק דעם ערשטן פסח אין גלות, ווען זיי האבן זיך געזעצט צום סדר האבן זיי מיט צער זיך דערמאנט ווי אזוי פאר א יאר זענען זיי געזעצן מיט זייער חבורה אין געגעסן דעם קרבן פסח מיט שבח והודי' צום אייבערשטן, און יעצט טרויערן זיי אין גלות.

און ער טייטשט אז "הא לחמא עניא" די מצות וואס מיר עסן איז שוין מער נישט זכר לגאולה נאר זכר למאכל עבדים, "די אכלו אבהתנא בארעא דמצרים" היינט איז "כל דכפין ייתי וייכול" אבער בשעת הקרבן פסח איז געווען "בבית אחד יאכל" און אזוי איז ער דארט ווייטער מאריך אין דעם ענין.

זאגט דער הייליגער חתם סופר, אז אופ'ן זעלבן אופן דערמאנען מיר סוף די הגדה:

"חד גדיא" איין ציגעלע דאס מיינט דער קרבן פסח "חד גדיא" און נאך א ציגעלע, דער קרבן חגיגה וואס קומט מיט'ן קרבן פסח דזבין אבא בתרי זוזי וואס ביי די חגיגה פסק'ענען מיר ווי די בית הלל (חגיגה ע"ג) אז חגיגה שתי כסף, אויף דעם קלאגט ער מיט בענקשאפט חד גדיא חד גדיא.

"ואתא שונרא" די גמרא זאגט אין ברכות (נ"ו ע"ב) אז שונרא מיינט שירה נאה, (א שיינעם געזאנג) דאס מיינט אז ביים עסן דעם קרבן פסח האט מען געזאגט הלל.

"ואתא שורה נאה" מ'איז געקומען מיט א שיינעם געזאנג "ואכלה לגדיא" און אזוי האט מען געגעסען דעם קרבן פסח.

אבער "ואתא כלבא" די גמרא זאגט אין ברכות (ג' ע"א) אז ביי די צווייטע משמרה פון די נאכט "כלבים צועקים" דאס מיינט אז בשעת חצות זענען די כלבים שולט, און כידוע האט מען נאר געקענט עסן דעם קרבן
פסח ביז חצות, אויך הלל שטייט אין שו"ע (או"ח סי תע"ז) מען זאל ענדיגן הלל ביי חצות.

"ואתא כלבא" עס קומט דער זמן פון חצות "ונשך לשונרא" און בייסט אריין אין דעם שיינעם שירה מיט וואס מען עסט דעם קרבן פסח און האט מער נישט געלאזט עסן און זינגען ווייטער.

"ואתא חוטרא" כלבא איז א נאמען פאר די מזיקים. עס שטייט אין מדרש אז די פייער פון מזבח וואס האט געברענט א גאנצע נאכט דאס איז געווען א כח צו מכניע זיין אלע מזיקים. די גמרא זאגט אין יומא (ל"א ע"א) אז די פייער פון מזבח איז ארויף אזוי ווי א שטעקן.

דאס איז פשט "ואתא חוטרא" עס איז געקומען די פייער פון מזבח "והכא לכלבא" און געשלאגן די שלעכטע כוחות וואס ווילן שלעכטס טוהן פאר די יודן.

"ואתא נורא ושרף לחוטרא" די פייער וואס יודן האבן געברענגט מן ההדיוט (אע"פ שאש יורדת מן השמים מצוה להביא מן ההדיוט) דאס האט פאברענט די שטעקנס און העלצער אויף די מזבח.

"ואתא מיא" ווייל די ערשטע עבודה פאר עלות השחר איז געווען "תרומת הדשן" וואס וועלכע כהן עס האט זוכה געווען דעצרו האט ערשט געמוזט מאכן קידוש ידים ורגלים, מיט די "וואסער" פון דער כיור, און נאכדעם אראפגענומען א פולע מחתה ברענענדיגע קוילן, און אראפגעלייגט אויף די ערד (במקום הדשן במזרח הכבש) נעבן די מזבח, און דארט האט זיך די פייער פון די קוילן אויסגעלאשן.

דאס מיינט ער בלשון מליצה אז וואסער לעשט פייער "ואתא מיא" עס איז געקומען דער געוואשענע כהן מיט וואסער פון כיור "וכבה לנורא" און אויסגעלאשן די פייער דורך תרומת הדשן.

"ואתא תורא ושתא למיא" חגיגת ט"ו די קרבן וואס אלע יודן האבן געברענגט יום טוב איז געווען א פר, און די משנה זאגט אין מס' תמיד (פ"ג מ"ד) אז פאר מען האט גע'שחט'ן די קרבנות פלעגט מען געבן די בהמה צו טרינקן וואסער פון דעם כיור מיט א כוס של זהב.

דאס דערציילט דער בעל הגדה מיט בענקשאפט, "ואתא תורא" אלע יודן האבן דאך געברענט אקסן און די עזרה איז איז פיל געווארן מיט זיי, און אלע האבן זיי אנגעטריקן מיט וואסער פונ'ם כיור (און כטאש עס שטייט בלשון יחיד, לשוורים הרבה קורא שור)

"ואתא השוחט ושחט לתורא" גייט ארויף אויף אלע יודן ווייל יעדער האט דאך געמעגט שחט'ן (שחיטה כשרה בזר), אזוי האט אויסגעזען די טעג פון פסח בזמן הבית.

