2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

בס"ד

א. וואס האלט דער עולם לגבי ווען מ'דרוקט איבער א ספר און דער מחבר ברענגט א פסוק, אבער נישט מיט'ן ריכטיגן לשון ממש. צב"ש כמ"ש רחמיו על כל מעשיו, זאל מען פארעכטן ורחמיו, אדער [ו]רחמיו, אדער צולייגן א הערה אדער אינגאנצן נישט פארעכטן

ב. אין דקדוק פון לשה"ק (אויף העברעאיש) איז דא א ווארט "עיצורים", ד.מ. א שי"ן (ימנית) מיט א שי"ן (שמאלית) וואס האבן איין צורה אבער מ'זאגט דאס ארויס אנדערש, ווי אזוי ווערט דאס אנגערופן אויף אידיש אדער ענגליש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א. ווענדט זיך אפשר ווער דער מחבר איז. ביי א פריערדיגן איז שווער צו טוישן, ביי א לעצטיגן איז גרינגער.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

יישר כח
וואס מיינט א פריערדיגער/לעצטיגער ? פון וועלכע דור ?
אין דעם פאל, תלמידי המגיד, זענען פריערדיגע אדער לעצטיגע ?
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

לענ"ד איז אין א ספר ווי עס איז דא אפילו א שוואכע צד אז די מחבר הספר האט אנגעכאפט די לשון בדוקא דארף מען לאזען די לשון (מען קען שרייבען די ריכטיגע לשון אין סוגריים), און אין א פלאץ ווי עס איז קלאר אז עס איז א פשוטע טעות זאל מען עס פארעכטען אן צוצייכענען.
אין די ערשטע סארט גייען אריין אזעלכע ספרים ווי די אוהחה"ק אדער ספרי החסידות הראשונים וואס די גדולי החסידות האבען אליין געשריבען די ספרים.
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

באופן כללי האב איך באקומען א הוראה, אז ווען ער האט געמיינט נאכצוברענגען א לשון הפסוק, פארעכט מען כפי שכתוב בתורה, ווייל דאס האט ער דאך געמיינט, נאר געשריבן אויף אויסנווייניג (וזהו גם בישנים ביותר)

דארט ווי ער ניצט א לשון הפסוק נאר אלץ א לשון, און נישט העתקה, אויב איז ער א פאריגער (כל אחד לפום דרגא דילי') שרייבט מען הערה ע"פ לשון הפסוק, און מ'ברענגט דעם פסוק, און אויב איז ער א שפעטערער מתקנים בפנים (לפעמים עם ציון התיקון, ולפעמים לא, תלוי בכמה דברים)

אבער בד"כ קומט אזא תשובה צו גיין באופן פרטי לגוף כל ספר וספר בנפרד
(תלוי בהמחבר, במי כתב הספר, האם זה הדפסה חדשה מהדפסה ישנה, שיכול ליפול טעות הדפום וכדו)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פיניע חזן האט געשריבן:אין דעם פאל, תלמידי המגיד


פשיטא אז מען טוישט נישט אינעווייניג.

עס פעלט אפילו נישט אויס צו משלים זיין [ו]רחמיו. אזעלכע זאכן פולן אן די ספרים מיט נישט וויכטיגע קאמענטס און עס מאכט אויך אביסל שווער צו לערנען. ובפרט אין ספרים וואו מ'דארף קאמענטירן אזוי אויף יעדער צווייטער דף.

העכסטענס אינ'ם מ"מ שרייבט מען איינס פון די דוגמאות:
- עיין תהלים קמ"ה
- ע"פ תהלים קמ"ה
- *תהלים קמ"ה

אויב די פירוש שטימט נישט מיט'ן לישנא דקרא קען מען צולייגען:
ע"ש וצ"ע
און מעתיק זיין די פסוק כצורתו אין די מ"מ.

אויך תלוי ווי גרויס די שינוי איז, צו ס'פעלט נאר א וא"ו אזוי ווי דיין משל.
תן לחכם ויחכם עוד.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מיטוואך מאי 06, 2020 8:32 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

יישר כח לכולכם
ס'איז מיר זייער געקומען צו נוץ.

האט איינער א ענטפער אויף די 2'טע שאלה ?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

פיניע חזן האט געשריבן:האט איינער א ענטפער אויף די 2'טע שאלה ?


דאכט זיך דיין פירוש פאר די ווארט איז נישט ריכטיג.
אין ענגליש הייסט עס קאנסאנענט, היינו אלע אותיות וואס מ'זאגט ארויס לאפוקי אהו"י.
גארנישט צו טון מיט אותיות וואס זעען אויס ענליך.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מיטוואך מאי 06, 2020 9:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

דאס מאהל האב איך טאקע געפרעגט נאר וועגן א וא"ו. אבער די שאלה איז א כלליות'דיגע

ס'איז אביסל שווער צו מסביר זיין בכתב דאס וואס עיצורים מיינט, אבער איך האב אביסל נאכגעקוקט (נאך ווען דו האסט מיר געגבן די ווארט אין ענגליש) און זעהט זיך אויס אז דאס איז די זעלבע ווארט פאר עיצורים אויך

ושוב יישר כח
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: 2 שאלות - פארעכטן לשון הפסוק - דקדוק לה"ק-אידיש-ענגליש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

הערה לאמיתת הענין
סיי לגבי די ערשטע שאלה און סיי לגבי די 2'טע שאלה
מען טרעפט אין די גמרא כמה פעמים נישט נאכגעברענגט די פסוק ווי עס שטייט און אין די מפרשים ווערט דאס אדער מבואר אדער פארראכטן
אזוי אויך איז דא פיל מאל א דרש אויף א ווארט אין פסוק - מיט א טויש פון די זעלבע אות נאר מען זאגט דאס ארויס אנדערש
לדוגמא בעלמא עיין בבא בתרא דף ט' ע"א ביי די דרש אויפן פסוק הלא פרס [פרוש] לרעב לחמך (ישעי' נח פסוק ז') וכדומה
ועיין עוד בתוס' מס' שבת נ"ה: ד"ה מעבירם כתיב
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”