שליט בעולמו - סימני טהרה פון בהמה וחיה

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

שליט בעולמו - סימני טהרה פון בהמה וחיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

נמצא באמתחתי א ביאור נפלא בענין סימני טהרה וכשרות של בהמה וחי׳.

איך וואלט געוואלט אויסשמועסן מיט די חברי הישיבה דא, וויל איך אבער וויסן צו איינער איז אין צו מיטגיין.

אויך אויב ס׳איז שוין דא אשכול וואס מרעדט איבער די נושא.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

איך וועל אנהייבן מיט די קשיא:

די תורה שרייבט אז 4 חיות (אויסער די כשר׳ע) זענען מעלה גרה: גמל ארנבת שפן און חזיר.

פירש רש״י:
מעלת גרה מעלה ומקיאה האוכל ממעיה ומחזרת אותו לתוך פיה לכתשו ולטחנו הדק:

די פראבלעים איז אז א ארנבת ושפן זענען נישט קיין מעלה גרה, זיי ברענעגן נישט ארויף זייער עסן צו איבערקייען.
די קשיא איז מרפסן איגרא ורבות נכתב על זה.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

פרעגסטאך גוט, וואס איז די פשוט'ע תשובה?
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

סאך ענטפערן אז די ארנבת און שפן זענען נישט די היינטיגע ארנבת ושפן אבער דאס שטומט נישט הן מצד סברא אז חיות וואס זענען אייביג געווען בנמצא זאל זיך פארטוישן
ועוד אין דברי חז״ל זעהט מען זייער קלאר אין געוויסע מקומות אז די ארנבת ושפן זענען דאס וואס מיר רופן ארנבת ושפן
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 12:53 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

נאך א תירוץ איז אז ארנבת איז מעלה גרה אויף א צווייטע וועג די האט צוויי מינע צואה איינס מער א געדעכטע די צווייטע מער א רינענדיגע און דאס עסט זי נאכמאל מפי הטבעת
דאס שטומט מיט תרגום אונקלס אז גרה איז פישרא
מיט די מהלך איז דא וואס ווילן זאגן אז די שפן איז נאך א מין חיה וואס האט אויך די מהלך פון פארדייען די עסן
אבער ווי געשריבן קען מען נישט געהעריג גיין מיט די מהלך פארן שפן

ועוד ווערט דאס קאמפליצירט ווייל די גמרא זאגט הוא ואין אחר מעלה גרה נאר די דריי
איז ביי גמל איז אמת נישטא נאך א מעלה גרה ביי א טמנע חי נאר די קעמל אבער די מין מעלה גרה פונעם ארנבת איז דא אסאך חיות וואס האבן עס
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

זייער אינטערסאנט. ארנבת איז דאס וואס מען רופט rabbit, ריכטיג? וואס איז שפן?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

היינט ר״ח האט מען געזאגט סלעים מחסה לשפנים,
נו השפן הקטן שכח....

היינט רופוט מען ארנבת אויך שפן אבער נאר די נישט מדקדקים
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אקעי, ווייס מער שוין וואס דאס איז, בערערל, גיי אהן ביטע.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

אקעי וועלן מיר אנהייבן

למעשה איך קום שוין פון די תירוץ און ממילא די סדר הדברים איז נישט בסדר קשיא ותירוץ נאר גראד צום תירוץ
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

פסוקי התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

וַיְדַבֵּר ה' אֶל מֹשֶה וְאֶל אַהֲרֹן לֵאמֹר אֲלֵהֶם: דַּבְּרוּ אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר: זֹאת הַחַיָּה אֲשֶׁר תֹּאכְלוּ מִכָּל הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר עַל הָאָרֶץ: כֹּל מַפְרֶסֶת פַּרְסָה וְשֹׁסַעַת שֶׁסַע פְּרָסֹת מַעֲלַת גֵּרָה בַּבְּהֵמָה אֹתָהּ תֹּאכֵלוּ: אַךְ אֶת זֶה לֹא תֹאכְלוּ, מִמַּעֲלֵי הַגֵּרָה וּמִמַּפְרִסֵי הַפַּרְסָה: אֶת הַגָּמָל כִּי מַעֲלֵה גֵרָה הוּא וּפַרְסָה אֵינֶנּוּ מַפְרִיס טָמֵא הוּא לָכֶם: וְאֶת הַשָּׁפָן כִּי מַעֲלֵה גֵרָה הוּא וּפַרְסָה לֹא יַפְרִיס טָמֵא הוּא לָכֶם: וְאֶת הָאַרְנֶבֶת כִּי מַעֲלַת גֵּרָה הִוא וּפַרְסָה לֹא הִפְרִיסָה טְמֵאָה הִוא לָכֶם: וְאֶת הַחֲזִיר כִּי מַפְרִיס פַּרְסָה הוּא וְשֹׁסַע שֶׁסַע פַּרְסָה וְהוּא גֵּרָה לֹא יִגָּר טָמֵא הוּא לָכֶם: (ויקרא יא א-ז)

זֹאת הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר תֹּאכֵלוּ: שׁוֹר שֵׂה כְשָׂבִים וְשֵׂה עִזִּים: אַיָּל וּצְבִי וְיַחְמוּר וְאַקּוֹ וְדִישֹׁן וּתְאוֹ וָזָמֶר: וְכָל בְּהֵמָה מַפְרֶסֶת פַּרְסָה וְשֹׁסַעַת שֶׁסַע שְׁתֵּי פְרָסוֹת מַעֲלַת גֵּרָה בַּבְּהֵמָה אֹתָהּ תֹּאכֵלוּ: אַךְ אֶת זֶה לֹא תֹאכְלוּ מִמַּעֲלֵי הַגֵּרָה וּמִמַּפְרִיסֵי הַפַּרְסָה הַשְּׁסוּעָה: אֶת הַגָּמָל וְאֶת הָאַרְנֶבֶת וְאֶת הַשָּׁפָן כִּי מַעֲלֵה גֵרָה הֵמָּה וּפַרְסָה לֹא הִפְרִיסוּ טְמֵאִים הֵם לָכֶם: וְאֶת הַחֲזִיר כִּי מַפְרִיס פַּרְסָה הוּא וְלֹא גֵרָה טָמֵא הוּא לָכֶם מִבְּשָׂרָם לֹא תֹאכֵלוּ וּבְנִבְלָתָם לֹא תִגָּעוּ: (דברים יד ד-ח)
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

למה פירסמה התורה ארבע החיות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

לכאורה איז דא דא א סתירה, ווייל ווען די תורה זאגט אז נאר ווער ס'האט צוויי סימנים קען מען עסן, מכלל הן אתה שומע לאו אז יעדע חיה וואס האט נאר איין סימן טאר מען נישט עסן.
אבער ווען די תורה זאגט אך את זה לא תאכלו און רעכנט אויס פיר חיות, איז משמע אז אלע אנדערע וואס האבן נאר איין סימן מעג מען יא עסן.

דער רמב״ן שרייבט טאקע די נקודה: והיה ראוי שיאמר כן בדרך כלל, אלא שפרט הגמל והשפן והארנבת בגרה והחזיר בפרסה מפני שאין אחרים בעולם בסימן האחד לבדו.
ס'וואלט טאקע גענוג געווען צו שרייבן נאר אז צו עסן דארף מען האבן צוויי סימנים, נאר די תורה וויל אונז דערציילן אז ס׳איז נישטא נאך חיות אין די וועלט אויסער די 4 וואס זיי האבן איין סימן.

דאס הייסט די וועלט איז צוטיילט אין 4 מינע חיות:
1. כשרע וואס האבן צוויי סימנים.
2. נישט כשר׳ע וואס האבן נישט קיין איין סימן.
3. גמל ארנבת און שפן וואס האבן מעלה גרה און נישט קיין מפריס פרסה.
4. חזיר וואס איז מפריס פרסה און נישט מעלה גרה.
און אויסער די 4 חיות זענען אלע אנדערע אדער מיט 2 אדער מיט גארנישט.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

למעשה איז עס נישט דער רמב״ן׳ס א חידוש נאר די מקור איז אין גמרא (חולין נט.) תני דבי רבי ישמעאל ואת הגמל כי מעלה גרה הוא, שליט בעולמו יודע שאין לך דבר מעלה גרה וטמא אלא גמל, לפיכך פרט בו הכתוב הוא. ואת החזיר כי מפריס פרסה הוא, שליט בעולמו יודע שאין לך דבר שמפריס פרסה וטמא אלא חזיר, לפיכך פרט בו הכתוב הוא.

פון דעם וואס שטייט מעלה גרה הוא, אין אידיש: ער איז א מעלה גרה, ער און נישט קיין צווייטער, לערנט די גמרא ארויס אז נאר די זענען מיט איין סימן.

ס׳איז אבער דא א חילוק צווישן דברי הגמרא און דברי הרמב״ן ווייל לויט רבי ישמאעל לערנט מען דאס פון ״הוא״,
אבער לויטן רמב״ן אויך ווען ס׳שטייט נישט הוא וואלט איך דאס געוויסט פון די עצם זאך אז די תורה רעכנט זיי אויס.

אויב אזוי פארוואס דארף רבי ישמעאל לערנען פון הוא?
אלא על כרחך אז דאס וואס די תורה ברענגט די 4 חיות איז פאר א צווייטע סיבה, און דערפאר לערנט ער דאס פון הוא.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

נאר נראה לעניות דעתי
און כאן המקום צו מגלה דעת זיין אז אלעס וואס איך שרייב איז הנראה לדעתי און ווער ס׳וויל חולק זיין דבריו מקובלים וחלוקו חלוקה.

ווען די תורה זאגט אונז אז מ׳קען עסן יעדע חיה וואס האט די צוויי סימנים, ווייסן מיר נישט וועלכע חיה מעג מען עסן, ווייל איך ווייס נישט די הגדרה פון די צוויי סימנים וואס זיי זענען.

קומט די תורה און זאגט אונז: אך את זה לא תאכלו ממעלי הגרה וממפריסי הפרה את הגמל כי מעלה גרה הוא ופרסה איננו מפריס,
אויב אזוי ווייסן מיר אז די פיס פונעם קעמל איז נישט קיין מפריס פרסה, און אויך ווייסן מיר אז עפעס וואס דער גמל האט איז די מעלה גרה.

אבער ס׳איז נאכנישט גענוג ווייל ס׳איז דא אויף די וועלט הונדערטער מיני פיסלעך און ווי אזוי זאלן מיר וויסן וועלעכע איז יא גוט.
אזוי אויך ווייסן מיר נאכנישט קלאר וואס איז די מעלה גרה.

זאגט אונז די תורה: די פיס פונעם שפן דאס איז אויך נישט קיין מפריס פרסה, און ער האט אויך עפעס וואס איז נכלל אין מעלה גרה.
און אזוי אויך מיטן ארנבת איר פיס איז נישט קיין מפריס פרסה און זי האט עפעס וואס איז נכלל אין מעלה גרה.

למעשה ווייסן מיר יעצט דריי מינע פיס וואס הייסט נישט קיין מפריס פרסה און דריי חיות וואס מיר קענען פעסט שטעלן מיט זיי וואס הייסט יא מעלה גרה.

יעצט זאגט די תורה ואת החזיר כי מפריס פרסה הוא ושסע שסע פרסות והוא גרה לא יגר.

אויב אזוי ווען מיר גייען קוקן די פיר חיות קענען מיר וויסן אז די פיסל פונעם חזיר דאס איז מפריס פרסה, אבער די פיס פונעם גמל שפן וארנבת איז נישט (משמע אז סוואלט געווען א הו״א צו זאגן אז יא).
און די זעלבע מיט מעלה גרה, דאס וואס די דריי האבן און דער חזיר האט נישט דאס איז מעלה גרה.

און אנדערע ווערטער לאמיר נעמען צו דרך צחות: א נאז און אויגן איז זיכער נישט מעלה גרה ווייל דער חזיר האט אויך א נאז מיט אויגן. און אזוי אויך לענין דאס אז א פיס האט א קני איז זיכער נישט די כונה אויף מפריס פרסה ווייל די קעמל שפן און ארנבת האבן דאס אויך.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

בערעל ביסט האניג.. שרייב נאך. יש׳כ
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

יישר כח

ס׳איז קלאר אדער צו קורץ?
אויב ס׳איז צו קרוץ וועל איך אויסברייטערן וועלכע נקודה מ׳דארף
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

סימן א מפריס פרסה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

אויף מפריס פרסה שרייבט רש"י:
מפרסת. כתרגומו סדיקא: פרסה. פלאנט''ה בלע''ז [כף רגל]: ו
שסעת שסע. שמובדלת מלמעלה ומלמטה בשתי צפרנין כתרגומו ומטלפא טלפין, שיש שפרסותיו סדוקות מלמעלה ואינן שסועות ומבדלות לגמרי, שמלמטה מחברות:

רש״י טיישט מפריס מלשון פרס = צושניטן, פרסה איז טייטש א פיס טריט, און שוסעת שסע לייגט צו ס׳זאל זיין צושפאלטן ביז אונטן, ווייל סאיז דא חיות וואס האבן צוטיילט אבער נישט ביז אונטן.
און אזוי שרייבט אויך דער אברבנאל.

דער וואס האט די מין שפאלט איז טאקע דער קעמל וואס האט א שפאלט אבער אנדערש ווי ביי כשר׳ע חיות וואס ס׳איז גוט צושפאלטן איז ביים קעמל נאר אין פראנט פון אויבן.

גמל

גמל_1.JPG
גמל_1.JPG (95.12 KiB) געזען 1117 מאל


לאם ממשפחת הגמלים

llamahoof.jpg
llamahoof.jpg (62.54 KiB) געזען 1117 מאל


קוה
stock-photo-cow-hooves-on-white-background-150369752.jpg
stock-photo-cow-hooves-on-white-background-150369752.jpg (397.02 KiB) געזען 1117 מאל
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

פירוש אבן עזרא על מפריס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

דער אבן עזרא שרייבט א אנדער פשט:
מפרסת. שם התואר וכן מקרין מפריס, והטעם כל שהוא מתוארת שהיא בעלת פרסה:
ושוסעת שסע. שם התואר, והטעם שפרסותיה שסועות.

ער טיישט מפריס מלשון פרסה,
אזוי ווי ווען מ׳וויל זאגן איינער גייט א מלבוש זאגט מען לובש מלבוש, און ווען איינער טראג א שיך זאגט מען נועל מנעל, אזוי ווען מ׳וויל זאגן אז א בהמה האט א פרסה זאגט מען מפריס פרסה.
און לויט דעם מפריס פרסה איז כולל אלע חיות וואס האבן א פרסה ביים פיס, לאפוקי א כלב דוב וחתול מייז און שרצים וואס טרעטן אויפן כף הרגל.

נאר די תורה לייגט צו ושוסעת שסע, ס׳דארף זיין א געשפאלטענע פרסה.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

למה פירש רש״י פרסה מלשון פרס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

און טאקע אויפן פסוק אין תהלים ותיטב לה' משור פר מקרין מפריס (סט לב), טייטשן אלע מפרשים מפריס מלשון פרסה.

לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס רש״י טייטש נישט דא מפריס מלשון פרס.
ביותר אז ס׳שטייט דא אין פסוק דריי ווערטער פונעם שורש פ.ר.ס. (מפריס, פרסה, פרסות), און ביי פרסה און פרסות טיישן אלע מפרשים אז ס'איז די שיכל פונעם בהמה, אויב אזוי פארוואס ביי מפריס זענען זיי מפרש מלשון פרס צושניטן?
(יעצט שרייבנדיג ווערט מיר נאך שווערער די קשיא, ווייל אויב געדענק איך גוט פרס איז אראמיש און נישט לשון קודש)
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

קען זיין אז רש״י און די אלע וואס גייען אין זיין וועג איז שווער געווען וואס די תורה זאגט אויף א גמל שפן וארנבת אז מ׳טאר זיי נישט עסן ווייל:
אֶת הַגָּמָל כִּי מַעֲלֵה גֵרָה הוּא וּפַרְסָה אֵינֶנּוּ מַפְרִיס
וְאֶת הַשָּׁפָן כִּי מַעֲלֵה גֵרָה הוּא וּפַרְסָה לֹא יַפְרִיס
וְאֶת הָאַרְנֶבֶת כִּי מַעֲלַת גֵּרָה הִוא וּפַרְסָה לֹא הִפְרִיסָה
שטייט דא אז זיי זענען טמא ווייל זיי זענען נישט מפריס פרסה. און אויב מפריס פרסה איז טייטש ווער ס׳האט א שיכל אויב אזוי איז די סיבת הטומאה נישט ווייל מ'איז נישט מפריס פרסה, ווייל ס׳איז דא געוויסע חיות וואס האבן א פרסה און זיי זענען נאכאלטס טמא, למשל א סוס וחמור זיי האבן א פרסה אבער זיי זענען טמא ווייל ס׳איז נישט צושפאלטן.
אויב אזוי וואלט די תורה געדארפט זאגן אז די דריי חיות זענען טמא ווייל זיי זענען נישט שוסעת שסע און נישט ווייל זיי זענען נישט מפריס פרסה.

סוס
Horse-Hoof-Horn-Capsule-3D.jpg
Horse-Hoof-Horn-Capsule-3D.jpg (68.79 KiB) געזען 1094 מאל


אויף די גמל קען מען נאך ענטפערן אז אויב וואלט ער געהאט א פרסה וואלט ער געווען טהור ווייל ער האט דאך א שסע. אבער שפן וארנבת קען מען דאס נישט ענטפערן ווייל זיי גייען אויפן כף הרגל. און דאס וואס זיי האבן פינגערס איז שווער צו זאגן אז דאס מיינט א שסיעה.

שפן
hyrax5.jpg
hyrax5.jpg (62.48 KiB) געזען 1094 מאל


ארנבת
2-27-snowshoe-hare-back-foot-0111.jpg
2-27-snowshoe-hare-back-foot-0111.jpg (104.02 KiB) געזען 1094 מאל


דערפאר טייטש רש״י אז מפריס איז צושפאלטן און יעצט שטומט וואס די תורה זאגט אז די דריי זענען טמא ווייל זיי זענען נישט מפריס פרסה, ווייל זיי האבן נישט קיין צושפאלטענע פרסה.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

ס'איז אבער זייער שווער רש״יס פשט, פון המשך הפסוקים.

שפעטער שרייבט די תורה דיני טומאת נבילה און דארט שטייט:
לְכָל הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר הִוא מַפְרֶסֶת פַּרְסָה וְשֶׁסַע אֵינֶנָּה שֹׁסַעַת וְגֵרָה אֵינֶנָּה מַעֲלָה
און רש״י שרייבט: כגון גמל שפרסתו סדוקה למעלה אבל למטה היא מחוברת.

רש״י שרייבט דא אז א קעמל איז א מפריס פרסה אבער נישט קיין שוסעת שסע.
אבער ביי אונז שרייבט דאך די תורה קלאר אויפן גמל פרסה איננו מפריס. און אויב אזוי פרסה אליין מיינט שוין אז ס'איז צושפאלטן ביז אונטן, ווייל דער גמל וואס איז נישט צושפאלטן ביז אונטן איז די תורה מעיד אז ער איז נישט קיין מפריס פרסה.

נאך איז שווער אז אויב ווען די תורה שרייבט בהמה אשר הוא מפרסת פרסה ושסע אינה שוסעת איז דאס א גמל, אויב אזוי שטייט צוויי מאל טומאת נבילה פון גמל.
ווייל נאך וואס די תורה געבט די סימני הכשרות פירט די תורה אויס מִבְּשָׂרָם לֹא תֹאכֵלוּ וּבְנִבְלָתָם לֹא תִגָּעוּ טְמֵאִים הֵם לָכֶם. שטייט דאך שוין איינמאל אז נבלת גמל איז מטמא, איז פארוואס דארף די תרוה שרייבן נאכמאל לְכָל הַבְּהֵמָה אֲשֶׁר הִוא מַפְרֶסֶת פַּרְסָה וְשֶׁסַע אֵינֶנָּה שֹׁסַעַת וְגֵרָה אֵינֶנָּה מַעֲלָה.

אזוי נאך עטליכע שטארקע קשיות אויף רש״יס פשט פון די פסוקים.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

אבער לויטן אבן עזרא שטומט אלעס
ווייל די גמל שפן וארנבת זענען טמא ווייל זיי האבן נישט קיין פרסה
און נאכדעם שטייט אז זייער נבילה איז מטמא.

נאכדעם קומט די תורה לערנען דיני נבילה פון אנדערע חיות,
לאלה תטמאו כל הנוגע בנבלתם כל הבהמה אשר הוא מפרסת פרסה ושסע אינה שוסעת,
ווער ס'האט א פרסה אבער נישט געשפאלטן דהיינו א סוס וחמור ודומיהן.
און אזוי ווייטער כל הולך על כפיו די וואס האבן נישט קיין פרסה בכלל.

אבער לויט רש״י שטייט נישט טומאת נבילה אויף חמור וסוס.

קען אבער זיין אז לויט רש״י זענען זיי נכלל אין הולכי כפים, אבער רש״י דארט שרייבט כלב דוב וחתול און דערמאנט נישט קיין סוס.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

די אמת איז אבער אז יעדע חי׳ האט עפעס אויפן פיס וואס מ׳קען זאגן אז דאס איז א פרסה ווייל די כלב וחתול האבן אויך הארטע הויט פון אונטן און אפשר מיינט דאס אויך פרסה.
דערפאר זאגט די תורה קוק ביי א גמל שפן ארנבת וחזיר, דאס וואס א חזיר האט און די דריי האבן נישט דאס איז א פרסה

און די זעלבע מיטן מעלה גרה, אויב וועלן מיר קוקן אין די גמל שפן וארנבת און טרעפן וואס האבן זיי וואס דער חזיר האט נישט וועלן מיר וויסן וואס מיינט מעלה גרה.

נאר דא דארף מען מדייק זיין די שינוי הלשון:
גמל: פרסה איננו מפריס - לשון הוה,
שפן: פרסה לא יפריס - לשון הוה-עתיד,
ארנבת: ופרסה לא הפריסה - בלשון עבר.

ושינוי הלשון אומר דרשני, כי בודאי לא נשתנה לחינם.
לעצט פארראכטן דורך בערל האניג אום דינסטאג פעברואר 25, 2020 9:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

ביטע מסביר'ן לויט דיין מהלך
וויזוי איז פארענטפערט די וועלטס קשיא, דער שפן וארנבת וואס מיר קענען איז נישט מעלה גרה..
שכוח
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
בערל האניג
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2020 8:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל האניג »

ס'איז א לענגערע תירוץ און דאס מוז מען בויען סטעפ ביי סטעפ.
איך וועל ארויף לייגן צוביסלעך ביז איך וועל אנקומען צום תירוץ.

איך ווייס אז די קשיא איז א באמבע וועלטס קשיא, עד כדי שרבים חללים הפילה, און דערפאר האב איך אנגעהויבן די אשכול אז איך האב א "ביאור נפלא".
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”