אבער ליידער, "ואתא מלאך המות" דער ס"מ דאס איז שרו של אדום, "ושחט לשוחט" און האט אויסגע'שחט'ן אזויפיל יודן, און חרוב געמאכט דעם הייליגן בית המקדש, און פארטריבן די יודן אין גלות.

בעטן מיר דיר רבונו של עולם דעם היינטיגן נאכט, און מיר האפן צו דיר מיט בענקשאפט "טייערע זיסע טאטע" אז:
"ואתא הקב"ה" זאלסט שוין קומען רבונו של עולם, "ושחט" שחט דעם שרו של אדום, זאל שוין זיין א סוף צו די אידשע צרות, און מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צו ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים: וואס דעמאלס וועט שוין נאכמאל זיין "חד גדיא חד גדיא".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער פזמון "חד גדיא" איז געשריבען געווארען אזוי ווי א וויכוח צווישען א איד מיט א מצרי וועגען זייערע עבודה זרה, דער שעפס; און דער כוונה פון דעם מחבר איז געווען חוזק צו מאכען פון זייערע אפגאט.

עס הייבט זיך אן "חד גדיא דזבין אבא בתרי זוזי" - פון אזא ביליגע שעפס וואס מ'קען קויפען פאר צוויי זוז, זענען געגאנגען די מצריים און זיי האבען געמאכט דערפון אן עבודה זרה.

זאגט דער איד צום מצרי: "פארוואס דינט איר צום שעפס וואס איז אזוי שוואך אז א קאטץ קען אים אויפעסען גרינגערהייט און עס וועט גארנישט בלייבען פון אייערע עבודה זרה" ?

ענטפערט דער מצרי: "איז לאמיר טאקע דינען צום קאטץ" !

זאגט דער איד: "אויב אזוי וואלט שוין בעסער געווען צו דינען צום הינט וואס קען דאך בייסען דעם קאטץ" !

ענטפערט דער מצרי: "טאקע אזוי ! לאמיר דינען צום הונט" !

זאגט דער איד: " אבער דער האלצענער שטעקען קען דאך צוביילען אדער הארגענען דעם הונט" !

ענטפערט דער מצרי: "וועט מען דינען צום שטעקען" !

זאגט דער איד: "ענדערש זאל מען דינען צום פייער, וואס קען דאך פארברענען דעם האלץ" !

ענטפערט דער מצרי: "וועט מען זיך בוקען צום פייער" !

זאגט דער איד: "וואס טויג שוין פייער אלס אן אפגאט, אויב וואסער קען עס פארלעשען אין א סעקונדע ? בעסער וואלט געווען צו דינען דעם וואסער" !

ענטפערט דער מצרי: "קען מען דינען צום וואסער" !

זאגט דער איד: "אבער עס קען דאך קומען אן אקס און אויסטרונקען דיין אפגאט, בעסער וואלט געווען אז מ'זאל דינען צום אקס" !

ענטפערט דער מצרי: "זייער ריכיג האסטו געטענה'ט, און מ'וועט טאקע דינען צום אקס" !

זאגט דער איד: "אבער אן אקס קען מען גרינגערהייט שחט'ן, זאל מען אפשר דינען צום שוחט"!

ענטפערט דער מצרי: "וועט מען דינען צום שוחט" !

זאגט דער איד: "אויב די ווילסט דינען צום שוחט ווייל ער קען שחט'ן דעם אקס, זאלסטו בעסער דינען צום מלאך המות וואס קען שחט'ן דעם שוחט"!

ענטפערט דער מצרי: "וועט מען טאקע דינען צום מלאך המות וואס ער איז דער שטארקסטער אויף דעם וועלט, און אפילו די שטארקסטע מענטשען פאלען אונטער זיין שווערד".

זאגט דער איד: "נער וואס די ביסט ! אלע שטארקע כוחות אין דער וועלט זענען ווי גארנישט אנטקעגען דעם גרויסקייט פון דעם רבש"ע, וואס ער האט באשאפען און כסדר האלט אויף דער וועלט".
צום סוף, ווען עס וועט קומען דער גאולה שלמה, וועלען אלע פעלקער איינזעהן אז דער רבש"ע איז דער איינציגסטער אויף דער וועלט און צו אים וועלען זיי אלע דינען, אזוי ווי עס שטייט "ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד".
(מהר"ט באנדי)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35432
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

א הערצליכן דאנק הרב הזקן,

דאס לעצטע איז ספעציעל ווי געגאסן צו זאגן פאר די קינדערלעך ביים סדר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15470
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יאנאש שכוח
פסח טוט מען גאר אסאך פעולות אז די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן דיין לינק פון צייטליך וועט לכאורה אסאך צוהעלפן דערצו
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: פירוש חד גדיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

זייער שיין אויסגע'טייטש דעם פיוט פון חד גדיא
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: פירוש חד גדיא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

הבעש''ט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 30, 2023 6:11 pm
זייער שיין אויסגע'טייטש דעם פיוט פון חד גדיא
קענסט דאך סתם עס 'קוואוטן' דארפסט נישט קאמפלעמענטירן, די אידן זעען עס שוין סייווי נישט....

אגב, גאר א גרויסער דאנק פארן צוצייכענמען אזאנע רייכע ווערק
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”