צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אנטשאלדיגט פארן שרייבן אזוי שפעט פארן זמן שבת, כ׳האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן די טעג אזוי וויל די אייבערשטער.

כ׳וויל שרייבן צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער די יעצטיגע מצב איבער דאווענען מיט מנין, וואס א חשובה מוראה הוראה אין ב״פ וואס האט נישט פארמאכט זיין בית מדרש אפי׳ נישט די ערשטע פאר וואכן האט מער צו געצייכענט. איך פערזענליך רעד נישט אריין אין דעם שמיעס איבער דאווענען מיט מנין אדער נישט, א יעדער זאל פרעגן זיין מוראה הוראה. ס׳איז אבער זייער אינטערסאנט און חשוב אין א יעדע צייט צו זעהן די צוויי מראה מקומות און ווי אזוי א געוויסע גדול בתורה קוקט אויף אזא צייט.

איך גיי נאר שרייבן די תמצית בקיצור פון אויסעווענדיג אדרבה אויב איינער קען עס דא צו ברענגען אין זייער לשון וואלט געווען א דבר חשוב.

א׳ איז דא א שטיקעל אין כתב סופר אין פרשת משפטים אויפן פסוק ועבדתם את השם אלוקיכם וברך את לחמך והסרותי מחלך מקרבך. פרעגט ער די באוויסטע קשיא אז אנפאנג פסוק הייבט זיך אן מיט א לשון רבים ואהבתם און צום סויף פירט די פסוק אויב מיט א לשון יחיד והסרותי מחלה מקרבך? קוקטס דארט נאך דברים נפלאים זאגט ער אז ס׳גייט ארויף אויף תפילה בציבור (אנדערע ספרים הקדושים זאגן אויף אזוי) אז אויב א צענט דאווענט בציבור קען ער דאך מורא האבן אז אנדערע מענשטען וואס קומען אין בהמ״ד וועלן האבן מחלות און איהם אנשטעקן, זאגט די פסוק א הבטחה פאר א יעדע יחיד אז ס׳וועט זיין והסרותי מחלה מקרבך ווייל די מצוה פון תפילה בציבור איז מגין און מציל.

נאך גאר א אינטערסאנטע מראה מקום איז דא אין תשובת הרמ״א סי׳ כ׳ די שואל פרעגט איהם אז ער האט פארדינגען זיין דירה פאר משפחה און נאכען קנין וויל ער צוריק ציען וויבאלד ער איז געוואר געווארן אז די פרוי פון דער וואס וויל דינגען זיין דירה (די שוכר) איז קראנק מיט א מחלה המדבקות און ער האט מורא אז ס׳וועט איהם און זיין גאנצע משפחה קראנק מאכן. זעהט אויס די מציאות הדברים איז געווען אז א חלק פון די זעלבע הויז איז ער געבליבן וואוינען אי און די אנדערע חלק פארדינגען. ענפערט איהם די הייליגע רמ״א אז ער טאר נישט צוריק ציען. ער איז מסביר קודם פארוואס מצד די קנין קען ער נישט חוזר זיין, און דערנאך שרייבט ער זייער שארפע ווערטער, זאגט ער צום שאול, אז דאס וואס די זאגסט אז די ווילסט צוריק ציען ווייל ס׳וועט דיר קראנק מאכן דאס זענען ווערטער פון טיפשות דער אייבערשטער ער איז דער וואס מאכט געזינט אדער קראנק א מענשט, און ס׳וועט דיר גארנישט העלפן און די וועסט דיך נישט קענען ארויס דרייען פונעם באשעפער, שרייבט ער ווייטער די גמרא רעדט פון די מצוה פון ביקור חולים, און די גמרא איז קיינמאל נישט מחלק צווישען א קרענק וואס איז זיך מתדבק אדער א פשוטע קרענק [חוץ פון א חולה צרעתן] ממילא דארף מען נישט חיש זיין אויף א מחלה המדבקת א חוץ ביי חולה צרעתן. און ער איז דארט ווייטער מבאר ביזן סויף תשובה אז די שוכר טאר נישט צוריק ציען.

דער מורא הוראה האט מיר צוגעלייגט אז די שכר פון אפי׳ נאר איין אמן יהי׳ שמיה רבה שטייט שוין אין חז״ל אז ס׳איז מבטל א יעדע סארט שווערע גזירה וואס ס׳נאר פארשריבן געווארן אויף א מענשט.

און דערנאך האט ער צוגעלייגט אז מען זעהט דאך אז אפי׳ מענשטען וואס זענען געווען אינדערהיים פון ווען די רעגירונג האט געהייסן זענען דא וואס זענען שוין ליידער נישט דא ווייל פשט איז אז דער אייבערשטער הרט אזוי געוואלט, פארקערט גאר אפשר ווען זיי וואלטן ווען געדאווענט מיט מנין וואלטן זיי נאך דא געווען.

דערנאך האט ער צוגעלייגט אז אוודאי מיז מען זיך האלטן צו די גיידליינס פון די רעגירונג ווי סעשאלס דיסטענס פון זעקס פיס און א מאסק און הענטשקעס.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דינסטאג מאי 12, 2020 3:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

זייער שיין.

און אנטשאלדיגט פארן שרייבן אזוי שפעט פארן זמן שבת, כ׳האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן די טעג אזוי וויל די אייבערשטער. אבער דער אייבערשטער האט איצטער געוואלט איך זאל גלייך שרייבן. ממילא פאלג איך איצט דעהם הייליגען אייבערשטער.

קען איך א שיינע פאר אידן וואס זענען געוועהן איינעשפארט און זענען יא געבליבן לעבען. איך קען איינעם וואס איז זיך געגאנגען טעסטן די וואך, און ביידע, מאן און ווייב, (אין די אכציגער יארן) האבן נישט די וויירוס, און נישט די אנטי באדיס. אוואדאי און אוואדאי ווער עס איז קראנק געווארן האט מען פון הימל געוואלט. אבער ביטע זייער, עס קלאהר אז דאס בלייבן אינדערהיים האט געראטעוועט לעבענס, און דאס נישט בלייבן אינדערהיים האט געהארגעט מענטשען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

נישט בלייבן אינדערהיים, קען מען מסביר זיין אויף צוויי וועגן, גיין אין שול, און גיין סתם פאר אנדערע וויכטיגע זאכן, דאס איז וואס גאלדענע פעדער ברענגט פונעם דיין אז דברים שבקדושה, מיט די ריכטיגע זהירות קען נישט שאטן.
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אנטשאלדיגט פארן שרייבן אזוי שפעט פארן זמן שבת, כ׳האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן די טעג אזוי וויל די אייבערשטער.

כ׳וויל שרייבן צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער די יעצטיגע מצב איבער דאווענען מיט מנין, וואס א חשובה מוראה הוראה אין ב״פ וואס האט נישט פארמאכט זיין בית מדרש אפי׳ נישט די ערשטע פאר וואכן האט מער צו געצייכענט. איך פערזענליך רעד נישט אריין אין דעם שמיעס איבער דאווענען מיט מנין אדער נישט, א יעדער זאל פרעגן זיין מוראה הוראה. ס׳איז אבער זייער אינטערסאנט און חשוב אין א יעדע צייט צו זעהן די צוויי מראה מקומות און ווי אזוי א געוויסע גדול בתורה קוקט אויף אזא צייט.

איך גיי נאר שרייבן די תמצית בקיצור פון אויסעווענדיג אדרבה אויב איינער קען עס דא צו ברענגען אין זייער לשון וואלט געווען א דבר חשוב.

א׳ איז דא א שטיקעל אין כתב סופר אין פרשת משפטים אויפן פסוק ועבדתם את השם אלוקיכם וברך את לחמך והסרותי מחלך מקרבך. פרעגט ער די באוויסטע קשיא אז אנפאנג פסוק הייבט זיך אן מיט א לשון רבים ואהבתם און צום סויף פירט די פסוק אויב מיט א לשון יחיד והסרותי מחלה מקרבך? קוקטס דארט נאך דברים נפלאים זאגט ער אז ס׳גייט ארויף אויף תפילה בציבור (אנדערע ספרים הקדושים זאגן אויף אזוי) אז אויב א צענט דאווענט בציבור קען ער דאך מורא האבן אז אנדערע מענשטען וואס קומען אין בהמ״ד וועלן האבן מחלות און איהם אנשטעקן, זאגט די פסוק א הבטחה פאר א יעדע יחיד אז ס׳וועט זיין והסרותי מחלה מקרבך ווייל די מצוה פון תפילה בציבור איז מגין און מציל.

נאך גאר א אינטערסאנטע מראה מקום איז דא אין תשובת הרמ״א סי׳ כ׳ די שואל פרעגט איהם אז ער האט פארדינגען זיין דירה פאר משפחה און נאכען קנין וויל ער צוריק ציען וויבאלד ער איז געוואר געווארן אז די פרוי פון דער וואס וויל דינגען זיין דירה (די שוכר) איז קראנק מיט א מחלה המדבקות און ער האט מורא אז ס׳וועט איהם און זיין גאנצע משפחה קראנק מאכן. זעהט אויס די מציאות הדברים איז געווען אז א חלק פון די זעלבע הויז איז ער געבליבן וואוינען אי און די אנדערע חלק פארדינגען. ענפערט איהם די הייליגע רמ״א אז ער טאר נישט צוריק ציען. ער איז מסביר קודם פארוואס מצד די קנין קען ער נישט חוזר זיין, און דערנאך שרייבט ער זייער שארפע ווערטער, זאגט ער צום שאול, אז דאס וואס די זאגסט אז די ווילסט צוריק ציען ווייל ס׳וועט דיר קראנק מאכן דאס זענען ווערטער פון טיפשות דער אייבערשטער ער איז דער וואס מאכט געזינט אדער קראנק א מענשט, און ס׳וועט דיר גארנישט העלפן און די וועסט דיך נישט קענען ארויס דרייען פונעם באשעפער, שרייבט ער ווייטער די גמרא רעדט פון די מצוה פון ביקור חולים, און די גמרא איז קיינמאל נישט מחלק צווישען א קרענק וואס איז זיך מתדבק אדער א פשוטע קרענק [חוץ פון א חולה צרעתן] זעהט מען דיך אז די מצוה פון ביקור חולים איז מגינה ומצילה (פון זעהט מען דאך זאגט ער נישט, אבער אזוי פארשטיי איך) און ער איז דארט ווייטער מבאר ביזן סויף תשובה אז די שוכר טאר נישט צוריק ציען.

דער מורא הוראה האט מיר צוגעלייגט אז די שכר פון אפי׳ נאר איין אמן יהי׳ שמיה רבה שטייט שוין אין חז״ל אז ס׳איז מבטל א יעדע סארט שווערע גזירה וואס ס׳נאר פארשריבן געווארן אויף א מענשט.

און דערנאך האט ער צוגעלייגט אז מען זעהט דאך אז אפי׳ מענשטען וואס זענען געווען אינדערהיים פון ווען די רעגירונג האט געהייסן זענען דא וואס זענען שוין ליידער נישט דא ווייל פשט איז אז דער אייבערשטער הרט אזוי געוואלט, פארקערט גאר אפשר ווען זיי וואלטן ווען געדאווענט מיט מנין וואלטן זיי נאך דא געווען.

דערנאך האט ער צוגעלייגט אז אוודאי מיז מען זיך האלטן צו די גיידליינס פון די רעגירונג ווי סעשאלס דיסטענס פון זעקס פיס און א מאסק און הענטשקעס.

זייער שיין וואס איר ברענגט אראפ, איך ווייס נישט ווער עס איז, אבער איך האב הנאה אז ער האט כאטש א טעם און מקור פארוואס יא צו לאזן אפען זיין שוהל.

איך זוך נישט ח״ו אפצופרעגן אדער זיך טענה׳ן מיט א דעת תורה, אבער מיט די ניק וואס ברענגט עס אראפ ערלויב איך זיך יא צו פרעגן א קושיא.

אויף דעם וואס ער זאגט אז אמן יהי׳ שמיה רבה איז מבטל די גזירה, אמת ויציב. אבער צוויי זאכן דערויף, קודם כל די מנינים אויף די געסעלעך און פארטשעס האבן דאס אויך געהאט, און מער אויסגעהאלטן מטעם געזונטהייט ווי די שוהל. און צווייטענס, ווען עס הערשט א מגיפה וואס דורך דעם וואס מענטשן קומען זיך צוזאם ווערט עס מער פארשפרייט, איז נאך אלס שייך צו זאגן אז מען זאל גיין אין שוהל כדאי צו ענטפערן אמן און דורכדעם אפהאלטן די גזירה? איך פרעג נאר.

אויך זאגט ער אז מען זעהט דאך קלאר אז מענטשן וואס זענען געבליבן אינדערהיים זענען נעבעך אויסגעגאנגען, קודם פון ווי נעמט ער זיינע סטאטיסטיקס? קען זיין אז עס איז דא אזעלכע פעלער, אבער ע״פ רוב מיין איך איז עס נישט אזוי, מענטשן וואס האבן זיך איינגעשפארט און געהיטן האבן עס ע״פ רוב נישט באקומען. איל ווייס אסאך אזעלכע. אפילו מיין אינפארמאציע איז נישט אקוראט, איז עס אבער זיכער אזויווי הרב קאושער טרעוועל זאגט, אז זיין פארשפארט האט זיכער צוריקגעהאלטן און ארויסגיין און זיין פארשפרייט האט זיכער גורם געווען *** ה״י.

און אויף דעם וואס ער זאגט אז מען זעהט קלאר אז די גאנצע מגיפה, וועם עס האט געכאפט און וועם נישט, איז די רצון ה׳, אוודאי איז עס די רצון ה׳, איז דא איינער וואס האט א הוה אמינא אז נישט? אבער ווייסט וואס נאך איז די רצון ה׳? אז די שוהלן זאלן זיין פארמאכט!... דאס האט מען דאך קלאר געזעהן, אפילו א בלינדער האט געקענט זעהן אז דאס איז די רצון ה׳...

איך האב געהערט א געדאנק פון איינע פון די בעלי דרשנים האט ער געזאגט אזוי: די מגיפה איז געווען באשערט צו קומען און טוהן וואס עס האט צו טוהן, אבער ווי לאנג אידישע קינדער גייען אין שוהל און דאווענען און לערנען, ווילאנג תינוקות של בית רבן גייען אין חדר און דינען דעם בורא האט עס נישט געקענט קומען, האט די באשעפער געמוזט פארשפארן זיין שוהלן און חדרים און נאכדעם איז געשעהן וואס עס איז געשעהן.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אנטשאלדיגט פארן שרייבן אזוי שפעט פארן זמן שבת, כ׳האב פשוט ממש נישט קיין צייט צו שרייבן די טעג אזוי וויל די אייבערשטער.

כ׳וויל שרייבן צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער די יעצטיגע מצב איבער דאווענען מיט מנין, וואס א חשובה מוראה הוראה אין ב״פ וואס האט נישט פארמאכט זיין בית מדרש אפי׳ נישט די ערשטע פאר וואכן האט מער צו געצייכענט. איך פערזענליך רעד נישט אריין אין דעם שמיעס איבער דאווענען מיט מנין אדער נישט, א יעדער זאל פרעגן זיין מוראה הוראה. ס׳איז אבער זייער אינטערסאנט און חשוב אין א יעדע צייט צו זעהן די צוויי מראה מקומות און ווי אזוי א געוויסע גדול בתורה קוקט אויף אזא צייט.

איך גיי נאר שרייבן די תמצית בקיצור פון אויסעווענדיג אדרבה אויב איינער קען עס דא צו ברענגען אין זייער לשון וואלט געווען א דבר חשוב.

א׳ איז דא א שטיקעל אין כתב סופר אין פרשת משפטים אויפן פסוק ועבדתם את השם אלוקיכם וברך את לחמך והסרותי מחלך מקרבך. פרעגט ער די באוויסטע קשיא אז אנפאנג פסוק הייבט זיך אן מיט א לשון רבים ואהבתם און צום סויף פירט די פסוק אויב מיט א לשון יחיד והסרותי מחלה מקרבך? קוקטס דארט נאך דברים נפלאים זאגט ער אז ס׳גייט ארויף אויף תפילה בציבור (אנדערע ספרים הקדושים זאגן אויף אזוי) אז אויב א צענט דאווענט בציבור קען ער דאך מורא האבן אז אנדערע מענשטען וואס קומען אין בהמ״ד וועלן האבן מחלות און איהם אנשטעקן, זאגט די פסוק א הבטחה פאר א יעדע יחיד אז ס׳וועט זיין והסרותי מחלה מקרבך ווייל די מצוה פון תפילה בציבור איז מגין און מציל.

נאך גאר א אינטערסאנטע מראה מקום איז דא אין תשובת הרמ״א סי׳ כ׳ די שואל פרעגט איהם אז ער האט פארדינגען זיין דירה פאר משפחה און נאכען קנין וויל ער צוריק ציען וויבאלד ער איז געוואר געווארן אז די פרוי פון דער וואס וויל דינגען זיין דירה (די שוכר) איז קראנק מיט א מחלה המדבקות און ער האט מורא אז ס׳וועט איהם און זיין גאנצע משפחה קראנק מאכן. זעהט אויס די מציאות הדברים איז געווען אז א חלק פון די זעלבע הויז איז ער געבליבן וואוינען אי און די אנדערע חלק פארדינגען. ענפערט איהם די הייליגע רמ״א אז ער טאר נישט צוריק ציען. ער איז מסביר קודם פארוואס מצד די קנין קען ער נישט חוזר זיין, און דערנאך שרייבט ער זייער שארפע ווערטער, זאגט ער צום שאול, אז דאס וואס די זאגסט אז די ווילסט צוריק ציען ווייל ס׳וועט דיר קראנק מאכן דאס זענען ווערטער פון טיפשות דער אייבערשטער ער איז דער וואס מאכט געזינט אדער קראנק א מענשט, און ס׳וועט דיר גארנישט העלפן און די וועסט דיך נישט קענען ארויס דרייען פונעם באשעפער, שרייבט ער ווייטער די גמרא רעדט פון די מצוה פון ביקור חולים, און די גמרא איז קיינמאל נישט מחלק צווישען א קרענק וואס איז זיך מתדבק אדער א פשוטע קרענק [חוץ פון א חולה צרעתן] זעהט מען דיך אז די מצוה פון ביקור חולים איז מגינה ומצילה (פון זעהט מען דאך זאגט ער נישט, אבער אזוי פארשטיי איך) און ער איז דארט ווייטער מבאר ביזן סויף תשובה אז די שוכר טאר נישט צוריק ציען.

דער מורא הוראה האט מיר צוגעלייגט אז די שכר פון אפי׳ נאר איין אמן יהי׳ שמיה רבה שטייט שוין אין חז״ל אז ס׳איז מבטל א יעדע סארט שווערע גזירה וואס ס׳נאר פארשריבן געווארן אויף א מענשט.

און דערנאך האט ער צוגעלייגט אז מען זעהט דאך אז אפי׳ מענשטען וואס זענען געווען אינדערהיים פון ווען די רעגירונג האט געהייסן זענען דא וואס זענען שוין ליידער נישט דא ווייל פשט איז אז דער אייבערשטער הרט אזוי געוואלט, פארקערט גאר אפשר ווען זיי וואלטן ווען געדאווענט מיט מנין וואלטן זיי נאך דא געווען.

דערנאך האט ער צוגעלייגט אז אוודאי מיז מען זיך האלטן צו די גיידליינס פון די רעגירונג ווי סעשאלס דיסטענס פון זעקס פיס און א מאסק און הענטשקעס.

דא האט איר די לשון הרמ"א אין זיין תשובה
שו"ת הרמ"א סימן כ
סוף דבר איני רואה כלל שיוכל משכיר זה לומר אדעתא דהכי לא השכרתי, אף אם נודה שזה שחלתה אשתו של שוכר מיקרי אונס, כ"ש שאינו אונס שראוי לחזור בגינו. כי מה שאומר שהוא חולי מתדבק כולו הבל ומי שלבו נוקפו אומר כן, כי השם יתעלה הוא המוחץ והרופא. ואם היה כדברי המשכיר בטל כל דיני ביקור חולים כי לא מצינו בשום מקום שחלקו בין חולי מתדבק לשאינו מתדבק חוץ מלענין בעל ראתן דאסרו לישב בצלו. וראייה מפרק המדיר דלא חשבו למום אשה לומר שאדעתא דהכי לא קדש רק בחולי נכפה שהוא מין ראתן, אבל בשאר חולי לא אמרינן הכי. וכ"ש בנדון דידן, דחולי זה שכיח מחמת עיפוש האויר הנהוג בעיר ההיא הוה מידי דשכיח ואין בית אשר לא היה שם חולי זה, דמסיק כל אדם אדעתיה ואיכא למימר סבר וקיבל.
זעט מען קלאר אז די רמ"א זאגט נישט אז די מצוה איז מגין, און די שאלה דארט איז דאך בכלל נישט געווען וועגען א מצוה, די רמ"א ברענגט נאר ראיות אז די איינציגע חולי המדבק איז נאר די מחלת הראתן (ושאר החולאים "המדבקות" הם רק מחמת עיפוש האויר של המקום), אבער די שפעטערע פוסקים זאגען אז אויב איז עס קלאר מבורר פון די דאקטוירים אז א געוויסע מחלה איז יא אנשטעקיג דאן דארף מען זיך יא רעכענען מיט זיי (והגמרות איירי בסתם חולאים שלא ברור שמדבקות), און אויב וויל מען זיך דוקא יא פארלאזען אויף די רמ"א דאן איז נישט דא קיין שום ענין אין סאשעלדיסטענס, איר זאלט מיר מוחל זיין, אבער זיך צו פארלאזען אויף די רמ"א לגבי די קאראנא זעט מיר אויס צו זיין דומה צו איינער וואס וועט זאגען אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם צו רייכערען ווייל אלע פריערדיגע גדולים האבען גערייכערט.

און דא האט איר די כתב סופר
https://mail.google.com/mail/u/0?ui=2&i ... w1366-h608
זעט מען אז די כת"ס רעדט נישט נאר פון תפילה בציבור, נאר פון אלע מצוות שאינו דומה יחיד העושה מצוה לרבים העושים מצוה, און ער רעדט נישט פון א שאלה ווי עס איז קלאר אז עס איז דא א אנשטעקיגע מחלה, ער רעדט נאר באופן כללי אז לפעמים מזיק התחברות אנשים רבים בחדר אחד, און אויף דעם שרייבט ער אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, אבער עס שטייט דאך שוין אין די גמרא אז אין א פלאץ ווי עס איז שכיח היזקא פארלאזט מען זיך נישט אויף דעם, און די כת"ס קומט נישט מחדש זיין חידושים אז ביי תפילה בציבור איז דא א עקסטערע שמירה, ער זאגט נאר א פשט אין פסוק ע"ש ותבין.

היוצא לנו מזה אז נאך פאר די כת"ס האט מען שוין געוואוסט אז שומר מצוה לא ידע דבר רע, און ווי אויך האט מען געוואוסט אז במקום דשכיח היזקא איז מען יא חושש להיזק, און די כת"ס קומט גארנישט מחדש זיין אויסער א שיינע פשט אין פסוק, און דאס איז אויסער פון דעם אז ווי פארשטענדליך קען מען נישט פסקנ'ן קיין שאלות, און ווער רעדט נאך פיקו"נ שאלות, פון א דרוש ספר עה"ת.
און דער וואס וויל זיך פארלאזען אויף די הייליגע רמ"א זאל וויסען אז ער מעג ארומגיין זיך האלזען מיט אלע אלטע אידען, ווייל עס איז נישט דא אזא זאך ווי א אנשטעקיגע מחלה (אויסער ראתן). [איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קוה"ק גדול מרבן שמו די הייליגע רמ"א, נאר ער האט זיך פארלאזט אויף וואס עס איז געווען באוואוסט אין זיין צייט, אז עס זענען נישט געווען גענוג שטארקע ראיות אז מחלות גייען אריבער פון מענטש צו מענטש].

אויף די "ראיה" פון דעם אז איש"ר איז מבטל אלע גזירות, דאכט זיך פעלט בכלל נישט אויס צו ענטפערען, לויט דעם קענען אלע קראנקע אויפהערען צו נעמען טריטמענטס און מעדיצינען, זיי זאלען נאר ארומגיין און זאגען איש"ר. [איך קום חס ושלום נישט מזלזל זיין אין די גרויסקייט פון זאגען איש"ר, נאר אין דעם אז מען זאל עס נוצען זיך צו פטר'ן פון געזונטהייט אנווייזונגען].

א שטארקע טענה אנטקעגען די אלע אזויגערופענע ראיות איז אז לויט די ראיות דארף אויך זיין מותר (צו גאר א חיוב) פאר א ניינציג יאר אלטיגע צו דאווענען במנין (אן קיין סאשעל דיסטענס), און דאס פארשטייט יעדער וועט קיינער נישט מתיר זיין, און אויב יא וועט זיך קיינער נישט קימערען מיט עם [און דאס איז געווען איינע פון די טענות קעגען די תשובה פון די בורשטינע רבי].

צום סוף שרייבט איר אז די מורה הוראה האט געזאגט צו היטען אויף 6 פיס און א מאסק אא"וו, אויב אזוי פארשטיי איך נישט פארוואס ברויך מען צוקומען צו אלע ראיות, אין אזא אופן זאגען דאך די דאקטוירים אז מען מעג, נאר לכאו' איז די פשט אז די מורה הוראה ווייסט אז אסאך פון די וואס גייען צו שול, אדער לכה"פ די וואס זענען געגאנגען די ערשטע פאר וואכען, זענען נישט מקפיד אויף די זאכען, און אויב איז עס טאקע אזוי האב איך פריער אויפגעוויזען אז די פוסקים רעדען נישט פון די שאלה וכו', אדער אפשר איז די פשט אז די מורה הוראה טראכט אז אויך ווען מען היט אויף די אנווייזונגען דאך איז דא א קליינע חשש צו ווערען אנגעשטעקט, און פאר אזא קליינע חשש דארף מען נישט חושש זיין, אדער אז דאס הייסט נישט בגדר שכיח היזקא, אבער אויב אזוי וואלט ער געדארפט ברענגען ראיות אויף די גדר ווען עס הייסט שכיח און ווען מען דארף יא חושש זיין לסכנה און ווען נישט, וע' במש"כ כאן http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3&start=25, אבער זיינע ראיות זענען לכאו' נישט קיין ראיות אויף דער שאלה.
לעצט פארראכטן דורך דייקן אום מוצ"ש מאי 09, 2020 11:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

דאס ברענגן ראיות פון ספרים וואס רעדן פון הנהגות בזמן מגיפה אנע וויסן ציצושטעלן וואס די מציאות איז געווען דעמאלטס און וואס די פארשריפטן האבן פארלאנגט, איז אזויווי מ'זאל זיך פירן אין פאל אויב יוכ"פ וואלט אויסגעפאלן אינמיטן ברען פון די מגיפה ארויסצוגעבן א כלליותדיגן היתר צו עסן יוהכ"פ פארן גאנצן ציבור ווייל אזוי האט הג"ר ישראל סאלאנטער געטאן און האט געמאכט קידוש בעצם יוהכ"פ ברוב עם.
מענטשן האבן נישט קיין שכל הישר וויאזוי מדמה צו זיין מילתא למילתא.
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 872
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

בועז האט געשריבן:דאס ברענגן ראיות פון ספרים וואס רעדן פון הנהגות בזמן מגיפה אנע וויסן ציצושטעלן וואס די מציאות איז געווען דעמאלטס און וואס די פארשריפטן האבן פארלאנגט, איז אזויווי מ'זאל זיך פירן אין פאל אויב יוכ"פ וואלט אויסגעפאלן אינמיטן ברען פון די מגיפה ארויסצוגעבן א כלליותדיגן היתר צו עסן יוהכ"פ פארן גאנצן ציבור ווייל אזוי האט הג"ר ישראל סאלאנטער געטאן און האט געמאכט קידוש בעצם יוהכ"פ ברוב עם.
מענטשן האבן נישט קיין שכל הישר וויאזוי מדמה צו זיין מילתא למילתא.

גערעכט מענטשן ווייסן טאקע נישט אז מאיז נישט מדמה אויף מתיר צו זיין עסן יוכ״פ די זעלבע וועג ווי מאיז מדמה מתיר צו זיין תפילה במנין
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

rutledge האט געשריבן:

איך ווייס נישט אויף וואס דו באציהט זיך אז איך בין גערעכט. פרובירסטו צו זאגן אז מאיז יא מדמה וויאזוי זיך צו פירן מיט קאראנעוויירוס 2020 צו חולירע תקפ"ט יא אדער ניין ?
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

איך ברענג דא נאך א שטיקל וואס איך האב געשריבן אין אן אנדער אשכול בענין זה וז"ל

וזה לשוני שם
היות מען האט פארשפארט אלע אשכולות וועגן מנין, און איך האב געפילט אז איך האב עפעס צוצולייגן, און נאכן מאכן א דרעפט פון מיין קאממענט אין ווארד האב איך זיך דערזעהן אויסגעשפילט, במילא האב איך גענומען די חוצפה צו עפענען אן אשכול אליין והוא רחום יכפר וכו'

איך ווער שוין נמאס פון דעם אמעראצישן צושטעל פון רעק״א׳ס בריוו אהער, עס איז קלאר ווי דער טאג אז אין יענע תקופה האט מען נישט געהאט קיין מושג וויאזוי די מגפה ווערט פארשפרייט, די אנגענומענע מיינונג אין יענע תקופה איז געווען אז עס קומט פון אזא מין שלעכטע לופט וואס לאזט זיך אראפ און פארשפרייט זיך (פארדעם וועט מען אפט זעהן דעם לשון ״עיפוש האוויר״ ווערן גענוצט אין יענע תקופה), איך ציטיר וויקיפידיע
The miasma theory (also called the miasmatic theory) is an obsolete medical theory that held diseases—such as cholera, chlamydia, or the Black Death—were caused by a miasma (μίασμα, ancient Greek: "pollution"), a noxious form of "bad air", also known as night air. The theory held that the origin of epidemics was due to a miasma, emanating from rotting organic matter.

זיי האבן אויף קיין פאל נישט געחולמט אז ווען איינער היסט, אין רירט אן א הענטל, און 10! מינוט דערנאך רירט א צווייטער דאס צו, און קראצט דערנאך זיינע אויגן אז ער וועט ווערן קראנק, והוא פשוט.

נ.ב. נאכן ליינען דעם וויקיפידיע האב איך פארשטאנען פ״וו ר׳ ע״א אינעם בריוו האט נישט געלאזט גיין שפאצירן ביינאכט.
ע"כ,

וכנראה מלשון הרמ"א בהתשובה האט ער אויך אזוי געהאלטן, (וכן נראה מהא דברח מעירו בשעת המגפה, ואם סבר כמו שביאר הרב ההוא למה ברח בכלל מעירו? ופשוט הוא)
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

פרא-חסיד, קולעים אל השערה.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

rutledge האט געשריבן:
בועז האט געשריבן:דאס ברענגן ראיות פון ספרים וואס רעדן פון הנהגות בזמן מגיפה אנע וויסן ציצושטעלן וואס די מציאות איז געווען דעמאלטס און וואס די פארשריפטן האבן פארלאנגט, איז אזויווי מ'זאל זיך פירן אין פאל אויב יוכ"פ וואלט אויסגעפאלן אינמיטן ברען פון די מגיפה ארויסצוגעבן א כלליותדיגן היתר צו עסן יוהכ"פ פארן גאנצן ציבור ווייל אזוי האט הג"ר ישראל סאלאנטער געטאן און האט געמאכט קידוש בעצם יוהכ"פ ברוב עם.
מענטשן האבן נישט קיין שכל הישר וויאזוי מדמה צו זיין מילתא למילתא.

גערעכט מענטשן ווייסן טאקע נישט אז מאיז נישט מדמה אויף מתיר צו זיין עסן יוכ״פ די זעלבע וועג ווי מאיז מדמה מתיר צו זיין תפילה במנין

דו מיינסט אודאי צו זאגען די זעלבע וועג ווי מאיז מדמה מתיר צו זיין א ספק פיקו"נ.
און אין דעם ביזסטו טאקע זייער גערעכט, עס איז גרינגער צו מתיר זיין צו עסען יו"כ ווי צו מתיר זיין צו דאווענען במנין באופן וואס די דאקטוירים זאגען אז עס קען צוברענגען צו סכנת נפשות.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

גענוי אזוי. אבער אנדערע האבן א פארקרומטן שכל און מיט זיי ברויך מען זיך ספראווען.
בועז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בועז »

אויב קען מען זיך עפעס אראפלערנען פון יענע צייט איז דאס אז מ'דארף טאן פונקט ווי די מעדיצינישע פארשריפטן פארלאנגן
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

בועז האט געשריבן:אויב קען מען זיך עפעס אראפלערנען פון יענע צייט איז דאס אז מ'דארף טאן פונקט ווי די מעדיצינישע פארשריפטן פארלאנגן

איך וועל זיך ערלויבן צו מעתיק זיין נאך א תגובה פון יענעם אשכול.

פרא-חסיד האט געשריבן:
איך פיל פאר נויטיג צוצוברענגען די רייד פונעם רעק"א אין א צווייטן בריוו וועגן דעם מגיפה.

"גם הזהרתי פעמים הרבה באזהרה אחר אזהרה שיהיו הנהגתם באכילה ושתי׳ כפי אשר סדרו ואשר שפטו הרופאים להזהר מזה וירחקו כמטחוי קשת כאילו הם מאכלות אסורות(!!), ולא יעברו על דבריהם אף כמלא נימא ובכלל הזה להשמר מכל דבר ודבר כגון שלא לצאת בשחרית מביתו אליבא ריקנא, וההכרח לשתות חמין מקודם, והעובר על ציווי הרופאים בסדר ההנהגה חוטא לה׳ במאוד כי גדול סכנתא מאיסורא ובפרט במקום סכנה לו ולאחרים שגורם ח״ו התפשטות החולי בעיר וגדול עונו מנשוא"
וישמע חכם וכו'
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

@דייקן

איך האב פאראכטען מיין תגובה. איך האב שלעכט געשריבען פשט אינעם תשובות הרמ״א.

פשט אינעם תשובה איז אזוי ווי איר האט געשריבען איך האב איבער געלערענט אינעווענדיג (דער מורא הוראה האט מער נישט געזאגט אנדערש איך האב נאר בטעות אויס געמישט די תשובות הרמ״א מיטן כתב סופר).

בקיצור פונעם תשובות הרמ״א נעמט יענער דיין מפורסם ארויס אז מען דארף נישט חושש זיין פאר א א קליינע חשש ביים דאווענען תפילה בציבור. ווי מען זעהט פונעם תשובות הרמ״א און ווי די כתב סופר לייגט נאך צו אז די מצוה איז מגין.

יעצט לגבי וואס איר שרייבט אז מיט א מאסק אין סאשעל דיסטענס איז דיך נישט דא קיין פראבלעם אפי׳ לויט די רעגירונג און ווייטער גייען דאווענען בציבור אן א מאסק ווייסט מען דיך שוין היינט די מציאות לויט די היינטיגע רופאים אז ״די״ ווייראס איז זיך יא מתדבק און ממילא דארף מען דערפאר יא חושש זיין, נאר די רמ״א אין זיין צייט האט דאך נישט געוויסט דערפון אבער היינט אז מען וועסט יא, איז דיך עס פונקט ווי די חולה צרעתן איז וואס איז דער דיין אויף טו? ממ״נ מיט א מאסק און דיסטענס מעג מען דאך אויך לויט די רעגירונג, און אן א מאסק און דיסטענס, טאר מען דיך נישט אפי׳ לויט רמ״א און כתב סופר?

אויף דעם איז די ענטפער איז איך האב נישט געפרעגט און זיך נישט מתווכח געווען מיט דעם דיין שליט״א וויל כ׳האב געפילט אז ס׳איז לפי כבודו.

אבער וואס איך טראכט איז די ענטפער, איינע פון די צוויי:

איינס. און אזוי איז מיר מער מסתבר. אז ער האלט קלאר אזוי ווי ער האט מיר געזאגט קלאר אז ער האט נאר אפען געלאזט זיין בהמ״ד (די בהמ״ד באלאנגט פאר די קהילה אבער ער איז געווען די מחליט) מיט דעם תנאי אז מענשטען וועלן גיין לויט די תנאים פון די רעגורינג פון מאסק-הענטשקעס אדער סאשעל דיסטענס זיי (די רעגירונג) זאגט דיך אז איינס פון די צוויי איז געניג. נאר די צוויי מראה מקומות האט ער צוגעלייגט פאר די וואס האבן נאכאלטס מורה צו גיין אין בהמ״ד ווייל אפשר דאך דארף מען נאך מער מחמיר זיין? ווי נישט ווי די רעגירונג זאגט דאך אליינס אז זיי זענען עס נישט ממליץ אפי׳ אין די שוהלן? און ווי אויך אפשר דאך וועט מען קומען נאנט צו א צווייטען וכדו׳? אויף דעם האט ער צו געברענגט די רמ״א און כתב סופר, אז מען דארף פארדעם נישט חושד זיין ווען מען דאווענט מיט מנין. די רמ״א: אויף א קליינע חשש איז מען נישט חושד. און די כתב סופר: אז די מצוה איז מגין.

צוויי. קען זיין אז ער האלט אז פאר יונגע מענשטען (כ׳האב איהם געפרעגט וואס ער האלט לגבי עלטערע און ער האט מיר נישט גענפערט. און איך האב ווייטער אויף דעם נישט געוואלט איבער פרעגן וועגן זיין כבוד.) איז דיך עס א קלענערע טשאנס און פאר דעם האלט ער אז מען דארף נישט חושד זיין ווי די רמ״א זאגט. און תפילה בציבור איז מגין ווי די כתב סופר שרייבט. נאר ער האט נאך רפי׳ צוגעלייגט אז ווי נישט ווי דארף מען טוהן חובת השתדלות און פאלגן די רעגירונג׳ס פארלאנגן וואס מאכט די ריסק נאך ווייניגער. און מיין ערשטע פשט נראה יותר עיקר.
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

די רמ"א האט געהאלטען (לויט ראיות פון די גמרא) אז קיין שום מחלה, אויסער ראתן, איז אנשטעקיג, ממילא זעט מען נישט אין די רמ"א אז מען דארף נישט חושש זיין ביי א קליינע חשש (עס קען זיין עס איז פשוט אזוי, אבער פון די רמ"א זעט מען עס נישט). נאכן דאס שרייבען האב איך געטראכט אז עס קען זיין אז איך האב געמאכט א טעות אין פשט אין די רמ"א, און ער ברענגט נאר א ראיה אז ביי אנדערע קראנקייטען דארף מען נישט חושש זיין פאר די אנשטעקיגייט דערפון היות עס איז נאר א ווייטע חשש (לפי מה שהיה ידוע בימי הרמ"א), און לויט דעם איז טאקע זייער גוט אז די מורה הוראה האט געברענגט א ראיה אז פאר א ווייטע חשש דארף מען נישט חושש זיין, וואס אין אונזערע קעיס מיינט עס נאכען גיין מיט א מאסק, אבער עס איז לאו דוקא ביי א מצוה כמבואר ברמ"א, ונצטרך לומר שיש דרגא של חשש קטן מאוד שלא צריכים לחוש לה גם שלא במקום מצוה, ויש דרגא בינוני שבמקום מצוה המצוה מגין, ויש דרגא של שכיח היזקא שגם במקום מצוה לא סומכים על הנס.

די כת"ס רעדט פון יעדע מצוה ברבים נישט דוקא פון תפילה בציבור, ווי אויך קומט ער נישט מחדש זיין חידושים היכא דשכיח היזקא, ער זאגט נאר א שיינע פשט אין פסוק, ווי אויך קען מען נישט פסקנ'ען (בפרט אין הלכות פיקו"נ) פון א דרוש ספר.

לגבי וואס דו שרייבסט צום סוף האב איך פריער געשריבען דערוועגען אזוי:
צום סוף שרייבט איר אז די מורה הוראה האט געזאגט צו היטען אויף 6 פיס און א מאסק אא"וו, אויב אזוי פארשטיי איך נישט פארוואס ברויך מען צוקומען צו אלע ראיות, אין אזא אופן זאגען דאך די דאקטוירים אז מען מעג, נאר לכאו' איז די פשט אז די מורה הוראה ווייסט אז אסאך פון די וואס גייען צו שול, אדער לכה"פ די וואס זענען געגאנגען די ערשטע פאר וואכען, זענען נישט מקפיד אויף די זאכען, און אויב איז עס טאקע אזוי האב איך פריער אויפגעוויזען אז די פוסקים רעדען נישט פון די שאלה וכו', אדער אפשר איז די פשט אז די מורה הוראה טראכט אז אויך ווען מען היט אויף די אנווייזונגען דאך איז דא א קליינע חשש צו ווערען אנגעשטעקט, און פאר אזא קליינע חשש דארף מען נישט חושש זיין, אדער אז דאס הייסט נישט בגדר שכיח היזקא, אבער אויב אזוי וואלט ער געדארפט ברענגען ראיות אויף די גדר ווען עס הייסט שכיח און ווען מען דארף יא חושש זיין לסכנה און ווען נישט, וע' במש"כ כאן viewtopic.ph ... 3&start=25, אבער זיינע ראיות זענען לכאו' נישט קיין ראיות אויף דער שאלה. [שוב חזרתי בי לעיל בתגובה הזו]
עכ"ל לעיל.

דיין צווייטע פשט איז לכאו' נישט ריכטיג, ווייל יונגע מענטשען קענען עס דאך אריבערפירען צו עלטערע מענטשען.
מיסתפינא
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2019 12:24 pm

Re: צוויי אינטערסאנטע מראה מקומות איבער תפילה בציבור אין די צייט פונעם ווייראס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסתפינא »

פרא-חסיד האט געשריבן:איך ברענג דא נאך א שטיקל וואס איך האב געשריבן אין אן אנדער אשכול בענין זה וז"ל

וזה לשוני שם
היות מען האט פארשפארט אלע אשכולות וועגן מנין, און איך האב געפילט אז איך האב עפעס צוצולייגן, און נאכן מאכן א דרעפט פון מיין קאממענט אין ווארד האב איך זיך דערזעהן אויסגעשפילט, במילא האב איך גענומען די חוצפה צו עפענען אן אשכול אליין והוא רחום יכפר וכו'

איך ווער שוין נמאס פון דעם אמעראצישן צושטעל פון רעק״א׳ס בריוו אהער, עס איז קלאר ווי דער טאג אז אין יענע תקופה האט מען נישט געהאט קיין מושג וויאזוי די מגפה ווערט פארשפרייט, די אנגענומענע מיינונג אין יענע תקופה איז געווען אז עס קומט פון אזא מין שלעכטע לופט וואס לאזט זיך אראפ און פארשפרייט זיך (פארדעם וועט מען אפט זעהן דעם לשון ״עיפוש האוויר״ ווערן גענוצט אין יענע תקופה), איך ציטיר וויקיפידיע
The miasma theory (also called the miasmatic theory) is an obsolete medical theory that held diseases—such as cholera, chlamydia, or the Black Death—were caused by a miasma (μίασμα, ancient Greek: "pollution"), a noxious form of "bad air", also known as night air. The theory held that the origin of epidemics was due to a miasma, emanating from rotting organic matter.

זיי האבן אויף קיין פאל נישט געחולמט אז ווען איינער היסט, אין רירט אן א הענטל, און 10! מינוט דערנאך רירט א צווייטער דאס צו, און קראצט דערנאך זיינע אויגן אז ער וועט ווערן קראנק, והוא פשוט.

נ.ב. נאכן ליינען דעם וויקיפידיע האב איך פארשטאנען פ״וו ר׳ ע״א אינעם בריוו האט נישט געלאזט גיין שפאצירן ביינאכט.
ע"כ,

וכנראה מלשון הרמ"א בהתשובה האט ער אויך אזוי געהאלטן, (וכן נראה מהא דברח מעירו בשעת המגפה, ואם סבר כמו שביאר הרב ההוא למה ברח בכלל מעירו? ופשוט הוא)

יתכן אז אין הונדערט יאר ארום וועט מען לאכען פון די היינטיגע טעאריע ווי אזוי די וויירוס ארבעט, אבער למעשה איז די רצון ה' צי טוהן די חובת השתדלות ווי אזוי די רופאים נעמען היינט אן, און נישט די השתדלות ראטעוועט, נאר דאס טוהן די רצון ה'.

אבער אגב, די גאנצע תורה אז מען קען חלילה קרנק ווערן פון אנרירען א הענטל וכדומה איז דא חוקרים וואס טענה'נען אז די טשאנסן זענען זייער מינאריש, קומט אויס אז אפילו לשיטתם איז די סכנה פון א ביהמ"ד וואס מען היט אויף די כללים נישט אזוי גרויס.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”