וואס איז מיין ציל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

וואס איז מיין ציל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס"ד
מאיר דרייט זיך אין בעט פון איין זייט צום צווייטן און די שלאף טוט אים נישט באפאלן, ער קען ממש נישט איינשלאפן, און נישט אומזיסט, ער איז היינט אנגעקומען צו די שפיץ פון זיין ציל, ער האט היינט גע'חתמ'ט אויף די 150 מיליאן דאלארדיגע קאנטראקט, וואס וועט אים בעזהשי"ת ברענגען רווחים אין די זעקס ציפערדיגע נומערן, ער קען זיך נישט גלייבן אז דאס וואס קיינער האט נישט געגלייבט האט פאסירט... ער איז רייך גאר רייך!
מאיר איז געווען א דורכשניטליך קינד, וואס איז געקומען פון א דורך שניטליכע פאמיליע, נישט אז ער האט געהונגערט פאר ברויט און פוטער, אבער קיין געלט פאר מותרות און פאר זאכן וואס איז אפילו ווייניגער פון לוקסוס איז נישט געווען, ער האט געהאט גאנץ א גוטע קעפל אבער ער האט זיך נישט צופיל אנגעשטרענגט, אזוי אז קיין מציון איז ער קיינמאל נישט געווען אבער אויך נישט צו שוואך נאר מיטלגארטיגע ביננו.
איין תחום האט ער געהאט אין וואס ער איז געווען שטארק, דאס איז געווען "דמיון", ער פלעגט קענען זיצן און חלומ'ן און דמיון'ען, און ער פלעגט עס ממש זען און הערן אין זיין דמיון,פארשטייט זיך זיין באליבסטע זאך אין זיין דמיון איז געווען "געלט", די זאך וואס ער האט אנגעקוקט אז ס'פעלט אים די מערסטע אינעם עולם המציאות, במילא אינעם עולם הדמיון וואס באגרעניצט נישט, איז ער געווען די וועלטס גביר, וואס יעדער שטייט פאר זיין ווארט, און האט וואס ס'חלום'ט זיך נאר, און מען איז אים מכבד, און מיט געלט קומט א גוטע שידוך און גוטע קינדער א.א.וו.
פארשטייט זיך אז ווי מער ער האט געדמיון'ט און גע'חלומ'ט דערפון אלס מער איז עס אים באמת געגאנגען אין לעבן אז ער האט נישט די געלט וואס ער דארף, צוביסלעך האט זיך אריינגעזעצט ביי מאיר אז זיין ציל אין לעבן איז זיין רייך אן קיין גרעניצן. ס'האט אים ממש איבער גענומען און כמעט צודרייט געמאכט, ער האט נישט אויף געהערט צו טראכטן פון די גוטע צייטן וואס גייען קומען, און פאר ווער ס'איז מסכים געווען אויס צו הערן האט ער מיטגעטיילט זיינע חלומות און פלענער, אזוי אז ביז א קורצע צייט האט יעדער אין חדר און שפעטער אין ישיבה קטנה און אין ישיבה גדולה געוואוסט אז מאיר "גייט" מאכן געלט עכ"פ ביי אים אין דמיון.
צו זאגן בקיצור, דער אייבערשטער האט געהאלפן מאיר האט געטראפן זיין באשערטע בשטו"מ אין די ריכטיגע צייט, חתונה געהאט, און געזיצן אין כולל פאר אפאר חדשים, און ווי באלד ער האט ווי פארשטענדליך נישט געהאט ווער ס'זאל אים שטיצן איז ער נאך א קורצע צייט ארויס געגאנגען זיכן אן ארבעט, וואס זאל קלעקן פאר זיין קליינע משפחה, און אויך אוועק צו לייגן ער זאל קענען ערייכן זיין גרויסע טרוים.
ער האט אנגעהויבן מיט ממש א מינימאלע געהאלט ביי א גרויסע ארגענעזאציע וואס האט געזיכט א סעקרעטאר, און די סיבה וואס האט אים געברענגט עס אנצונעמען איז געווען, אז די ארגאנאזאציע איז געשטאנען אינטער די פירערשאפט פון א געוויסע גרויסע גביר און קלוגע מאן, ישראלי, ער האט געהאפט אז ערגעץ ווי וועט ער שאפן קשרים מיט'ן בעל הממון, ער זאל אים העלפן אליין אריין צו גיין אין ביזנעס, און ארויף צו לייגן זיין ערשטע פיסל אויפ'ן לייטער פון רייכטום און סוקסעס.
מיר האבן דאך א גוטע באשעפער, האט דער באשעפער געהאלפן אז ער האט זיך באקענט מיט'ן ביג באס ישראלי, וואס איז אין זיינע אויגן געווען אויפ'ן שפיץ פון גליק, ב"ה מאיר האט נושע חן געווען אין די אויגן פון ישראלי, מיט זיין גרויס ברען און מאטיוואציע צו ארבעטן און פארדינען, נאך א קורצע שטיק צייט האט אים די ביג באס אריבער געפירט צו זיין פריוואטן ביזנעס און אים געגעבן א שיינע פאזיצע, מאיר איז געווען צופרידן פון די פארשריט וואס ער האט געמאכט, אבער ער האט געוואוסט אז ער האט נאך א לאנגע וועג צו גיין, און געארבעט זיך צו ריקן פאראויס.
צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, מאיר מיט זיין גרויס אין פלייס צו זיין ציל האט זיך שנעל פאר אויס געריקט און אין ... קורצע צייט פון געציילטע יאר איז ער געווארן א שותף מיטן ביג באס - וואס איז שוין נישט געווען זיין באס נאר חבר – ישראלי, און נאך ממש א קורצע צייט האט ער מיט די הילף פון באנק און הלואות, אויסגעקויפט ישראלי, און אליין געבליבן מיט די גאנצע גרויסע ביזנעס אימפיריע פארשריבען אויף זיין נאמען.
מאיר איז געווען שיכור פאר פרייד ווען ער האט אינטערגעשריבן אויסצוקויפן די ביזנעס, ער האט געפילט "איך בין אנגעקומען צו מיין ציל", "איך בין רייך", און זיין שמחה איז ב"ה געווען בשלימות, דער אייבישטער האט אים געשענקט מיט גוטע זון און טעכטער, און שפעטער גוטע איידימער בקיצור זיין חלום איז געווען אינגאנצן פראפאלקאמט, געלט האט ער געהאט צו לעבן די נעקסטע ... יאר, נחת האט ער געהאט, און ער האט אוודאי אויך קובע עתים לתורה געווען יעדן טאג, ער איז געווען געשעצט בי יעדן אינערהאלב זיין קהילה, אזוי זיין שמחה צופרידענקייט איז געווען בשלימות ווי ווייט מעגליך אויף די וועלט.
FEST FWD

