דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך דייקן » מיטוואך מאי 20, 2020 2:22 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:מובא לעיל


כך דרכו בקודש של היעב"ץ כידוע, אבל מדחזינן בגמרא שלא גער בו רואים דלא כהיעב"ץ, אלא כיון שההוא מרבנן התכוין באמת ולש"ש לא נזפו בו.



נישט ריכטיג צי שרייבן אזוי אויפן יעב"ץ, מיר זענען צי קליין איהם צי משיג זיין, אפי' עס דאכט זיך אינז מיר פארשטייען א נאטור פון א צדיק דארף מען וויסן אז זיי זיין שרפי מעלה וואס מיט אינזערע פליישיגע אויגן קען אינז זיי נישט אפשאצן. ווי אויך האט דער יעב"ץ פארשטייט זיך געוויסט אז למעשה פירט נישט די גמרא אויס ווי ער האלט פונדעסטוועגן דאך שרייבט ער ווי אזוי ער שרייבט, און במילא איז נישט פאסיג צי מעיר זיין מדחזינן בגמרא וואס קען זיך הערן כאלו דער יעב"ץ האט דאס נישט גענומען אין חשבון

ווי אויך דאס 'אלא כיון שההוא וכו' איז נישט אין פלאץ ווען דער יעב"ץ עיקר דא איז צי שולל זיין מחשבת פסןל שמא יגררו אחריות און דעמאלט איז נישט משנה וואס פאר א כוונות ער האט, במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב (ואפי' מכוון לש"ש),

און אז דער יעב"ץ איז געבליבן ביים קשיא דארפן מיר אויכט בלייבן ביים קשיא.


איך בין מסכים אז איך האב נישט געשריבען ווי ס'דארף צו זיין, איך וואלט געדארפט שרייבען "לכאו' י"ל שר"ש בר נחמני סבר שכיון שההוא מרבנן התכוין לש"ש לא היה צורך לנזוף בו" וכדומה לזה, און כאטש מיר טרעפען כמ"פ בדברי המפרשים אז זיי זאגען אז וואס חז"ל וכו' האבען געזאגט איז געווען לפי מידותיהם ושורש נשמתם (ואפילו בנבואה מצינו כזה בדברי כמה מפרשים במגילה (י"ד ע"ב) שכיון שנשים רחמניות היתה חולדה מקבלת הנבואה באופן אחר) [און פארשטייט זיך אז דאס איז ח"ו נישט קיין קשיא אויף אמיתות התורה ודברי חז"ל, ווייל דאס אלץ גייט אריין אין כונת השם כביכול אז עס זאל אויך זיין אריינגעמישט די מידות וכו' אין די הבנת התורה, ולזה גופא היתה הכונה בסיני], בין איך מסכים אז בדר"כ קען א פשוטע מענטש נישט זאגען אזוי (רק שאני הבנתי שניד"ד שונה, וכמש"כ בתגובה אחרת שדומה למימרות חריפים מהמנח"א זצ"ל, ששם לכאו' כו"ע מודים שרשאים להסבירם עם מידתו ושורש נשמתו, אבל יכולים לחלוק עלי ולסבור שאינו דומה לשם), און בפרט נישט היינטיגע צייטען אויף א אפענע פארום, ווייל דאס איז איינע פון די זאכען מיט וואס די היינטיגע משכילים פארסמאקעווען זיך (אבל משו"ה כתבתי תגובתי הראשונה בלשה"ק וכמש"כ במקו"א, אבל מ"מ י"ל שגם בלשה"ק אין לכתוב כן כאן), און אודאי און אודאי נישט מיט די לשון וואס איך האב געשריבען, איז ממילא צי איך צוריק פון וואס איך האב געשריבען, ומודים דרבנן היינו שבחייהו.
(פון דא זאל מען זיך לערנען אז ווען מען שרייבט טענות באופן עניני ומכובד טוט מען אויף מער ווי ווען מען שרייבט אויף א אנדערע אופן)

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך מאי 20, 2020 3:55 pm

אשריך שלא חסת על כבודך וקדשת שם שמים ברבים - "ואוהביו כצאת השמש בגבורתו" יהא חלקך חלקי!

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך סטיטשינער » מיטוואך מאי 20, 2020 4:57 pm

אמר רבי חייא בר אבא: אפילו האב ובנו, הרב ותלמידו שעוסקין בתורה בשער אחד, נעשים אויבים זה את זה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה, שנאמר; "אֶת וָהֵב בְּסוּפָה", אל תקרי בְּסוּפָה, אלא בְּסוֹפָהּ.
קידושין ל:
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:35 am

היעב"ץ לא יצא בחנית לריק, כי לדאבונינו המשכילים עשו מטעמים מדעה זו בחיבוריהם ושפטו מזה בק"ו ובגז"ש על דעותיהם, והיעב"ץ לחם מלחמת ה' להציל נערי ישראל. והלא דבר הוא שמדפיסי ווילנא השמיטו הגה זו, עד שבאו 'עוז והדר' והחזירו עטרה ליושנה מכתב ידו הקדושה.

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:53 am

גלאזער האט געשריבן:היעב"ץ לא יצא בחנית לריק, כי לדאבונינו המשכילים עשו מטעמים מדעה זו בחיבוריהם ושפטו מזה בק"ו ובגז"ש על דעותיהם, והיעב"ץ לחם מלחמת ה' להציל נערי ישראל. והלא דבר הוא שמדפיסי ווילנא השמיטו הגה זו, עד שבאו 'עוז והדר' והחזירו עטרה ליושנה מכתב ידו הקדושה.

טאקע באמערקט לעצטנס אין א עוז והדר גמרא א שטיקל יעב''ץ וואס איך האב נישט געקענט אנהייבן פארשטיין און אין ווילנא איז עס נישט געווען.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re:

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:04 am

סטיטשינער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:היעב"ץ לא יצא בחנית לריק, כי לדאבונינו המשכילים עשו מטעמים מדעה זו בחיבוריהם ושפטו מזה בק"ו ובגז"ש על דעותיהם, והיעב"ץ לחם מלחמת ה' להציל נערי ישראל. והלא דבר הוא שמדפיסי ווילנא השמיטו הגה זו, עד שבאו 'עוז והדר' והחזירו עטרה ליושנה מכתב ידו הקדושה.

טאקע באמערקט לעצטנס אין א עוז והדר גמרא א שטיקל יעב''ץ וואס איך האב נישט געקענט אנהייבן פארשטיין און אין ווילנא איז עס נישט געווען.

פארוואס נישט געקענט פארשטיין, וועלכע שטיקל איז עס

אוועטאר
סטיטשינער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 1:08 am

גלאזער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:היעב"ץ לא יצא בחנית לריק, כי לדאבונינו המשכילים עשו מטעמים מדעה זו בחיבוריהם ושפטו מזה בק"ו ובגז"ש על דעותיהם, והיעב"ץ לחם מלחמת ה' להציל נערי ישראל. והלא דבר הוא שמדפיסי ווילנא השמיטו הגה זו, עד שבאו 'עוז והדר' והחזירו עטרה ליושנה מכתב ידו הקדושה.

טאקע באמערקט לעצטנס אין א עוז והדר גמרא א שטיקל יעב''ץ וואס איך האב נישט געקענט אנהייבן פארשטיין און אין ווילנא איז עס נישט געווען.

פארוואס נישט געקענט פארשטיין, וועלכע שטיקל איז עס

כגעדענק נישט אויפען מינוט. כוועל עס בודק זיין אי''ה.
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!
אין אייראפע ווי דו קוקסט נאר אלס, דעם טויט מעסער אויפ'ן האלדז
מיליאנען אויסשחטן און אויסהונגערן,
אויף וועלכע לאגער אדער מאסן גרוב, וועסטו בויען דיין שטוב
ליטא, גאליציע, פוילן אדער אין אונגערן? (מאטי א.)

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re:

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג מאי 21, 2020 8:18 am

סטיטשינער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:היעב"ץ לא יצא בחנית לריק, כי לדאבונינו המשכילים עשו מטעמים מדעה זו בחיבוריהם ושפטו מזה בק"ו ובגז"ש על דעותיהם, והיעב"ץ לחם מלחמת ה' להציל נערי ישראל. והלא דבר הוא שמדפיסי ווילנא השמיטו הגה זו, עד שבאו 'עוז והדר' והחזירו עטרה ליושנה מכתב ידו הקדושה.

טאקע באמערקט לעצטנס אין א עוז והדר גמרא א שטיקל יעב''ץ וואס איך האב נישט געקענט אנהייבן פארשטיין און אין ווילנא איז עס נישט געווען.

פארוואס נישט געקענט פארשטיין, וועלכע שטיקל איז עס

כגעדענק נישט אויפען מינוט. כוועל עס בודק זיין אי''ה.

תיקון טעות, וואגשאל האט צוגעלייגט די הגהות יעבץ, [ס'איז געקומען א עוז והדר און אלעס איינגעשלינגען אז מ'פארגעסט אז אמאל איז געווען גמרות אן עוז והדר]

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך דייקן » מיטוואך מאי 27, 2020 8:43 am

גרשון האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2

קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?


איך האב נאכנישט געזען די גאנצע ספר, בל"נ ווען איך וועל עס ענדיגען ליינען וועל איך שרייבען אויב איך האב דארט געטראפען עפעס אינטרעסאנט.

אויף די קושית העולם פארוואס טרעפט מען נישט די סמבטיון היינט צוטאגס, האב איך געטראכט א פשוטע תירוץ אז די גמרא רעדט נאר פון יענע צייט, עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז שוין פילע יאר האט עס אויפגעהערט ציען שטיינער (וכמו דמה דאי' שם בגמ' שקבר אביו מעלה עשן כל השבוע חוץ משבת, י"ל בפשטות שכבר הפסיק לפני הרבה שנים).


יעצט האב איך גענדיגט איבערקוקען מקופיא די גאנצע ספר, בקיצור, ער ברענגט א בריוו פון איינער וואס האט אליין געהערט די קולות פון די סמבטיון און געהערט פון די גויים וואס זיי האבען אליין געזען די אידען פון די אנדערע זייט טייך, און ער איז מאריך דארט איבער אלץ וואס זיי טוען וכו' (רק שבתוך דבריו יש קצת סתירה, שבמקו"א נראה מדבריו שא"א לעבור הנהר בלי לחלל שבת, ובמקו"א כותב ששתי שעות לפני שבת הנהר כבר שובת ואז עוברים היהודים כדי לערוך מלחמות וכו'), ווי אויך ברענגט ער א בריוו, וואס איז מקויים מיט די חתימה פון די חיד"א, פון די בני משה וואס זיי האבען געשיקט צו די בני ירושלים, און אויך דארט דערמאנען זיי די סמבטיון, ווי אויך שרייבען זיי אז ארום די טייך ברענט א פייער (דאס ברענגט ער אויך אנפאנג ספר פון א אנדערע מקור), אין א פלאץ אין די ספר ברענגט ער אז די סמבטיון ווארפט שטיינער אזוי הויך ווי איין שטאק.

משום איזו סיבה שפיר איך אויף אלע די עדות'שאפטן און בריוו אן אומצוטרוי. מילא אז חז"ל פארציילן אונז עפעס, זענען זייערע ווערטער נאמן אויף אונז כמאה עדים, אבער פארציילונגען איבער'ן סמבטיון פון משך די דורות זענען דא אזויפיל, יעדער איינער מיט אנדערע אנגעגעבענע ערטער און אנדערע זאכן וואס ער האט אליין געזען. לאמיר נישט פארגעסן אז צוויי הונדערט יאר צוריק איז שוין די וועלט געווען היבש פארגעשריטן, גענוג אז אזא אויסטערלישע זאך זאל זיין ברייטער באוואוסט. און אז מ'האט עס דעמאלטס געזען, וואו איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן?

ס'איז וויכטיג צו געדענקען אז אמאל זענען רוב מענטשן געבליבן זייער גאנץ לעבן אינעם ראיאן וואו זיי זענען געבוירן, ס'איז כמעט נישט געווען קאמוניקאציע מיט דער גרויסער וועלט, און אז ס'האט זיך געמאכט א "רייזנדער", איינער וואס איז ארויסגעפארן פון זיין היים שטעטל צו א רייזע איבער דער וועלט און זיך אומגעקערט צען יאר שפעטער, איז געווען בידו צו פארציילן וואס ער וויל און אלע האבן אים אויסגעהערט מיט אפענע מויל און אויערן. ס'איז נישט קיין שום ספק אז אזא רייזנדער האט געהאט א גרויסן נסיון צו זיין א שארלאטאן און פארציילן זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, בלויז פאר דער איינער סיבה אז קיינער האט אים נישט געקענט אפלייקענען. ס'זענען באקאנט אסאך אזעלכע, אבער אויף כמעט יעדן דארף מען האבן דעם חשד, כאטש טיילווייז, איבערהויפט ווען ער פארציילט דראמאטישע, שפאנענדע זאכן.


איך האב יעצט געזען אין די ספר ארחות רבינו (ח"ג, מהדורה הישנה עמ' קכ"ו) אז ער ברענגט דארט פון הגר"ח קנייבסקי שליט"א אז ער האט געקענט (אדער זיין טאטע, די סטייפלער זצ"ל, עס איז נישט אזוי קלאר אין די ספר למי הכונה) א מקובל אין ירושלים ר' שמעון הורביץ זצ"ל וואס האט געזען די סמבטיון, און ער ברענגט דארט אז ר' חיים האט געפרעגט זיין טאטע די סטייפלער פארוואס מען טרעפט נישט די סמבטיון, האט ער עם געזאגט אז מן השמים מסתירים אותו.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 27, 2020 12:49 pm

פון וויקיפידיע

"מפני שלפי המקובלים עשרת השבטים יתגלו לפני הגאולה השלמה, ר' שמעון צבי נשלח בתרנ"ט לאסיה מטעם מקובלי ירושלים מכל העדות לחקור את הנושא. במשך כשנתיים הלך ברגל או רכב על גמל. הוא גילה שרידים של יישובים יהודים במקומות נידחים המנותקים משאר העולם. הגיע עד טיבט ושלטונות הודו חשדו בו שמניעיו פוליטיים, והוא נאלץ להפסיק את המסע. את חוויותיו במסעו העלה את הכתב בספר 'קול מבשר' שיצא לאור בתרפ"ג."

ווער ס'וויל קען גלייבן, און ווער ס'וויל קען זאגן אז אויב מן השמים מסתירין אותו, וואלט עס קיינער נישט געטראפן.

און אויב האט ער עס טאקע געטראפן, פארוואס איז נישט פארצייכנט געווארן דאס גענויע ארט?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג יוני 02, 2020 11:59 am

נאר יעצט אריינגעבלאנדז'עט דא.
כ'ערלויב זיך צו-צולייגן עטליכע קרישקעלעך, אן זיך אריינלאזן אין די גאנצע היץ.

דאס אז דער אקדמות איז א רשות פאר דער מתורגמן האט כנראה דער ערשטער, בדורות האחרונים, צוגעטראפן מסברא, דער בעל מרכת המשנה אין זיין ספר שלחן תמיד, הלכות פסח סי' י"ט (שהוא למעשה עניני או"ח סי' תצד) בהגהות זר זהב אות ג'. שפעטער האט עס רו"ה אויסגעבויעט פון מחזור כ"י, ועוד כמה אמרו כן מסברא, בנו של הגאון מהר"ם א"ש מביא כן בשם אביו הגאון, וכן כתב ר' אברהם שפירא אביו של הג"ר מאיר שפירא מלובלין בראש אקדמות שנדפס עם איזה פירוש.

דאס וואס איינער פון די מגיבים האט דא דערמאנט די וואס ליינען שטענדיג בטעם התחתון, והזכיר דברי רז"ה. הנה רז"ה כתב שם שראה כן באיזה ספר שכן המנהג באיזה מקום, והמעז פניו לעומתו, בהערות שערי דמעות לספרו שערי תפלה, כותב עליו כעין האי לישנא (אני מעתיק מזכרון, ואם שגיתי יסלח לי), "ולמה לא הזכיר שמו, אלא ודאי הרוצה לשקר ירחיק עדותו".

דער אמת איז אבער אז עס איז דער הייליגער רמ"ע מפאנו בסוף ספר מאה קשיטה:
רמע.JPG
רמע.JPG (31.75 KiB) געזעהן 555 מאל


ובכלל דרכו של רמ"ע שם דומה לדברי רז"ה שטעם העליון שייך לבחינת הכתיב, עי"ש. ויש לשער שרז"ה ראה הרעיון בדבריו ואחר זמן נשכח ממנו המקור, וכפי שציין לענין המנהג לקרא תמיד בטעם התחתון, שראה כן באיזה ספר, בלא הזכרת שמו.
(והוה ליה לבעל הדמעות לדעת מזה אחר שבעל מנחת שי פ' יתרו ציין לדברי רמ"ע)

כאטש כ'ווייס נישט כלפי מי דברי הכותב הנכבד מוסבים. און זיכער, היינט, ביי אונז, אויב איינער טוט אזוי, איז דאס מהתחכמות יתירה וסכלות של ממש, דאך ברענג איך דעם רמ"ע, צוליב די זלזול אין רז"ה און די התעלמות פונעם רמ"ע.
ואגב, צום עצם טענה פון כל פסוקא דלא פסקיה משה, איז דא דערויף צוויי מהלכים, איינע פון דער יעב"ץ סוף לוח ארש אז ביידע זענען פסקינהו משה. און די צווייטע פון שלחן ערוך הרב וביאור הלכה סי' תצד אז די איסור איז נאר זיך גענצליך אפצושטעלן, נישט צו ליינען דארט מיט'ן טעם סילוק הוא סוף פסוק (עי' במתק לשונם).
(דאס איז אויסער די וואס זענען מוכיח אז די צוויי וועגן זענען במקורם גאר תלוי במחלוקת מדנחאי ומערבאי, וכבר בתשו' הגאונים מוזכר שיש בזה חילוק בין הישיבות).

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 02, 2020 12:15 pm

@רב טקסט, הערליך!! ייש"כ!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג יוני 02, 2020 12:38 pm

פארגעסן פריער צוצושרייבן נאך א הערה בענין זה.

אין אקדמות שטייט
דיירי ארעא ספרי ורשמי רשוותא.
וואס איז טייטש רשמי רשוותא?

אין חדר* האט מען געטייטשט, צייכענישן. אדער עפעס ענליך.
עס וואלט גוט געווען אילו וואלט געשטאנען רשמתא, מיט א מ"ם.
און באמת מוטשען זיך די מפרשים דערמיט. ובמקום אחר ציינתי לדבריהם. וכבר יש מי שהגיה רשמתא.

אבער הנלענ"ד, אז רשוותא מיינט רשויות, (ועי' תוספות שבת ב: בסוף העמוד, שהביאו התרגום על תוצאותיו - רשוותיה).
והכוונה, אפילו אלע דיירי ארעא וואלטן געווען מומחים אין שרייבן פיוטי רשות, וואס אין די פיוטי רשות ווערט שטענדיג ארומגערעדט שבח רבון עלמא אויף א פאכמאנישן שטייגער, אויף אן אופן פון מועט מחזיק את המרובה, דאס אלס לא ספק פרישותא די גבורן עלמין דיליה.

__________________________________
* וואו איך האב געלערנט, נישט וואו כ'בין געווען מלמד, ווייל זיך גרייטנדיג אלס מלמד האב איך זיך געמוטשעט מיט דעם עד שאורו עיני, כאשר מן השמים הבריקו לי הפירוש שאכתוב.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג יוני 02, 2020 12:53 pm

גרשון האט געשריבן:פון וויקיפידיע

"מפני שלפי המקובלים עשרת השבטים יתגלו לפני הגאולה השלמה, ר' שמעון צבי נשלח בתרנ"ט לאסיה מטעם מקובלי ירושלים מכל העדות לחקור את הנושא. במשך כשנתיים הלך ברגל או רכב על גמל. הוא גילה שרידים של יישובים יהודים במקומות נידחים המנותקים משאר העולם. הגיע עד טיבט ושלטונות הודו חשדו בו שמניעיו פוליטיים, והוא נאלץ להפסיק את המסע. את חוויותיו במסעו העלה את הכתב בספר 'קול מבשר' שיצא לאור בתרפ"ג."

ווער ס'וויל קען גלייבן, און ווער ס'וויל קען זאגן אז אויב מן השמים מסתירין אותו, וואלט עס קיינער נישט געטראפן.

און אויב האט ער עס טאקע געטראפן, פארוואס איז נישט פארצייכנט געווארן דאס גענויע ארט?


מען זאגט נאך פון הייליגן חפץ חיים, אז בשעת עס איז געווען א השתדלות צו זוכן די עשרת השבטים, האט ער געזאגט בערך אזוי: אז א בעל הבית באהאלט עפס קען עס קיינער נישט געפונען ביז ער אליין וועט עס אויפדעקן.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יוני 02, 2020 1:38 pm

רב טקסט האט געשריבן:פארגעסן פריער צוצושרייבן נאך א הערה בענין זה.

אין אקדמות שטייט
דיירי ארעא ספרי ורשמי רשוותא.
וואס איז טייטש רשמי רשוותא?

אין חדר* האט מען געטייטשט, צייכענישן. אדער עפעס ענליך.
עס וואלט גוט געווען אילו וואלט געשטאנען רשמתא, מיט א מ"ם.
און באמת מוטשען זיך די מפרשים דערמיט. ובמקום אחר ציינתי לדבריהם. וכבר יש מי שהגיה רשמתא.

אבער הנלענ"ד, אז רשוותא מיינט רשויות, (ועי' תוספות שבת ב: בסוף העמוד, שהביאו התרגום על תוצאותיו - רשוותיה).
והכוונה, אפילו אלע דיירי ארעא וואלטן געווען מומחים אין שרייבן פיוטי רשות, וואס אין די פיוטי רשות ווערט שטענדיג ארומגערעדט שבח רבון עלמא אויף א פאכמאנישן שטייגער, אויף אן אופן פון מועט מחזיק את המרובה, דאס אלס לא ספק פרישותא די גבורן עלמין דיליה.

__________________________________
* וואו איך האב געלערנט, נישט וואו כ'בין געווען מלמד, ווייל זיך גרייטנדיג אלס מלמד האב איך זיך געמוטשעט מיט דעם עד שאורו עיני, כאשר מן השמים הבריקו לי הפירוש שאכתוב.

א שיינער פשט. ס'קען אויך זיין א ו' אנשטאט א מ', וויבאלד ביידע זענען פון די אותיות בומ"ף, אזוי ווי אין ארגמן-ארגוונא.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג יוני 02, 2020 1:43 pm

אינעם מחזור המפורש, אין די הערות, ברענגט ער אז ס'איז יתכן מפרש צו זיין "רשוותא" מלשון "רשות", אבער ער גייט מיטן מהלך אז ס'האט שייכות מיט 'אל תתודע לרשות' - ווייל די מלוכה האט די בעסטע שרייבערס... עפעס אזוי.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10362
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג יוני 02, 2020 2:01 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:אינעם מחזור המפורש, אין די הערות, ברענגט ער אז ס'איז יתכן מפרש צו זיין "רשוותא" מלשון "רשות", אבער ער גייט מיטן מהלך אז ס'האט שייכות מיט 'אל תתודע לרשות' - ווייל די מלוכה האט די בעסטע שרייבערס... עפעס אזוי.

די אמת איז כ'האב קיינמאל אריינגעטראכט אין די ווערטער, יעצט אז רב טקסט האט דאס געברענגט האב איך געמאכט א שנעלע זיכעניש אין בר אילן, זע איך אז די ווארט רשוותא איז אין באנוץ במקום וואס אונז וואלטן גענוצט די ווארט רבנים, דאס מיינט אז אויב איז דאס די כוונה, דאן טייטשט דאס צייכענער'ס פון הערן.

די געדאנק פון אל תתודע לרשות שטימט גראדע גאר גוט אריין, ווייל אזעלכע שרייבער'ס האבן א לשון לימודים, און קענען גאר גוט און שנעל שרייבן, איז אפילו אלע מענטשן וואלטן געווען אזוי, דאך וואלט מען נישט געקענט באשרייבן וכו'.

אינטרעסאנט אז די מרדכי טייטשט די ווארט רשוותא א חוב/הלואה.

---
1. תשובות רב נטרונאי גאון - ברודי (אופק) אורח חיים סימן קצב
צדיהם וסכך בהן, נעשו כשפודין של מתכת שאסורים לסכך בהם. והכין פסק רב נטרונאי ורובה דרשוותא.
2. תשובות הגאונים - מוסאפיה (ליק) סימן מו ד"ה שאל רב
כשרטוט חשוב ודאי שמעתא בהדיא שהנקוד כשרטוט לא חזי לנא אלא מיהא עמא דבר ורשוותא הכין עבדין.
3. תשובות הגאונים - שערי תשובה סימן לט (*2)
שמעתא בהדיא שהנקוד כשרטוט לא דאמי' (?) לא חזי לנא אלא מיהו עמא דבר למעשה ורשוותא הכי עבדין. (נ"א והכין קא שמענא דור אחר דור דהאי נקוד דמנקדינן כשרטוט חשוב. ודאי
4. תשובות הגאונים - שערי תשובה סימן רפז
כלישנא קמא משום לחם עוני דהרבה עבדי הכי ואיכא מאן דעביד כלישנא אחרינא. וחזינן לרשוותא דשאילו קמייהו ואמרי על איזה מהן בוצע על הפרוסה או על השלימה ואמרו צרי' לבצוע
5. תשובות הגאונים - שערי תשובה סימן שמד
וששאלתם שבע ברכות דכלה דאית מרשוותא אמרי דהא לאלמון ואלמנה לא מברכי שבע ברכות הכי הוא ולא איצטריך ומה דאמרתון דאתון אמרי בלשון כבוד ולאו משום חובה כל דא לא
6. מרדכי מסכת מועד קטן הלכות אבלות רמז תתצא
אם עשה סעודה לחבירו תחלה ועכשיו מצוה לפרעו ולשלם גמולו מותר לאלתר אבל ברשוותא כלומר הלואה שיתחיל הוא תחלה לחבירו אסור (עד לאחר שלשים ועל אביו ועל אמו בין כך
7. מרדכי מסכת בבא קמא פרק ארבעה אבות רמז א (*2)
בשכרך אין שומעין לו וקאמר בגמרא וצריכא דס"ד אמינא דשומעין לו דאמרי אינשי ממארי רשוותא פארי אפרע אלמא דבשאין לו מעות קאמר [*דאי ביש לו מעות לא אמרינן ממארי
13. הלכות רי"ץ גיאת הלכות קידוש עמוד ד ד"ה ויש לידע
ויש לידע דהא דאמרי רשוותא בצמוקין דכמישין בגופנייהו לא דוקא כמישין בגפנים הא לאו הכי לא אלא אורחין דמצמקי גבייהו אשמעינן ולעולם בין כמישין בגפנים בין נתבצרו כשהן ענבים
14. הלכות רי"ץ גיאת הלכות קידוש עמוד ט ד"ה והמקדש אם
והמקדשנג) אם טעם מלא לוגמיו יצא ואם לאו לא יצא. והכי פסקו רשוותא כולהו. ואמר רב סעדיה המברך על היין או על המים צריך לטעום מלא לוגמיו. ולא היא דמקדש איתמר דוקא
15. הלכות רי"ץ גיאת הלכות קידוש עמוד טו ד"ה ולענין הלכה
ולענין הלכה אין מפסיקיןקג) להבדלה אי לא חזינן לרשוותא דסברי ליה כשמואל דמפסיק ומסתברא כותיה דרב אדאקד) דהא אמרינן שאני עיולי יומא מאפוקי יומא עיולי יומא מחבבינן ליה
16. הלכות רי"ץ גיאת הלכות הבדלה עמוד כ ד"ה ושותה מלא
לוגמיו ומטעים את בניו ואת בני ביתו. ורב סעדיה אומר אין צריכין לטעוםלב) מכוס של ברכה ורשוותא כותיה סבור.
17. הלכות רי"ץ גיאת הלכות הבדלה עמוד כד ד"ה ופסקא: יש
רבא כל השבת והוא אמר כל היום כולו. ואני אומר שאלמלא ההיא דאמימר דגרסי לה הני רשוותא כל היום כולו והיהעא) הדבר כפי מה שהכריע עכשיו שהגאונים חולקים בדאמימר דברייתאעב)
18. הלכות רי"ץ גיאת הלכות הבדלה עמוד כו ד"ה וט' באב
וט' באב שחל להיות במוצאי שבת פסוק כולהו רשוותאצא) דמבדיל ביין שני בשבת כשמשלים תעניתו קודם שיטעום כלום אבל לא על האור. אבל להבדיל בשבת אי איפשר אי למאן דסבר לה
19. הלכות רי"ץ גיאת הלכות יום הכפורים עמוד עג ד"ה כלי כסף
מתמצין ושואבין אותן ומקיאין לחוץ ונמצא מצטנן בהם כלי כסף משום דמזדרבי. מפרשי רשוותא שכשמתנענע הכלי נתזין [עמוד עד] מימיו ונשפכין על בשרו מלשון (איוב ו') יזורבו נמצתו
20. הלכות רי"ץ גיאת הלכות יום הכפורים עמוד פא ד"ה ואמר רב
טבילה דההיא דאמר כל המצות כולן מברך עליהן עובר לעשייתן חוץ מן הטבילה אוקמוה רשוותאקכח) בגר שמל ולא טבל דאכתי גברא דלא חזי הוא אבל שאר חייבי טבילות מעקרא מברכי
21. הלכות רי"ץ גיאת הלכות סוכה עמוד קד ד"ה שושי ושווצרי
שושי ושווצרי הכי אמרי רשוותא דעשבים הם גדלים אצלם בבבל ורגילים להסיק בהם וגדלים משתים וג' אמות. בשושי מסככיןקמג) בהגיקמד) לא מסככין דכוון דנתרי סוכייהו שביק ליה ואזיל.
22. הלכות רי"ץ גיאת הלכות סוכה עמוד קה ד"ה הפכן על
על צדיהן וסכך בהן נעשו כשפודין של מתכות שאסורים לסכך בהן. והכיןקס) רב נטרונאי ורובא דרשוותא.
23. הלכות רי"ץ גיאת הלכות סוכה עמוד קיג ד"ה נויי סוכה
ואית דפסיק לה כרב חסדא ורבה בר רב הונא דהוו להו רבים ולא מסתברא כוותיה. ורובה רשוותארלא) מוקמי לה בנויין המופלגין מן הצד כגון שתלה הסדינין מן הצד והפליגן מן הדפנות ד'
24. הלכות רי"ץ גיאת הלכות סוכה עמוד קיד ד"ה סוכה המדובללת
כותיה סבירא להו ותרתי קתני סוכה מבולבלת ושצלתה מרובה מחמתה כשרה והכין נמי פסק רשוותא.
25. הלכות רי"ץ גיאת הלכות סוכה עמוד קכה ד"ה מי שהיה (*2)
ולא תזוז מנה. ובירושלמי לא סוף דבר שלחנו אלא אפילו כדי שולחנו וכמה הוא טפח. ורובא דרשוותא סברי דהלכתא כבית שמאי בהני תרתי בין בסכה גדולה בין בסכה קטנה ואע"ג דאוקמוה
26. הלכות רי"ץ גיאת הלכות לולב עמוד קמד ד"ה נטלה פטמתו
בית תרין פי' שושנתו ופיקה משום דפטומת משמעה הכי ומשמעה הכי. והכי נמי סבור רובא דרשוותא דפיטומתו דקתני היינו בוכנתו פסול דהא חסר ליה נטל עוקצו ובוכנתו קימת כשר נטלה
27. הלכות רי"ץ גיאת הלכות אבל עמוד רכב ד"ה והספד נוהגין
הגולל ואם גדול משפחה עמו אלו ואלו משיסתם הגולל ולפום דכתב בהלכותרעד) פסיק רשוותא.
28. הלכות רי"ץ גיאת הלכות אבל עמוד רמח ד"ה כל ז'
הושעיא ובר קפרא חד אמר מתאחין [עמוד רמח] הכי נמיתקסד) אין מתאחין, והכין פיסוקתקסה) רשוותא. ובירושלמיתקסו) הרי שהיה מחליף בגדיו כל ז' חייב לקרוע את כולן. ר' חייה רבה ור' חמא
29. הלכות רי"ץ גיאת הלכות פסחים עמוד שיא ד"ה ואמר רב
דחלטה ברותחין מעקרא כיון דהדר אפייה בתנורא ובאילפס לחם איקרי ונפיק ביה. הא פסק רשוותא בתראי דאין חולטין ברותחין כל עקר בפסח. וחלוט של ב"ב לחוד וחלוט שחלטו ברותחין
30. הלכות רי"ץ גיאת הלכות פסחים עמוד שיג ד"ה אמור רשוותא
אמור רשוותא חלב שחלבו בכלי נקישלט)קע קודם לפסח וכן גבינה שנקפת בכלים חדשים ושמרן מחמץ מותרין לאוכלן בפסח ואם לאו אסורים.
31. הלכות רי"ץ גיאת הלכות פסחים עמוד שכה ד"ה נטל ידיו
ידים מברךרט אבל סימןתלג) נטילה רחיצה שטיפה שהיו מקצת ראשוניםרי סוברין הכי אמור רשוותא דטעות הוא שאין לנו ברכה על הידים אלא נטילה בלבד וכן ההלכה והמנהג.
32. הלכות רי"ץ גיאת הלכות חדש וספירת העומר עמוד שלט ד"ה ובזמן הזה
דשביסר נגהי תמניסר סבר לה כר' יהודה דחייש לספיקא וכן הלכה והכין נמי פסוק כולהד רשוותא. [עמוד שמ] תנו רבנןח) וספרתם לכם שתהא ספירה לכל אחד ואחד. ממחרת השבת ממחרת
33. הלכות רי"ץ גיאת הערות יצחק ירנן הלכות הבדלה עמוד כו הערה צא
וט' באב שחל להיות במוצאי שבת פסוק כולהו רשוותא +צא) רשוותא. עיין פלוגתא בזה בטור סי' תקנ"ו.+ דמבדיל ביין שני בשבת כשמשלים תעניתו קודם שיטעום כלום אבל לא על האור. אבל להבדיל
34. הלכות רי"ץ גיאת הערות יצחק ירנן הלכות יום הכפורים עמוד פא הערה קכח
כל המצות כולן מברך עליהן עובר לעשייתן חוץ מן הטבילה אוקמוה רשוותא +קכח) אוקמוה רשוותא. כוונתו על הגאונים, וכן הביא הרי"ף משמם פ"ק דפסחים והאריך בזה ב"י י"ד סי' רי"ש.+ בגר שמל ולא טבל
35. הלכות רי"ץ גיאת הערות יצחק ירנן הלכות סוכה עמוד קיג הערה רלא (*2)
לה כרב חסדא ורבה בר רב הונא דהוו להו רבים ולא מסתברא כוותיה. ורובה רשוותא +רלא) ורובה רשוותא. כנראה צ"ל והרבה מרשוותא.+ מוקמי לה בנויין המופלגין מן הצד כגון שתלה הסדינין מן הצד
36. הלכות רי"ץ גיאת הערות יצחק ירנן הלכות אבל עמוד רכב הערה רעד
דכתב בהלכות +רעד) ולפום דכתב בהלכות. פי' כמו שכתוב בהלכות גדולות שהעתיק הגאון לעיל הכי פסקי רשוותא.+ פסיק רשוותא.
37. ספר האשכול (אלבק) הלכות קריאת התורה דף סה עמוד ב ד"ה ת"ר יש
דמות כמראה אדם, אלא כך מתרגמין, ועל דמות כמראה אדם עליהון מלעילא. ולא חזי (לן) לרשוותא מידי בהאי נוסחא. וכתב הגאון ר' יצחק ואלו שאמרו נקרין ולא מתרגמין בצבור הוא, אבל
38. ראב"ן מועד קטן ד"ה ואלו כותבין
שום ואיגרות מזון שטרי חליצה ומיאונין ושטרי ברורין ופיסקי דינין ואיגרות של רשות שטרי רשוותא חובות שחייבין לו, כל אלו דברים יאבדו. אין כותבין ספרים תפילין ומזוזות ואין מגיהין
39. ראבי"ה חלק ג - מועד קטן סימן תתלט ד"ה ואלו כותבים (*3)
דיינים ואיגרת של רשות. פירש רש"י ציווי השלטון. ובהלכות גדולות כתב מפרשי רבנן פיתקי רשוותא, אבל דיסקי אסור למיכתב, ושדרי ממתיבתא אגרות של רשות מאי הוא, כך פירש רב מר
40. ספר מצוות גדול לאוין סימן עה ד"ה וכותבים איגרות
וכותבים איגרות של רשות (מו"ק יח, ב), כתוב בה"ג (דף מב, א) איגרות של רשות פיסקי דרשוותא אבל דיסקי אסור למכתבינהו, אבל בירושלמי (שם ה"ג) כתב שהן איגרות של שאילת שלום,
45. שו"ת רבי אליהו מזרחי (הרא"ם) סימן לה ד"ה אחר כך
לעלמא ופלגי לך יקרא מאן יהיב לן גפאי למפרח באוירא למעבר קמיה דמר ולמיקם קמיה מרשוותא דמריה על ידיה אסכים ולמסבר מגברא דנפיש זכותיה דחיל חטאין אי לאו דגבהי ביננה
46. שו"ת מהר"ם אלשקר סימן כו ד"ה עוד כתבתם (*2)
בהו ספיקא כלל ע"כ דבריכם. כבר כתבנו כמה פעמים דלא ידעינן מאן אינון הני רבוואתא ורשוותא דקאמרי הכי ומילי חזינא וגברי לא חזינא וכלהו רבוואתא ורשוותא סברי ואמרי וגזרי דאין
50. איגרת רב שרירא גאון רבנן סבוראי אות קג
קג. ובכל שתא ושתא דהוי ריש גלותא במתא מחסיא דקבע רגלא בבי רב אזלין לקמיה רשוותא ורבנן דפומבדיתא. והכן נהיג' מילתא הדין עד שיעור מאתן שנין מן השתא הואיל והוה להון
51. איגרת רב שרירא גאון רבנן סבוראי אות קד
קד. ונהג רב אשי רשוותא במתיבתיה קרוב לשתין שנין. והיינו דאמרינן בפרק מי שמת (קנו, א) במהדורא קמא דרב אשי אמר לן הכי ובמהדורא בתרא דרב אשי אמר לן באנפא אחרי, דהכי

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יוני 02, 2020 2:40 pm

זייער שיין. טאקע שטארק מסתבר אז דאס זאל זיין דער ריכטיגער פשט.
למעלה משבעים האט געשריבן:אינטרעסאנט אז די מרדכי טייטשט די ווארט רשוותא א חוב/הלואה.

ס'איז א לשון הגמרא אויף מער ווי איין פלאץ. לדוגמא בבא קמא מו, ב: "ממרי רשוותך פארי אפרע."
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג יוני 02, 2020 7:12 pm

ס'קען זיין אז ס'קומט טאקע פונעם ווארט רשות - רעגירונג, שנאמר עָשִׁיר בְּרָשִׁים יִמְשׁוֹל וְעֶבֶד לֹוֶה לְאִישׁ מַלְוֶה...

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » דינסטאג יוני 02, 2020 8:37 pm

חלב ישראל האט געשריבן:ס'קען זיין אז ס'קומט טאקע פונעם ווארט רשות - רעגירונג, שנאמר עָשִׁיר בְּרָשִׁים יִמְשׁוֹל וְעֶבֶד לֹוֶה לְאִישׁ מַלְוֶה...

וואס האט עס מיט א רעגירונג?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג יוני 02, 2020 8:45 pm

רשות איז א רעגירונג וואס געוועלטיגט אויף דאס פאלק, א לוה איז א קנעכט צו זיין מלוה קומט אויס אז די מלוה געוועלטיגט אויפ'ן לוה.

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דינסטאג יוני 02, 2020 9:55 pm

רב טקסט האט געשריבן:דאס וואס איינער פון די מגיבים האט דא דערמאנט די וואס ליינען שטענדיג בטעם התחתון, והזכיר דברי רז"ה. הנה רז"ה כתב שם שראה כן באיזה ספר שכן המנהג באיזה מקום, והמעז פניו לעומתו, בהערות שערי דמעות לספרו שערי תפלה, כותב עליו כעין האי לישנא (אני מעתיק מזכרון, ואם שגיתי יסלח לי), "ולמה לא הזכיר שמו, אלא ודאי הרוצה לשקר ירחיק עדותו".

דער אמת איז אבער אז עס איז דער הייליגער רמ"ע מפאנו בסוף ספר מאה קשיטה:
רמע.JPG

ובכלל דרכו של רמ"ע שם דומה לדברי רז"ה שטעם העליון שייך לבחינת הכתיב, עי"ש. ויש לשער שרז"ה ראה הרעיון בדבריו ואחר זמן נשכח ממנו המקור, וכפי שציין לענין המנהג לקרא תמיד בטעם התחתון, שראה כן באיזה ספר, בלא הזכרת שמו.
(והוה ליה לבעל הדמעות לדעת מזה אחר שבעל מנחת שי פ' יתרו ציין לדברי רמ"ע)

רז"ה שרייבט שמעתי ממגידי אמת שבאיזה עיר בפולין המנהג כן, איז נישט מסתברא אז ער קומט פון דער רמ"ע (נישט אז דער בעל הדמעות איז גערעכט)
רב טקסט האט געשריבן:צוליב די זלזול אין רז"ה און די התעלמות פונעם רמ"ע.

אויב איהר מיינט מיר, חלילה לי לזלזל ברז"ה, אויב ער איז געוועהן גיט פאר דער פמ"ג און דער בעל התניא ועוד ועוד, איז ער גוט פאר אונז אויך

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך רב טקסט » מיטוואך יוני 03, 2020 10:44 am

1.
רשות פון רעגירונג, קומט באמת פון ראשות. (כן כתב רד"ק בשרשים באם זכרוני אינו בכזיב. ובכל אופן ודאי ראיתי זאת בדברי אחד הראשונים).
רשוותא וואלט געדארפט זיין מנוקד בקמץ רי"ש, לויט דעם פשט. ואעפ"כ איז דאס נישט קיין טענה היות אז אונזערע ספרים אין ארמיש זענען גאנץ ווייניג מנוקד לויטן דקדוק.

ממרי רשוותך פארי אפרע, איז בפשטות נישט מיוסד אויף דעם זעלבן 'ראשות', נאר די תרגום אויף נושה איז רשיא. ועי' דרשת חז"ל ברכות פ"ק על הרכבת אנוש לראשנו, ובפרש"י שם.

ווידער נוצן דעם אויסדרוק רשוותא אויף רבנים, דוכט זיך האט מען נישט געזעהן בארצות אשכנז. און מסתמא קומט עס פון די תקופה פון די ראשי גלויות וכדומה וואו עס איז געווען א 'ראשות' מענין על תתודע ל'רשות'.
סיידן אויב דאס געהערט שוין צום אקדמות פון יענעם זייט סמבטיון, און לויט די גירסא אין די מעשה אז די פיוט אקדמות אליין האט ער צוריק געשיקט מיט ר' דן.


2.
עס ווינדערט מיר אויף די גאנצע געטועכט'ס בנוגע די מעשה, אז מען האט נישט צוגעבערנגט די ווערטער פון רו"ה אין זיין מחזור, וכן העתיק בעל מטה לוי (וכדרכו שנמשך הרבה אחר רו"ה):
מטה לוי.JPG
מטה לוי.JPG (49.92 KiB) געזעהן 377 מאל


יעצט, אז זיי האבן שוין געזאגט "ואמרתי איני יודע והנחתיו", צו וואס מוזן אונז נעמען א שטעלונג?


3.
אז ר' חוח האט אזוי שיין ארומגערעדט דאס אקדמות, איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז דאס זעלבע איז מיט די פיוט יציב פתגם, וואס שטייט בי די הפטרה פון צווייטן טאג יום טוב, עס איז א רשות פאר דער מתרגם. ווי עס ווערט געברענגט אין מחזור ויטרי.
און ווי תוספות מגילה (כד., זעה די ערשטע צוויי תוספות אינעם עמוד, וע"ע שם כג: די ערשטע תוספות) דערמאנט שוין אז זייער מנהג איז מתרגם צו זיין די הפטרות פון פסח און שבועות.

ווער האט פארפאסט דער יציב פתגם?
כ'מיין כ'האב אמאל געזעהן ערגעץ אז רבינו תם. ווי די ערשטע 10 בתים הויבן זיך אן מיט די אותיות יעקב בן מאיר.
אין די מחזורים שטייט אבער אז דער מחבר איז געווען ר' יעקב בן מאיר הלוי, דאס קומט פון ליינען די אותיות פון די קומענדיגע 3 שטיקלעך. וואס שטעלט זיך צוזאם אלס לוי.

דער אמת איז אבער אז עס פעלט ביי אונז א גאנצע בית, און אין מחזור ויטרי ומחזורים כתובי יד שטייט פאר די לעצטע בית:
כקאימנא (אדער קאים אנא), ותרגימנא, במילוי דבחיר ספרין.
דערנאך קומט די לעצטע בית:
יהונתן, גבר ענותן, בכן ליה נמטי אפרין.

די פשט אין די צוויי שטיקלעך איז אז ער גייט דא זאגן די תרגום וואס דער בחיר הסופרים האט אונז מגלה געווען. הלא הוא יהונתן בן עוזיאל, וואס האט געזאגט מיט זיין עניוות, גלוי וידוע לפניך שלא לכבודי ולא לכבוד בית אבא עשיתי. (עי' מגילה ג.).

פארשטייט זיך אז מען זאגט נישט קיין תרגום האט מען ארויסגענומען די בית פון קאים אנא ותרגימנא וכו'.
ובאמת אין די פירוש המחזור וואס איז געדרוקט אין די אלטע מחזורים, שטייט אז היות אז מען זאגט נישט קיין תרגום זאגט מען אויך נישט די לעצטע בית יהונתן וכו'.
(כ'האב כרגע נישט געטראפן וואו צו לינקען).

אויב אזוי איז ליינט זיך נישט ארויס פון לעצטע שטיקלעך לוי, נאר לוכי אדער לוקי, וואס האט ווארשיינליך קיין באדייט, ומסתמא דארף מען טרעפן דארט עפעס ליינענדיג נאך אותיות, ואני לא הגעתי לידי מדה זו.
ועכ"פ - דער מחבר איז געוויס יא רבינו תם.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » מיטוואך יוני 03, 2020 12:17 pm

זייער שיינע הערות, רב טקסט.

ס'איז מעגליך אז דאס ארמ'ישע רשיא האט א שייכות מיט רש -- אן ארעמען.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אליעזר לאנדא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך אליעזר לאנדא » מיטוואך יולי 01, 2020 8:18 pm

רב טקסט האט געשריבן:ובכלל דרכו של רמ"ע שם דומה לדברי רז"ה שטעם העליון שייך לבחינת הכתיב, עי"ש. ויש לשער שרז"ה ראה הרעיון בדבריו ואחר זמן נשכח ממנו המקור, וכפי שציין לענין המנהג לקרא תמיד בטעם התחתון, שראה כן באיזה ספר, בלא הזכרת שמו.

דער נו"ב אין יו"ד מהדו"ק סימן ע"ד שרייבט בענין זה וכמ"ש המדקדק הגדול ר' זלמן הענא בשערי תפלה שלו וכו' און כנראה איז ער מסכים צו איהם


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט