בלאט 2 פון 2

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: מיטוואך מאי 20, 2020 2:20 pm
דורך חסדי אבות
מארגן מיטאג צייט אי"ה, וועט מען מפרסם זיין די אויסגאנג פון די וואלן און מען וועט ארויפלייגן א פרישער אנקעטע אויף א פרישער קאפיטל אין תהילים.

כאפט אריין צו שטימען, ווייל מארגן וועט מען שוין מפרסם זיין די תוצאות.

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:38 pm
דורך חסדי אבות
אויסגאנג פון די וואלן - תהלים א#

דער געוואונער איז פסוק ג'

וְהָיָה-- כְּעֵץ, שָׁתוּל עַל-פַּלְגֵי-מָיִם: אֲשֶׁר פִּרְיוֹ, יִתֵּן בְּעִתּוֹ--וְעָלֵהוּ לֹא-יִבּוֹל; וְכֹל אֲשֶׁר-יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ.
און ער (דער צדיק) וועט זיין, ווי א בוים וואס איז איינגעפלאנצט צווישן די אפטיילונגען פון די וואסערן, וואס טוט געבן זיין פרוכט אין צייט, און זיינע בלעטער ווערן נישט פארוויענעט, און אלעס וואס ער (דער צדיק) טוט, איז ער מצליח:


דער פסוק האט אנגעצויגן עלעוו שטימען - 28%

דער צווייטער געוואונער איז פסוק ב'

כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ; וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה, יוֹמָם וָלָיְלָה.
אז נאר אין די תורת ה' איז זיין ווילן, און אין זיין תורה וועט ער הארעווען בייטאג און ביינאכט:


דער פסוק איז אריינגעקומען שמאל אונטער דער ערשטער געוואונער, אנציענדיג צען שטימען - 26%

דאן איז אריינגעקומען אויפן סדר; פסוק ו' (8 שטימען, 21%), פסוק א' (7 שטימען - 18%), פסוק ה' (2 שטימען - 5%), פסוק ד' (1 שטימע - 3%)

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:41 pm
דורך זארג נישט
נו, וואס צייגט עס?