מאיר איז שוין א פינעף און ניינציגע יעריגע יוד, און ליגט אזוי זקן ושבע ימים קראנקערהייט אין בעט, אן קיין האפענונג נאך ארויסצוקריכן, מ'האט געטראפן ביי אים די מחלה פאר קוים אפאר וואכן צוריק, ביז דאן איז ער געווען ב"ה געזונט און שטארק טראץ זיין טיפן עלטער, די דאקטורים האבן גלייך געזאגט אז אין אזא עלטער איז שוין נישט דא וואס צו טוהן, -געלט איז דאך קיין אפהאלט נישט געווען- האט מען נאך אביסעלע פראבירט צו שטופן, די בעסטע דאקטורים און מעדעצינען אבער יעדער אפילו מאיר האט געוויסט אז ס'איז נישט דא עכט וואס צו טוען און זייענדיג אין די יארן האט ער משלים געווען מיטן מצב.
מאיר איז נפטר געווארן ! נאך א לעבן אנגעפילט מיט כל טוב מיט געלט גוטע קינדער און אפילו מצוות ומעשים טובים, ליגט ער אויפן ערד אן קיין לעבענס גייסט, זיין פנים פארלירט דעם קאליר, ארום עם ברענען ליכט, מען פירט עם צום ביהמ"ד, מ'מאכט א שיינע לויה [וואס איך וויל נישט מאריך זיין אין די פרטים] און מען נעמט מאיר מען לייגט אים אריין אין די ערד און מען דעקט איבער מאיר מיט ערד, און דא ענדיגט זיך די מעשה !?
לייענער: זענט איר מקנא מאיר? וואלט איר געוואלט האבן אזא לעבן?

מיין תירוץ איז ניין! איך וויל נישט קיין לעבען וואס איז אינוועסטירט און געלט!
איז איך וויל סתם אויפרישן וואס מען ווייסט שוין פון לאנג אז א מענטש בלייבט לעבן אויף אייביג! נישט זיין גוף! זיין נשמה! און אייביג מיינט אז ס'ענדיגט זיך נישט קיינמאל! ס'בלייבט! ס'ווערט נישט אויס! ס'שווער משיג צו זיין אבער פאקט בלייבט פאקט אז די נשמה איז נצחי און למעלה מן הזמן.
און נאך א זאך, אז די נשמה האט "גאר נישט" פון וואס די "גוף" האט א הנאה אויף די וועלט, און די איינציגסטע פלאץ צו שאפן תענוג און הנאה פארן נצח, פארן נשמה, איז נאר! אויף די וועלט, און וואס מען קויפט נישט דא גייט מען "נישט" האבן [אם לא טרח מע"ש מהיכן יאכל בשב"ק].
און די בעסטע זאכן פון וואס די גוף האט דא הנאה, און וואס ס'הייסט דא הצלחה, ענדיגט זיך! איינמאל, ס'בלייבט "נישט", און סיי וואספארא הנאה דו אינוועסטירט דארפסטו שוקל זיין אויב ס'לוינט פאר א זאך וואס האט נישט קיין קיום אפילו אין בעסטן פאל מער ווי הונדערט צוואנציג יאר, און חשבון אויס אויב ס'איז אזוי געפערליך דורכצוגיין די הונדערט צוואנציג יאר אן די הנאה?!
און זיי תופס אז די ענעריגע וואס די לייגט אריין אין זאכן וואס דו ווייסט [און ס'איז אזוי] אז ס'האט נישט קיין קיום, קענסטו אריינלייגן אין זאכן וואס האבן א קיום נצחי און בלייבן שטענדיג.
איז איך וויל נישט זאגן אז א מענטש זאל א גאנצען טאג טראכטן פון טויט, נאר אז א מענטש זאל נעמען די פאר מינוט און זיך פרעגן מיט אן אמת, וואס איז מיין ציל? אויף וואספארא פלאץ לייג איך די בעסטע פון מיינע כוחות און צייט? וואס זענען די זאכן וואס נעמען מיר איבער? "צי אנערקען איך אז יעדער שטארבט"? און אז קיינער בלייבט נישט דא.?
אבער ס'לוינט נישט צו זיין ווי א בת היענה ווייל ס'טוישט נישט די פאקט פארקערט ס'מאכט עס ערגער פי כמה, מ'דארף פשוט זיך פרעגן "לאן אתה הולך", און כאפן אז מיר אינוועסטירן אין קיום לאזע זאכן אנשטאט אין נצחי.
איך ווייס אז מ'קען נישט און מ'טאר נישט טראכט דערפון צופיל, אבער פארגעסן ח"ו! דאס מוז מען געדענקן, אז "אפגעזעהן אונזער טאג טעגליכע לפי שעה'דיגע נסיונות וואס ברענען" זאל כאטשיג אונזער ציל זיין געשטעלט אויף די אמת'דיגע וויכטיגע זאכן וואס איז נצחי אין נישט אויף דברים עוברים וואס איז כלו בעשן ימי, אין בתוך תוכות זאלן מיר וויסן אז מיר זענען נאר דא צייטווייליג.
ס'איז ממש הארץ רייסנד צו לייגן א גאנצע לעבן אין מיסט קאסטן און טוען מיטן לעבן זאכן וואס האבן נישט קיין שוויית אויפן אמת'דיגן וואגשאהל און זענען גארנישט ווערט, ואם לא עכשיו אמתי???
און די עיקר וואס איך וויל ארויסברענגען, אז עכ"פ די תכלית אין ציל אין סא"ב קאנטשע"ס זאל זיין מיט די הנחה קבועה אז די חלק הגשמי איז א בטל ועובר און איז א זאך וואס ענדיגט זיך וואס דאס איז די אמת!!!
נ.ב. די הקדמה צו קולט זיין וואס שטייט דא איז צו גלייבן באמונה שלימה אין השארת הנפש, און אז יש חיים לאחר מוות, וואס דאס איז א אנדערע נושא פאר זיך צו אויפבויען די אמונה אז מ'בלייבט לעבן.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: וואס איז מיין ציל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wow !!! זייער שיין
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: וואס איז מיין ציל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

טאקע הערליך. נישט געזעהן ביז יעצט.

טייל מאל איז עס באמת קאמיש צו זעהן, ווי גרויסע ערוואקסענע טאטעס און זיידע'ס שפילן א געים, כאילו די אומוויכטיגע קלייניגקייטן מיט וועלכע זיי באשעפטיגן זיך רוב טאג כדי צו ציען דערפון אביסל חיונה, צו קענען פארדינען גענוג פון די וואלוטע וואס איז עובר לסוחר אויף דעם ערדישן וועלטל, נעמליך געלט, וואס דאס נוצט מען זיך ראינצושאפן די געברויכן דא אויף דעם פלאנעט, מאכן זיי א גאנצע בראטל פון זייער באשעפטיגונג, כאילו עס וואלט געווען ווייסעך ווי חשוב.

געלט איז נישט מער חשוב ווי גאזאלין פאר א קאר. מען דארף דאס האבן, אבער עס איז נישט קיין מורא'דיגע שיינע זאך, און כל שכן אז די פייפס אין וועלכע מען ליפערט די געז - די באשעפטיגונג וואס מען מוז זיך נעבעך פארנעמען דערמיט רוב צייט פון טאג ווייל הרעותי את מעשי וכו' - איז גארנישט גלאנציג, און על פי רוב ניטאמאל וויכטיג.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: וואס איז מיין ציל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

ארויפגעברענגט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: וואס איז מיין ציל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

ניין און יא האט געשריבן:ארויפגעברענגט

יישר כח פארן שרייבען און פארן ארויפברענגען.
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: וואס איז מיין ציל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

WOW הערליך און ציפעדיג,
און א גרויסן דאנק הרב ניין און יא פארן אונז כסדר מהנה זיין מיט דיין טאלאנפולע פעדער
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”