קאמענטארן אויף 'געדענק דעם תנא/אמורא!'

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

קאמענטארן אויף 'געדענק דעם תנא/אמורא!'

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:26 pm

אויפן ראט פון טייערע חברים אין אישי, עפען איך דעם אשכול צו אויסשמועסן די ענינים פון געדענק דעם תנא! און געדענק דעם אמורא! דאס ווערט געטוהן כדי יענע אשכולות זאלן בלייבן ריין און גרינג צו קוקן.

בעזהש"י מיט דיבוק חברים, האפן מיר צו פארעכטן און אויסברייטערן די תגובות דארטן.

לאמיר שמועסן!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:58 pm

להודיע האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:ער איז געווען אן איבערגעגעבענע מלמד וואס האט זיך דורכגערעדט מיט רב ווי אזוי צו פירן זיין קלאס. עס איז געבליבן פארשידענע מימרות וואס רב האט אים געזאגט, ווי למשל צו זעצן א שוואכן יונגל נעבן א שטארקע, און נישט לייגן די שוואכע צוזאמען. (ב"ב כא.)

וויבאלד זיין טאטע איז געווען א גר, ווערט ער גערופן אויף די נאמען פון זיין מאמע, שילת (ספר יוחסין)

שילת איז ר"ת שיויתי השם לנגדי תמיד, וויבאלד ער איז געווען דבוק באלוקיו אפי' בשעת'ן לערנען מיט די קינדער (ליבאוויטשע רבי זצ"ל/שליט"א)


די גמרא אין כתובות דף ס"ב לייגט אראפ אז רבי שמואל בן שילת האט געהאט זייער א באקוועמע לעבן, זייענדיג א פריוואטער מלמד האט ער נישט געדארפט וואנדערן אין דער פרעמד און האט געהאט שיין און גרינג פרנסה, און האט אויך נישט געדארפט צאלן קיין שטייער ווייל ער האט נישט געארבעט אויף די ביכער. "כגון רב שמואל בר שילת, דאכיל מדידיה ושתי מדידיה, וגני בטולא דאפדניה, ולא חליף פריסתקא דמלכא אבביה".

פון די אנדערע זייט זעהמיר אין בבא בתרא דף ח' אז רבי שמואל בן שילת האט דרייצן יאר זיך קיינמאל נישט אפגערועט אונטער א בוים, נאר איז געווען פארנומען מיט זיין עבודת הקודש צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער, און אפילו איינמאל וואס רב האט אים געכאפט זיצן אונטער א בוים האט ער אויך דעמאלט געטראכט וועגן די חינוך פון די קינדער.


די גמרא אין ב"ב האב איך נישט געקענט געהעריג ארויסקריכן, איז דאס געווען בשעת די צייט וואס ער האט געדארפט לערנען מיט קינדער אדער אין די פרייע צייט? זענען די קינדער געווען מיט אים? אדרבא, העלף מיר ארויס.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 4:00 pm

דרך אגב, א גרויסע שכח, פון אזעלכע שמועסן, יגדיל תורה ויאדיר.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 4:05 pm

באקומען אין אישי

לערנענדיג מיט מיין זון די גמרא אין ראש השנה אז רבה איז נפטר געווארן ביי די 40 יאר. זאגט מיר מיין זוהן אז אויב אזוי זעהט מען א געוואלדיגע זאך, אויב ער איז אוועק ביי די 40 נאך'ן זיין ראש ישיבה פאר 22 יאר, קומט אויס אז ביי די 18 יאר איז ער שון געווען א עוקר הרים און ער איז נתמנה געווארן אלץ ראש הישיבה.


אין ספר תולדות תנאים ואמוראים פון הרב היימאן, עוועיליבעל אויף היברא באקס, ברענגט ער גאנץ שטארקע ראיות אז עס איז טעות סופר, און בעצם האט ער געלעבט זעכציג יאר, וואס איז אויך ווייניגער ווי געווענליך צוליב די קללה פון עלי'ס משפחה. וועגן דעם האב איך גארנישט דערמאנט. איך זיך נישט צו מכריע זיין. אבער אסאך ברענגען טאקע אז ער איז געווארן ר"י ביי די אכצן.

אין א סייד נאוט. עס וועלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן לגבי רב יוסף, ראש ישיבה איז ער געווען נישט מער ווי די לעצטע 2 יאר. מיר ווייסן דאך אז רב יוסף חלה ושכח תלמודו, קומט אויס אז מ'האט ממנה געווען רב יוסף אלץ ראש ישיבה זייענדיג בלינד און נאך'ן פארגעסן דאס לערנען?


אינטערסאנט טאקע, נישט געטראכט דערפון.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 5:42 pm

נאך איינס פון אישי

קעפל: געדענק דעם אמורא!

היימישער הייקער האט געשריבן:ער איז געווען אן איבערגעגעבענע מלמד וואס האט זיך דורכגערעדט מיט רב ווי אזוי צו פירן זיין קלאס. עס איז געבליבן פארשידענע מימרות וואס רב האט אים געזאגט, ווי למשל צו זעצן א שוואכן יונגל נעבן א שטארקע, און נישט לייגן די שוואכע צוזאמען. (ב"ב כא.)

וויבאלד זיין טאטע איז געווען א גר, ווערט ער גערופן אויף די נאמען פון זיין מאמע, שילת (ספר יוחסין)

שילת איז ר"ת שיויתי השם לנגדי תמיד, וויבאלד ער איז געווען דבוק באלוקיו אפי' בשעת'ן לערנען מיט די קינדער (ליבאוויטשע רבי זצ"ל/שליט"א)

איך האב נישט ארויס קלאר וואס דו ברענגסט יא און וואס נישט.

בני בניו של המן למדו תורה בבני ברק, ומנו רב שמואל בר שילת.


איך האב עס קודם נישט געשריבן, ווייל ביי אונז אין די גמרא שטייט נישט קיין נאמען (סנהדרין צו:) נאר די עין יעקב האט די גירסא 'ומנו, רב שמואל בר שילת' למעשה קוקט אויס אז די עין יעקב'ס גירסא איז טאקע די ריכטיגע, עמיר עס טאקע פארעכטן לכבודך.

מצדיקי הרבים ככוכבים לעולם ועד אלו מלמדי תינוקות כגון מאן אמר רב כגון רב שמואל בר שילת דרב אשכחיה לרב שמואל בר שילת דהוה קאי בגינתא א"ל שבקתיה להימנותך אמר ליה הא תליסר שנין דלא חזיא לי והשתא נמי דעתאי עלויהו (בבא בתרא ח:)


האב איך שוין געענפערט פריער, אז איך ווייס נישט פשט אין די גמרא, אדרבא העלף מיר ארויס.

דו האטס א פלאן ווי אזוי מ'זאל צולייגן צו דיינע תגובות. איך וויל נישט מגיב זיין אין דעם אשכול זעלבסט, עס וועט מאכן א גאנצע צימישעניש.

אפשר וואלט געווען כדאי צו עפענען נאך א אשכול פאר קאמענטארן, א שטייגער ווי קנקן האט. אדער לייג ארויס איין תנא\אמורא א טאג און לאז די עולם מגיב זיין און פארברייטערן.

יישר כח פאר דיין הערליכע ארבייט.


איך האב דיך טאקע געפאלגט!

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 6:14 pm

יישר כח קען מען אויך דא זאגן איא?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 7:18 pm

אודאי! אפי' יישר אויך!

בערמאן
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 6:38 am

תגובהדורך בערמאן » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 8:49 pm

איך האב גטראפן א מיימרא פון זיין זוהן.
משנכנס אב ממעטין ' בשמחה " (תענית, פ"ד, משנה ו), מכאן"אמר רב יהודה בריה דרב שמואל בר שילת משמיה דרב:כשם שמשנכנס אב ממעטין בשמחה,כך משנכנס אדר מרבין בשמחה.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:10 pm

שיין! מערק אן אינטערסאנטע זאך, ער זאגט אייביג 'משמיה דרב' אנשטאט אמר רב. דאס מאכט די חוקרים דן זיין צו ער האט למעשה געזעהן רב, אדער ער האט נאר נאכגעהערט מימרות פון אים.

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:41 pm

מיין קאמענטאר:

איך באלעק מיר די פינגערס! יישר כח.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:47 pm

ב"ה!

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 10:58 pm

באקומען אין אישי

איך פארשטיי נישט ווי אזוי מ'קען זאגן אז רבה האט בעצם געלעבט ביז די 60, די גמרא זאגט דאך דארט אין ר"ה קלאר אז עס האט עם געפעלט די זכות פון גמ"ח האט ער נישט געלעבט ווי אביי ביז די 60


דא האט איר בייגעלייגט די שטיקל פון הרב היימאן'ס ספר.
צוגעלייגטע
Annotation 2019-12-30 225343.png
Annotation 2019-12-30 225343.png (213.68 KiB) געזעהן 1429 מאל

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 8:02 am

היימישער הייקער האט געשריבן:
אין א סייד נאוט. עס וועלט מיר געווען אינטערסאנט צו וויסן לגבי רב יוסף, ראש ישיבה איז ער געווען נישט מער ווי די לעצטע 2 יאר. מיר ווייסן דאך אז רב יוסף חלה ושכח תלמודו, קומט אויס אז מ'האט ממנה געווען רב יוסף אלץ ראש ישיבה זייענדיג בלינד און נאך'ן פארגעסן דאס לערנען?


אינטערסאנט טאקע, נישט געטראכט דערפון.


ווער זאגט אז רב יוסף חלה איז געווען בעפאר מען האט אים ממנה געווען?
א שטיקל ראי' אז נישט, ווייל בעפאר מען האט ממנה געווען רבה האט מען דאך געשיקט פון ארץ ישראל אויף רב יוסף אז סיני עדיף, און בשעת רבה איז געווען ראש ישיבה איז רב יוסף אפילו אומנא לביתי' לא קרא, וואס איז דא וואס טייטשן אז ער איז קיינמאל נישט געווארן קראנק. מוז עס זיין נאך פטירת רבה, און מסתמא נאך וואס רב יוסף איז נתמנה געווארן.

לויט ווי ווייניג מאל עס ווערט דערמאנט אז מען האט אים געדארפט פארבעסערן, קעגן וויפיל טויזנטע מאל מימרות פון רב יוסף ווערן נאכגעברענגט, קוקט אויס אז עס איז נישט געווען קיין לאנגע תקופה. אויב איז עס נישט געווען סוף ימיו, אפשר איז זיין זכרון צוריקגעקומען צו אים נאך א וויילע.

און בכלל, חלה ושכח תלמודו מיינט נישט חלילה אז ער האט אלעס פארגעסן. מען זעט יעדעס מאל וואו עס שטייט אז ער האט מפלפל געווען אין די סוגיות, נאר פארגעסן געוויסע פרטים, און קעגן רב יוסף סיני האט עס געהייסן פארגעסן. קען זיין ער איז נאך אפילו אזוי געווען דער גרעסטער אין בקיאות.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 9:25 am

שטימט. שכח.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 4:08 pm

ר' נחוניא בן הקנה. בל"נ וועלעך ציטירן דא אלעס וועט ווערט ארויפגעלייגט ביי די @געדענק אשכולות, כדי צו ארויסהעלן די שמועס דערוועגן.

היימישער הייקער האט געשריבן:ער האט זיך נאך געדרייט ביי ר' יוחנן בן זכאי (ב״ב י:) און ער האט זייער לאנג געלעבט. ער האט עס אנגעהאנגן אין דעם וואס ער האט זיך געפירט צוגעלאזן (מגילה כח.). ער פלעגט מתפלל זיין פארן אריינגיין אין ביהמ"ד ער זאל נישט געשטרויכעלט ווערן אין הלכה, און געדאנקט דעם אויבירשטן ביים ארויסגיין, אז ער איז זוכה צו זיצן און לערנען (משניות ברכות פ״ב מ״ב).
נאר איין הלכה איז געבליבן פון אים, וואס ווערט געברענגט פילע מאל אין ש"ס 'שהיה עושה את יום הבפורים כשבת לתשלומין' (מגילה ז:, פסחים כח., ועוד). אפילו די הלכה קוקט אויך נישט אויס ווי א געווענליכע מימרא, נאר א מעשה רב ווי אזוי ער פלעגט פסק'נען. ר' ישמעאל פלעג

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 4:35 pm

יאך ווייס אז יעדער מיינט אז איך קען גאנץ ש"ס, אבער צו מזכה זיין את הרבים, וועלעך מודה זיין. א גרויס טייל פון מיין אינפראמאציע נעמעך פון די דריי מורא'דיגע בענדער פון הרב היימאן, עוועילעבל דא אומזיסט.

חלק א' https://hebrewbooks.org/43956
ב' https://hebrewbooks.org/43957
ג' https://hebrewbooks.org/43958

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 4:54 pm

זיין רבי דער בעל מח״ס דורות הראשונים איז דער ערשטער אויפצוקומען מיט דעם אז רבה האט געלעבט מער פון 40 יאר, און משבש זיין אלע גירסאות התלמיד.

זיינע ראיות זענען גאנץ שטארקע, פון אגרת רב שרירא גאון און נאך, אבער משבש זיין אלע ספרים איז עפעס וואס קיינער וויל נישט.

יקר מציאות
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm

תגובהדורך יקר מציאות » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 6:26 pm

אברהם בן ארי' האט געשריבן:מיין קאמענטאר:

איך באלעק מיר די פינגערס! יישר כח.

גא״מ

סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:21 am

תגובהדורך סדר הדורות » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 6:31 pm

קיסריה האט געשריבן:זיין רבי דער בעל מח״ס דורות הראשונים איז דער ערשטער אויפצוקומען מיט דעם אז רבה האט געלעבט מער פון 40 יאר, און משבש זיין אלע גירסאות התלמיד.

זיינע ראיות זענען גאנץ שטארקע, פון אגרת רב שרירא גאון און נאך, אבער משבש זיין אלע ספרים איז עפעס וואס קיינער וויל נישט.

דער דורות הראשונים איז א פלא. פון איין זייט איז ער זייער געוואגט ווען עס קומט משבש צו זיין אונזער גירסא על פי הנחותיו. דער ביישפיל פון 'רבה' איז א גוטע דוגמא. אזוי אויך בענין 'שנת תק"ל' לשטרות בנוגע ירידת רב לבבל. און נאך אנדערע פלעצער.

פון דער אנדערער זייט, האט ער בשיטה נישט גענוצט דעם דקדוקי סופרים, און אפטמאל האט ער דורכדעם געבויעט בנינים אויף גרייזיגע גירסאות און איינגעפלאנצט אילנות שענפיהם מרובים ושרשיהם מועטים והרוח באה ועוקרתם...
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 8:30 pm

סדר הדורות האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:



קעגן ענק בינעך אן אמעארעץ מדאוריתא ומדרבנן. דקדוקי סופרים, ווי איך פארשטיי, איז פשוט פארגליכן אונזער גמרא צו די כתבי ידות, וואסערע 'שיטה' האט ער געקענט האבן קעגן דעם?

סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:21 am

תגובהדורך סדר הדורות » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 8:50 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:דקדוקי סופרים, ווי איך פארשטיי, איז פשוט פארגליכן אונזער גמרא צו די כתבי ידות, וואסערע 'שיטה' האט ער געקענט האבן קעגן דעם?

טייל מחברים האבן פאר געוויסע סיבות (השקפה אדער עפעס אנדערש) זיך נישט געוואלט פאטשקען מיט כת"י און שינויי נוסחאות.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 10:12 pm

הערעך, עס איז טאקע באקאנט אז די חזו"א האט נישט געוואלט טוישן הלכה זאכן באזירט אויף פרישע כתבי ידות, ריכטיג?

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 10:29 pm

סדר הדורות האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:זיין רבי דער בעל מח״ס דורות הראשונים איז דער ערשטער אויפצוקומען מיט דעם אז רבה האט געלעבט מער פון 40 יאר, און משבש זיין אלע גירסאות התלמיד.

זיינע ראיות זענען גאנץ שטארקע, פון אגרת רב שרירא גאון און נאך, אבער משבש זיין אלע ספרים איז עפעס וואס קיינער וויל נישט.

דער דורות הראשונים איז א פלא. פון איין זייט איז ער זייער געוואגט ווען עס קומט משבש צו זיין אונזער גירסא על פי הנחותיו. דער ביישפיל פון 'רבה' איז א גוטע דוגמא. אזוי אויך בענין 'שנת תק"ל' לשטרות בנוגע ירידת רב לבבל. און נאך אנדערע פלעצער.

פון דער אנדערער זייט, האט ער בשיטה נישט גענוצט דעם דקדוקי סופרים, און אפטמאל האט ער דורכדעם געבויעט בנינים אויף גרייזיגע גירסאות און איינגעפלאנצט אילנות שענפיהם מרובים ושרשיהם מועטים והרוח באה ועוקרתם...


ר׳ יצחק אייזיק הלוי (דורות הראשונים) איז א מלאך המושיע אינעם פעלד פון היסטאריע בימי חז״ל, אנגעהויבן פון זמן בית מקדש און די דורות אראפ.

ער גיט מכות מרדות פאר צונץ, גרעטץ, אייזיק הירש ווייס (דור דור ודורשיו) זכריה פראנקל, ראפאפארט, שד״ל - עד זוב דם. - אבער נישט תמיד גייט ער מיט מסורה.

ער איז שרעקליך אייפערדיג און אלעס בדרך פולמוס ואנגריא.

אין בדומה לו.

סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:21 am

תגובהדורך סדר הדורות » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 10:50 pm

קיסריה האט געשריבן:ר׳ יצחק אייזיק הלוי (דורות הראשונים) איז א מלאך המושיע אינעם פעלד פון היסטאריע בימי חז״ל, אנגעהויבן פון זמן בית מקדש און די דורות אראפ.

ער גיט מכות מרדות פאר צונץ, גרעטץ, אייזיק הירש ווייס (דור דור ודורשיו) זכריה פראנקל, ראפאפארט, שד״ל - עד זוב דם. - אבער נישט תמיד גייט ער מיט מסורה.

ער איז שרעקליך אייפערדיג און אלעס בדרך פולמוס ואנגריא.

אין בדומה לו.

ביסט 101% גערעכט. דא איז נאר די נושא וויאזוי ער האט באהאנדלט גירסאות און שינו"ס. די מציאות ווייזט, אז דורכדעם וואס ער האט נישט גורס געווען דעם דק"ס, האט ער צומאל נישט צוגעטראפן צום נקודת האמת.

פאלגנד איז איין דוגמא פון מערערע וואס איך האב פארצייכנט:

אין ברכות כד ע"א ווערט געברענגט: "אמר ליה רב כהנא לרב אשי: התם אמר רבא אף על גב דתיובתא דשמואל הלכתא כוותיה דשמואל, הכא מאי?" רב כהנא פרעגט א שאלה פון רב אשי, כתלמיד אל רבו. אבער ווי מיר ווייסן איז רב כהנא (האחרון) געווען דער רבי פון רב אשי!

טוט אויף דער דורות הראשונים חלק ב עמ' 518 הערה קמד, אז עס איז געווען נאך א רב כהנא, א חבר פון רב אשי!

רז"ו ראבינאוויץ אין ספר שערי תורת בבל עמ' 471 ווענדט עס אבער אפ: "עיין דקדוקי סופרים שם שבכת"י פריז ופסקי רי"ד [ויש להוסיף: אור זרוע] הנוסח 'אמר ליה רב כהנא לרב פפא', וכן עיקר, שאי אפשר שרב כהנא ישאל ספקו מרב אשי תלמידו. ועיין דורות הראשונים (חלק ב עמ' 518 הערה קמד), שכתב לפי נוסח שלנו בברכות, שזה רב כהנא מאוחר לגמרי, בן דור ר' אשי. כי הרב בעל דורות הראשונים לא השתמש בכל ספרו הגדול בנוסחאות מן דקדוקי סופרים, אשר בלעדיו לא ירים איש את ידו לכתוב על אודות התנאים והאמוראים, כי ספרי הדפוס נשתבשו הרבה מאד כנודע", עיין עוד שם.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג ינואר 03, 2020 8:10 am

וואו, זייער אינטערסאנטע ידיעות.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט