אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וועלכער פסוק רעדט צו דיר דאס מערסטע? - ערקלער וועלכע ווערטער?

א
8
18%
ב
12
27%
ג
12
27%
ד
1
2%
ה
2
5%
ו
9
20%
 
סך הכול שטימען: 44

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מאי 14, 2020 7:08 pm

איך בין מסופק צי איך טוה א קלוגע זאך, און צי ס'וועט זיך אויסארבעטן. איך וויל פראבירן און טאמער ס'ארבעט זיך נישט אויס, דאן איז אויך נישט געפערליך.

איך וויל מאכן אן אנקעטע יעדע דאנערשטאג, אויף א קאפיטל תהלים. איך נעם א קאפיטל און מען פרעגט אויס דעם עולם, וועלכער פסוק האט דאס מערסטע גערעדט צו דיין הארץ און וואס האט דיר דאס מערסטע מעורר געווען פון דעם קאפיטל.

דער געדאנק איז צוויי-פאכיג: קודם-כל קען מען הערן וועלכע נקודות רעדן צו די הערצער פון מענטשן, און עס גיבט אויך א מקום אויסצושמועסן און ערקלערן, פארוואס האסטו אויסגעקליבן דווקא דעם פסוק, און אזוי ארום ארויסברענגען די געפילן פון תהלים.

איך וועל אנהויבן די וואך מיט קאפיטל א:

א אַשְׁרֵי הָאִישׁ-- אֲשֶׁר לֹא הָלַךְ, בַּעֲצַת רְשָׁעִים;
וּבְדֶרֶךְ חַטָּאִים, לֹא עָמָד, וּבְמוֹשַׁב לֵצִים, לֹא יָשָׁב.
ב כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ; וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה, יוֹמָם וָלָיְלָה.
ג וְהָיָה-- כְּעֵץ, שָׁתוּל עַל-פַּלְגֵי-מָיִם:
אֲשֶׁר פִּרְיוֹ, יִתֵּן בְּעִתּוֹ--וְעָלֵהוּ לֹא-יִבּוֹל; וְכֹל אֲשֶׁר-יַעֲשֶׂה יַצְלִיחַ.
ד לֹא-כֵן הָרְשָׁעִים: כִּי אִם-כַּמֹּץ, אֲשֶׁר-תִּדְּפֶנּוּ רוּחַ.
ה עַל-כֵּן, לֹא-יָקֻמוּ רְשָׁעִים--בַּמִּשְׁפָּט; וְחַטָּאִים, בַּעֲדַת צַדִּיקִים.
ו כִּי-יוֹדֵעַ ה' דֶּרֶךְ צַדִּיקִים; וְדֶרֶךְ רְשָׁעִים תֹּאבֵד.


די גאנצע קאפיטל איז הייליג און טייער, אבער וועלכער פסוק ברענגט ארויס דאס מערסטע נקודות למחשבה און פתיחת הלב ביי דיר?

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מאי 14, 2020 7:14 pm

אזא אנקעטע איז גוט צו נוצן שפעטער פאר צו וויסן אויף וועלכע ווערטער צו מאכן א ניגון..
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מאי 14, 2020 7:37 pm

זייער א גוטער געדאנק! יישר כח!

יעדע זאך וואס מאכט טראכטן פון אידישקייט און רוחניות איז גוט, אפגעזעהן צו ס'ארבעט זיך אויס בריבוי עם אדער נישט... איך ווייס נאר נישט צו מ'דארף דן זיין אויף די פסוק כפשוטו ממש, אדער לויט די מפרשים/מדרשים אויף דעם פסוק.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג מאי 14, 2020 8:00 pm

זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג מאי 14, 2020 10:41 pm

אינטרעסאנטע געדאנק
צוויי הערות קטנות:
א: אויב למשל די פסוקים זענען אן המשך ווי צב"ש פסוק א' מיט ב' - פסוק ג' ד' - ה' ו', וואלט דאס לכאורה געדארפט ווערן צוזאמגעשטעלט ביי די אנקעטע
ב: אויב ווערט מען נתעורר אויף 2 פסוקים די זעלבע אדער די גאנצע קאפיטל אויפאיינמאל ווי אזוי זאל איך שטימען ?
(בכלל קען זיין מען זאל נתעורר ווערן איינמאל ביי איין פסוק און איין מאל ביי די צווייטע - געוואנדן אינעם מצב וואס מען איז
בדרך ווערטל יעצט ל"ג בעומר אין מירון זענען זיכער למשל געוויסע מענטשן זייער נתעורר געווארן ביים ערשטן פסוק - און ביי זיין סיום הש"ס איז ער נתעורר געווארן ביים צווייטן פסוק)

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:10 pm

ריכטיג, אמאל קען מען נתעורר ווערן ביי דעם פסוק און אמאל ביי יענעם, אמאל ווערט מען נתעורר ביי צוויי פסוקים. אבער...

ווען מען גיבט דיר אויסצוקלויבן, וואס איז דיין באליבטער פסוק? - וואס רעדט צו דיר די מערסטע? - ריכטיג, עטליכע פסוקים רעדן, אבער דו דארפסט יעצט אויסקלויבן א פסוק. דאס איז אזוי ביי אלע וואלן און איבעראל וואו מען קלויבט ניגונים, צום-ביישפיל כשרונות אויף קול מבשר, אז מען מוז עפעס קלויבן.

אגב, דא רעדט מען נישט פון פסוקים צו מאכן ניגונים, נאר וועלכער פסוק ברענגט דיר התעוררות, וועלכער פסוק רעדט צו דיר.

דערווייל זעה איך אז דער לעצטער פסוק שטייט פאראויס, כי יודע ה' דרך צדיקים ודרך רשעים תאבד. איינס אונטער דעם איז 'כי אם בתורת ה' חפצו ובתורתו יהגה יומם ולילה'.

אפשר וואלט כדאי געווען אז דער עולם זאל זיך מסביר זיין, וואס מען זעט אין די פסוקים און פארוואס מען האט אויסגעקליבן דווקא יענעם פסוק?

וויי. יו. על. (YUL)
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 12:29 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך וויי. יו. על. (YUL) » דאנארשטאג מאי 14, 2020 11:45 pm

זעענדיג דעם אשכול האב איך מיר דערמאנט פון די פאלגענדע מעשה (מבית אבותי ורבותי - הר"ר בערל הלברשטאם ז"ל)
צוגעלייגטע
מבית אבותי ורבותי 01.png
מבית אבותי ורבותי 01.png (748.47 KiB) געזעהן 983 מאל
מבית אבותי ורבותי02.png
מבית אבותי ורבותי02.png (475.56 KiB) געזעהן 983 מאל

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך מחשב » פרייטאג מאי 15, 2020 12:43 am

כ'האב נאכנישט געשטימט ווייל כ'בין מסופק צווישן די ערשטע פסוק, בעסער געזאגט די ערשטע צוויי ווערטער: "אשרי האיש".. אדער די לעצטע פסוק "כי יודע ה' דרך צדיקים" און ווי רש"י הק' זאגט "לפניו הוא להכירה תמיד".

ווען מ'גייט אריין אין די מפרשים און די מדרשים קען זיין אנדערש די בילד.
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » פרייטאג מאי 15, 2020 12:55 am

מחשב האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געשטימט ווייל כ'בין מסופק צווישן די ערשטע פסוק, בעסער געזאגט די ערשטע צוויי ווערטער: "אשרי האיש".. אדער די לעצטע פסוק "כי יודע ה' דרך צדיקים" און ווי רש"י הק' זאגט "לפניו הוא להכירה תמיד".
ווען מ'גייט אריין אין די מפרשים און די מדרשים קען זיין אנדערש די בילד.

אויב רעדסטו נאר פון די ערשטע 2 ווערטער איז דאך דאס מקושר אדער צום עשה טוב פון פסוק ב' אדער מיטן סור מרע פון פסוק א'

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך מחשב » פרייטאג מאי 15, 2020 12:57 am

התבונני האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געשטימט ווייל כ'בין מסופק צווישן די ערשטע פסוק, בעסער געזאגט די ערשטע צוויי ווערטער: "אשרי האיש".. אדער די לעצטע פסוק "כי יודע ה' דרך צדיקים" און ווי רש"י הק' זאגט "לפניו הוא להכירה תמיד".
ווען מ'גייט אריין אין די מפרשים און די מדרשים קען זיין אנדערש די בילד.

אויב רעדסטו נאר פון די ערשטע 2 ווערטער איז דאך דאס מקושר אדער צום עשה טוב פון פסוק ב' אדער מיטן סור מרע פון פסוק א'

אוודאי אזוי.. נאר די ווערטער אז דער מענטש איז דער "גליקליכער" דאס כאפט...
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » פרייטאג מאי 15, 2020 12:59 am

מחשב האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געשטימט ווייל כ'בין מסופק צווישן די ערשטע פסוק, בעסער געזאגט די ערשטע צוויי ווערטער: "אשרי האיש".. אדער די לעצטע פסוק "כי יודע ה' דרך צדיקים" און ווי רש"י הק' זאגט "לפניו הוא להכירה תמיד".
ווען מ'גייט אריין אין די מפרשים און די מדרשים קען זיין אנדערש די בילד.

אויב רעדסטו נאר פון די ערשטע 2 ווערטער איז דאך דאס מקושר אדער צום עשה טוב פון פסוק ב' אדער מיטן סור מרע פון פסוק א'

אוודאי אזוי.. נאר די ווערטער אז דער מענטש איז דער "גליקליכער" דאס כאפט...

גליקליך מיט וואס ? מיט פסוק ג' און פסוק ו'

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך להודיע » פרייטאג מאי 15, 2020 1:00 am

ס'איז דא א טייטש פון צדיקים, "כי יודע ה'", אז דער אויבערשטער ווייסט און נעמט קעיר, דאס איז "דרך צדיקים", אזוי קלערט דער צדיק. אבער "ודרך רשעים" דער מהלך המחשבה פון די רשעים איז "תאבד" אלעס איז פארלוירן...

באבל
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך באבל » פרייטאג מאי 15, 2020 1:21 pm

והיה כעץ שתול, איז א פאנאראמע פסוק, ברענגט ארויס דער קאלירפולקייט פון די בריאה. דאס רעדט צו מיין נשמה.

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך שלמה מולכו » פרייטאג מאי 15, 2020 1:40 pm

פסוק ב׳ גיט מיר אריין א געוואלדיגע געפיל פון א קרבת אלוקים און א געשמאקע אידישקייט.
אויב זעסטו אין מיין תגובה סיי וועלכע, טשעפע, פליק, אדער אויסדרוק, וואס קען וויי טוען א צווייטן, זאלסטו וויסן אז אדער דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האב איך נישט געוואוסט אז איינער גייט ווערן וויי געטוען פון מיינע ווערטער.

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך בעל רגש » זונטאג מאי 17, 2020 4:11 pm

אן אינטערעסאנטער בייפאל דאס.

דער פסוק 'ובתורתו יהגה יומם ולילה', איז א שטארק באנוצטער פסוק, און דאס נוצט מען ארויסצוברענגען דעם חיוב אויף א איד צו זיצן און לערנען בייטאג און ביינאכט, כי אם בתורת ה' חפצו - נאר אין דעם אויבערשטנ'ס תורה איז זיין ווילן, 'ובתורתו יהגה יומם ולילה' - ער הארעוועט אין זיין תורה בייטאג און ביינאכט.

לדעתי דער שטערקסטער פסוק פון דעם קאפיטל.

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » זונטאג מאי 17, 2020 4:41 pm

נאך אלעם באשלאסן צו וועלן דעם ערשטן פסוק וואס אלע פסוקים דערנאך גייט אויף אויף דעם "איש"
און בכלל ווען מען הייבט אן צו זאגן תהלים האט מען נאך אינזין פירוש המילות ביים ערשטן פסוק....
איך האף אז ס'איז נישט קיין סתירה מיט ובמושב לצים לא ישב...

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נשמה » זונטאג מאי 17, 2020 4:46 pm

איך האב אויסגעוועלט דעם לעצטן פסוק. ווייל א מענטש איז פאר זיך, ער איז נישט זיכער, זאגט ער ניין! דער אייבערשטער ווייסט די דרך הצדיקים, און די דרך רשעים וועט פארלוירן ווערן. אז דו ביסט ערליך, ווייסט עס דער אייבערשטער. דאנט ווארי.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 17, 2020 7:29 pm

דער אשכול איז א געוואלדיגע ראיון און איז א שפיץ מוסטער ווי צי אויספירן דעם "משכהו לבית מדרש" דער עולם גלייכט אנקעטעס מיט דיסקאסיע צו דער זייט, נוצט מען עס אויף עבודת השם. אשרנו

די אנקעטע צווישן די זעקס פסוקים איז ספעציעל גאר שטארק וויבאלד ס'איז איין המשך, און אלע זעקס פסוקים פיהרן צום זעלבן מסקנא פון "אשרי האיש" נאר יעדע פסוק איז מדגיש אן אנדערע נקודה. זענען דא אלע סארטן תכונות הנפש, און צי יעדען רעדט זייער שפראך. דוד מלך ישראל האט געהאט א נשמה כוללת. מבהיל.

איך האב למעשה געוועלט:

פסוק ד; דאס אז די קלוגסטע, געלונגענסטע און געלערנטסטו מענטשן איבער די וועלט, די וואס זענען אייביג בפי כולם, ביכער עד אין ספור וואס באשרייבן זיי, יוניווערסיטעטן, שפיטעלער און גאנצעטע שטעט זענען נקרא על שמם זייערע סטאטוען זענען פאראייביגט אין אלע וועלט צענטערן.. "כמוץ אשר תדפנו רוח" דער נעים זמירות ישראל מאלט זיי אראפ מיט איין ווארט; ווי די שוואכסטע פון צווישן די שולאכצן וואס פון א בלאז פון א ווינטל ווערן זיי אויס. דאס הייסט זייער גאנצע מעכטיגע אויסזעה איז נאר ווי דער שולאכץ וואס ביז דער ווינט ציבלאזט איהם נישט דאכט זיך גאר אז עס איז עפעס א שיינע געוויקס וואס האלט אינמיטן ארויס שפראצן.

מה שאין כן די צדיקים וואס זענען דבוק אין די תורה זענען "כעץ שתול על פלגי מים" וגו' ... איך האב מיר מתלבט געווען צווישן די צוויי פסוקים, אבער שוין ווי געשמועסט, יעדער האט זיין תכונה, מיר שטופט מער ווען איך באגרייף ווי לופטיג אלעס אינדרויסן פון די תורה איז.

וויל איך מיר שטארק באדאנקען פארן פותח האשכול פארן אויפברענגען אזא אינהאלטסרייכן נושא, און פאר אלע חברים פארן מיטטיילן זייערע מחשבות און הרגשים!
ווער ברויך א אינטערשריפט?

בועז
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך בועז » זונטאג מאי 17, 2020 7:45 pm

דאס קאפיטעל בכלל איז זייער א באליבטע קאפיטל ביי דוד מלך ישראל ע"ה, אזויווי די גמרא ברענגט אז דערפאר הויבט זיך אן דאס קאפיטעל מיט אשרי און ענדיגט זיך מיט אשרי (למה רגשו גוים איז א המשך פון די קאפיטל)
געשטימט פאר'ן דריטן פסוק וואס וואונטשט א מוראדיגע ברכה אין א הערליכע מאטאפארישע נאטור סצענע ווי איינער האט פריער אנגעמערקט.

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » מאנטאג מאי 18, 2020 5:36 pm

צוויי פסוקים פארמעסטן זיך שווער... יעדן טאג איז איינס העכער.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3127
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מאנטאג מאי 18, 2020 5:55 pm

איך שטים ג' אין די ראנאףף רונדע
ווער ברויך א אינטערשריפט?

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג מאי 19, 2020 12:36 pm

התבונני האט געשריבן:זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו


וואו זעסטו דא דעם שם הוי"ה? - איך זעה נאר ה'...

התבונני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך התבונני » דינסטאג מאי 19, 2020 12:40 pm

חסדי אבות האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:זייטיגע הערה: אויב מעגליך נישט צו לייגן דעם שם הוי"ה במילואו

וואו זעסטו דא דעם שם הוי"ה? - איך זעה נאר ה'...

יעצט קומסטו אן ???
מען האט דאס פארראכטן נאך די תגובה (איך האב גאר געמיינט אז דו האסט דאס פארראכטן - קוק נאך פון דו האסט גענומען דעם קאפיטל)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג מאי 19, 2020 2:36 pm

חסדי אבות האט געשריבן:צוויי פסוקים פארמעסטן זיך שווער... יעדן טאג איז איינס העכער.


אויך אזוי געטראכט, ווענד זיך אסאך און די מצב, פון יענעם טאג, וואך, חודש, זומער, ווינטער, שובבים, ראש השנה, לג בעומר, ווען מ'האלט נאך א טאג אין בית המדרש, זאגט זיך מיט א געשמאק כי אם בתורת ה' חפצו, און ווען מ'איז מקנה א רייסער אויפן גאס אין א שוואכע מינוט, זאגט זיך לא כן הרשעים, און אזוי ווייטער און ווייטער....
בכלל יעדע פסוק און קאפיטל קען האבן אזויפיל טייטשן און משמעות'ן, בפרד"ס, געוואנדן און ווי מ'איז פיזיש און גייסטיש, ס'הייסט חוץ די פשוטע פשט, וואס יעדעס מאל כאפט עפעס אנדערש, קומט אלץ צו לויט דעם מצב און ענין פארוואס מ'איז
מתפלל
מ'קען וועלן לויט די יעצטיגע מצב אפשר...

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: אנקעטע אויף תהילים - וועלכער פסוק רעדט צו דיין הארץ?

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג מאי 19, 2020 4:18 pm

וויי. יו. על. (YUL) האט געשריבן:זעענדיג דעם אשכול האב איך מיר דערמאנט פון די פאלגענדע מעשה (מבית אבותי ורבותי - הר"ר בערל הלברשטאם ז"ל)

בנוגע וואס איר ברענגט אז דער מאמע'ס תהלים איז סאך חשוב'ער "מער און בעסער" ווי די אייגענע זאגן תהלים, האט עס מיר דערמאנט אז דער צמח צדק זי"ע האט געזאגט אז אלע צרות וואס האט ער מיט געמאכט אין פעטערבורג איז ער ניצול געווארן פון זיי דורך זיין פרוי'ס תהלים זאגען!
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 88&hilite=

(פון ספר הצאצאים עמ' 100): מסופר אשר באמירת תהלים לפעמים הכשלה בשגיעות בצורות הגוי (הגה = ארויסזאגן) התיבה, וזה הי' מעורר חיוך אצל בניה הגדולים (פונעם צמח צדק), ובתגובה אמר הצמח צדק אשר הרבנית עם התהלים שלה הוציאתו מכל הצרות שבפעטרבורג.

ואגב (אויף עמ' 41) ווערט דארט געברענגט אז: שיטת הבעש"ט מחייבת שגם אנשים פשוטים צריכים לייקר את תפלתם ואת אמירתם התהלים שלהם, "ואף שלא ידעי מאי דקאמרי".
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 44&hilite=
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט