וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:18 pm

מיר שטייען יעצט אין א דור וואס מען זעט גאר גרויסע סמנים אז משיח איז ביים טיר ועוד מעט והוא בא
וויל איך וויסען וואס וועט זיין דעמאלס ?
עס איז דא א וועלט מיט מאמרים טייל שטייט אין חז"ל טייל מאמרים וואס צדיקים האבן געזאגט טייל מאמרים איז וואס אלע קינדער ווייסען רוב איז נישט אמת
איך זיך א ספר אדער א קובץ וואס ווערט צאם גענימען אלע מאמרים וואס איז אמת אין וואס נישט
אויב איז שוין דא א אשכול איבער דעם ביטע מודיע זיין
אויבאיז דא זאכען שבצינעה ביטע שיקען אין אישי
יישר כח פאר אלע וואס וועלען נעמין די צייט אין ענפירען

אוועטאר
לפנות בוקר
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך לפנות בוקר » מיטוואך מארטש 25, 2020 8:39 pm

משיחי שקר ומתנגדיהם קען זיין אינטרעסאנט פאר דיר.
און װאס זאגן די עסקנים?

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:01 pm

א גוטע קשיא, מיין בני בית האט מיר פונקט געזאגט יעצט אז זי ציטערט פון משיח, מען רעדט אז משיח קומט און זי פילט נישט זי איז פרייליך מיט עס, זי פילט פונקט פארקערט, זי האט מורא זי ווייסט נישט וואס פונקטליך גייט זיין, מען וועט איר אפשר צונעמען פון די משפחה... און ווער ווייסט וואס נאך...

האב איך איר געזאגט, אז דער אייבערשטער רעדט אן א שיעור איבער די גאולה אין נ''ך, און שטענדיג זאגט אונז דער אייבערשטער נאר גוטע זאכן, און די עיקר פוינט איז אז עס גייט זיין גוט פאר די אידן! משיח איז די בעסטע זאך פאר אונז, עס איז די גרעסטע טובה אין די וועלט וואס דער אייבערשטער וויל אונז געבן, און אלעס וואס טוט זיך אפ אלע יארן איז נאר צוצוקומען צו דער ענדגילטיגע גוטס.
דעריבער, פונקטליך וואס עס וועט זיין ווייס איך נישט און מען קען נישט וויסן, ווייל דער אייבערשטער האט עס באהאלטן פון אונז מער ווייניגער, אבער דאס איז זיכער אז עס וועט זיין גוט! די גאנצע משיח איין שטיק גוט, עס איז די גרעסטע טובה, און א טובה וואס מען זעט נישט ווי יעצט אין גלות וואס די גוטס איז צומאל באהאלטן, דעמאלטס גייט שוין זיין נאר אפענע גוטס יעדע רגע פאר יעדע איד!

ממילא פונקטליך וואס עס גייט זיין איז זייער קאמפליצירט, יעדע מדרש שטייט אנדערש, און אלעס איז אוודאי אמת וואס מיר פארשטייען נישט וויאזוי, אבער די עיקר נקודה איז: גוט!
עס גייט זיין נאר גוט און די גרעסטע תענוגים פאר יעדע איד וואס דא אויף דער נארישער וועלטל קענען מיר דאס נישט משיג זיין קיין משהו.
בקיצור, מיר האבן אויף וואס צו ווארטן!!! שנזכה ונחיה ונראה בקרוב ממש, אמן.

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:33 pm

יישר כח טוב ה' לכל אזוי ווי די פאנגסט אן אז דיין בני בית האט מורא טאקע וועגען מיין בני בית האט מיך געזאגט אז זי האט זייער מורא וואס גייט זיין א יעדער איז א גלגל סא מיט וועלעכע גוף גייט מען מקבל זיין משיח ?
וועט מען מעגען האבען מער ווי איין ווייב ?
וועלען נאך זיין אומות העולם אויף די וועלט?
נ.ב.
עס איז דא א תשובה פון די בן איש חי אין תורה לשמה וועלעכע ברורים מען גייט מברר זיין בשעת תורה ותפלה ומצוות כידוע אז בשעת תורה ותפלה ומצוות איז מען מברר ברורים עיין שם

ליבי ובשרי
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך ליבי ובשרי » מיטוואך מארטש 25, 2020 9:40 pm

עי' רמב''ם בסוף הל' מלכים. דברים קילורין לעינים.
ובעיקר מסביר סדר הדברים אבל מסיים שא''א להשיג מה יהיה בימות המשיח.
אגב בויוא''מ מפרש כמה דברים שלא כפשטות לשונו ע''פ דבריו באגרת תימן עי''ש (אין המ''מ תח''י)

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 7:52 pm

עס דארף צו זיין א ליקוטי מוהרן ביאור אויף די מאמר אז משיח וועט ווייזען מיט די פינגער ווייסט אפשר איינער די מראי מקום ?

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:09 pm

שאראש-פאטאק האט געשריבן:עס דארף צו זיין א ליקוטי מוהרן ביאור אויף די מאמר אז משיח וועט ווייזען מיט די פינגער ווייסט אפשר איינער די מראי מקום ?

סוף תורה ס''ה.

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך אידישע הארץ » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 8:59 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:א גוטע קשיא, מיין בני בית האט מיר פונקט געזאגט יעצט אז זי ציטערט פון משיח, מען רעדט אז משיח קומט און זי פילט נישט זי איז פרייליך מיט עס, זי פילט פונקט פארקערט, זי האט מורא זי ווייסט נישט וואס פונקטליך גייט זיין, מען וועט איר אפשר צונעמען פון די משפחה... און ווער ווייסט וואס נאך...

האב איך איר געזאגט, אז דער אייבערשטער רעדט אן א שיעור איבער די גאולה אין נ''ך, און שטענדיג זאגט אונז דער אייבערשטער נאר גוטע זאכן, און די עיקר פוינט איז אז עס גייט זיין גוט פאר די אידן! משיח איז די בעסטע זאך פאר אונז, עס איז די גרעסטע טובה אין די וועלט וואס דער אייבערשטער וויל אונז געבן, און אלעס וואס טוט זיך אפ אלע יארן איז נאר צוצוקומען צו דער ענדגילטיגע גוטס.
דעריבער, פונקטליך וואס עס וועט זיין ווייס איך נישט און מען קען נישט וויסן, ווייל דער אייבערשטער האט עס באהאלטן פון אונז מער ווייניגער, אבער דאס איז זיכער אז עס וועט זיין גוט! די גאנצע משיח איין שטיק גוט, עס איז די גרעסטע טובה, און א טובה וואס מען זעט נישט ווי יעצט אין גלות וואס די גוטס איז צומאל באהאלטן, דעמאלטס גייט שוין זיין נאר אפענע גוטס יעדע רגע פאר יעדע איד!

ממילא פונקטליך וואס עס גייט זיין איז זייער קאמפליצירט, יעדע מדרש שטייט אנדערש, און אלעס איז אוודאי אמת וואס מיר פארשטייען נישט וויאזוי, אבער די עיקר נקודה איז: גוט!
עס גייט זיין נאר גוט און די גרעסטע תענוגים פאר יעדע איד וואס דא אויף דער נארישער וועלטל קענען מיר דאס נישט משיג זיין קיין משהו.
בקיצור, מיר האבן אויף וואס צו ווארטן!!! שנזכה ונחיה ונראה בקרוב ממש, אמן.

;l;p- ;l;p-

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:06 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:עס דארף צו זיין א ליקוטי מוהרן ביאור אויף די מאמר אז משיח וועט ווייזען מיט די פינגער ווייסט אפשר איינער די מראי מקום ?

סוף תורה ס''ה.

יישר כח

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 06, 2020 6:00 pm

איינער ווייסט מיט וועלכע לבוש מוועט גיין? מאנכע האבן עדווערטייזט לעצטענס, בפרט ביי די נשים צדקניות אז מזאל זיך שוין טוישען ווייל ווען משיח קומט וועט מען נישט קענען, אין מוועט גיין צים קבלת פנים אזוי ווי מגייט יעצט, נישט אז איך האלט אז יעצט איז א פראבלעם, ס'אבער גענוג ציאנדרייען די עזרת נשים אז יעצט זענען זיי נישט גוט..., וויל איך וויסען יש מקור לדבריהם אדער זיי ניצען אויס די סיטואציע מיט פערזענליכע אגענדעס?

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך יש בו » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:15 pm

די וואס גלייבן נישט אין לא תרצח, לא תגנוב, לא תנאף, פארוואס טראכסטו אז פונקט אין אנכי ד' אלוקיך גלייבט ער יא?

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שמאלציג » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:20 pm

שמחהלע האט געשריבן:איינער ווייסט מיט וועלכע לבוש מוועט גיין? מאנכע האבן עדווערטייזט לעצטענס, בפרט ביי די נשים צדקניות אז מזאל זיך שוין טוישען ווייל ווען משיח קומט וועט מען נישט קענען, אין מוועט גיין צים קבלת פנים אזוי ווי מגייט יעצט, נישט אז איך האלט אז יעצט איז א פראבלעם, ס'אבער גענוג ציאנדרייען די עזרת נשים אז יעצט זענען זיי נישט גוט..., וויל איך וויסען יש מקור לדבריהם אדער זיי ניצען אויס די סיטואציע מיט פערזענליכע אגענדעס?



הא?
בשעת א מגיפה איז מען נישט מעורר א חרון אף, אבער צו זאגן ס'איז נישט קיין פראבלעם? רחמנא ליצלן,
לב יודע מרת נפשו, יא, אסאך פרויען ציטערן משיח זאל קומען, (און אויך אסאך מענער) אבער קומען זאל ער.

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

Re: וואס וועט זיין ווען משיח וועט קימען???

תגובהדורך שמחהלע » מאנטאג אפריל 06, 2020 7:49 pm

שמאלציג האט געשריבן:
שמחהלע האט געשריבן:איינער ווייסט מיט וועלכע לבוש מוועט גיין? מאנכע האבן עדווערטייזט לעצטענס, בפרט ביי די נשים צדקניות אז מזאל זיך שוין טוישען ווייל ווען משיח קומט וועט מען נישט קענען, אין מוועט גיין צים קבלת פנים אזוי ווי מגייט יעצט, נישט אז איך האלט אז יעצט איז א פראבלעם, ס'אבער גענוג ציאנדרייען די עזרת נשים אז יעצט זענען זיי נישט גוט..., וויל איך וויסען יש מקור לדבריהם אדער זיי ניצען אויס די סיטואציע מיט פערזענליכע אגענדעס?



הא?
בשעת א מגיפה איז מען נישט מעורר א חרון אף, אבער צו זאגן ס'איז נישט קיין פראבלעם? רחמנא ליצלן,
לב יודע מרת נפשו, יא, אסאך פרויען ציטערן משיח זאל קומען, (און אויך אסאך מענער) אבער קומען זאל ער.


חרון אף?? חס וחלילה! זיכער דארף מען תשובה טוהן אין יר זאל נאך היינו קומען! מיין שאלה איז געווען ספעציפיש צי נאר א פרוי וואס גייט מיט א טיכעל וועלן גיין מקבל זיין משיח (אזויווי די עדס).., משא"כ די טויזענטער נשים צדקניות וואס גייען מיט שייטלעך ע"פ מסורם ח"ו...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט