געדענק דעם תנא!

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

געדענק דעם תנא!

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:43 pm

געדענקסט אפשר ווער עס אסר'ט און ווער עס איז מתיר אין די משנה, איז עס ר' יהודה אדער ר' יוסי? געדענקסט נישט? און פארוואס טאקע נישט?

להבדיל אא"ה, האסטו אפשר אויך פארגעסען ווער עס וויל בויען די וואנט, טראמפ צו פעלאוסי? דאכצעך אז דאס האסטו נישט פארגעסן. ווייל זיי קענסטו! די ציל פון די אשכול איז דיר צו באקענען מיט די תנאים צו מקיים זיין כאילו בעל השמועה עומד כנגדו.

זעה אויך געדענק דעם אמורא!


דיסקלעימער: די אלע אויסדריקן וואס איך ניץ אויף די הייליגע שרפים, איז נישט חלילה באופן פון אמת'דיג וויסן ווער זיי זענען, עס איז נאר לשבר את האוזן, און ארויסהעלפן די זכרון. כמעט בבחינת נחשון בן עמינדב האט געהאט א לאנגע בארד און גדי בן סוסי א קמץ בערדעלע.
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:21 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

ר' חנינא סתם - ר' חנינא בר חמא – דער רייכער, פארברענטע חסיד פון רבינו הקדוש.

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:44 pm

ער איז געווען א תלמיד פון רבי, אבער נישט סתם א תלמיד, ער האט געדארשט נאך יעדע ווארט זיינע. ער האט מעיד געווען אויף זיך, אז יעדע הלכה וואס ער האט גאפסק'נט, האט ער געהערט פון רבי להלכה ווי די האר פון זיין קאפ, און למעשה כאטשיג דריי מאל (ירושלמי. ער האט געהאט שיין פרנסה פון האנדלען מיט האניג, און האט געלאזט אויפבויען א ישיבה פון זיין אייגינע טאש. ער איז געווען דארט ראש ישיבה.

רבי האט געוואלט ער זאל איבערנעמען די רביסטעווע, כאטש ער האט געהאט צוויי קינדער וואס זענען געווען ראי לאותו איצטלא. בלשון קדשו: "שמעון בני - חכם. גמליאל בני - נשיא. חנינא בר חמא ישב בראש." למעשה האט ער נישט געוואלט איבערנעמען צום סוף, ווייל ר' אפס איז געווען עלטער פון אים, און ער האט מורא געהאט אז עס וועט אים גורם זיין חלישות הדעת.

רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים 'לית דין בר נש' נאר א מלאך. דאס איז געווען ווען רבי האט זיך געטראפן מיט אנטינוס, און דער יעניגער האט זיך געהאט אויסגענומען אז קיין שום מענטש זאל זיך נישט געפונען ביי די מיטינגס. איין מאל איז ר' חנינא דארט געווען, האט אנטינטוס געהאט טענות. האט רבי געזאגט, אונז האמיר אפגעמאכט אז קיין שום מענטש וועט זיך נישט געפונען, דער איז נישט קיין מענטש.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

ר' יהודה סתם - ר' יהודה בר אלעאי – דער בלוטיגער ארעמאן וואס איז יעדעם דן לכף זכות

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:44 pm

איינע פין די פינעף גרויסע תלמידים פון ר' עקיבא וואס האבן געפירט דעם דור.
ער איז געווען א בליטיגער ארימאן, אזוי ווייט אז ער מיט זיין ווייב האבן געהאט איין מלביש צו גיין אין גאס, און זיי האבן זיך איינגעטיילט ווען ארויסצוגיין.

ער האט זיך זייער אראפגעלאזט. ער פלעגט אליין טראגן זיין קריגעל טרינקען און ביהמ"ד, און פלעגט זאגן לעולם תהא דעתו של האדם מעורבת עם הבריות. אויך פלעגט ער בכבודו ובעצמו טאנצן מיט א הדס צו משמח זיין חתן כלה.

ביי די באקאנטע מעשה ווי די גדולי הדור האבן דיסקאסירט די רומיים, און ר' שמעון האט געזאגט אז זיי טוהן אלעס פאר זיך, און דערנאך געדארפט אנטלויפן אין מערה, האט ר' יהודה יא מלמד זכות געווען אויף זיי, און געזאגט אז סוף כל סוף בויען זיין אינפעסטראקטשע אין א"י וואס דערוילעם ניצט אין גרויסן און האט הנאה דערפון. די רומיים האבן אים דאן געשטעלט אלס 'רב מטעם' און ער איז געווארן די לעגאלע ראש המדברים. (א ברכה אויף אזא רב מטעם!)

ווען די גמרא ברענגט 'מעשה בחסיד אחד' מיינט עס אדער אים, אדער ר' יהודה בן בבא.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

סתם ר' יוסי - ר' יוסי בן חלפתא – דער געמאכטער תמים מיט אן איידעלעם שפראך

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:44 pm

אויך איינע פון די פינעף גרויסע תלמידים פון ר' עקיבא (יבמות ס"ג:)

ביי די אויבן דערמאנטע מעשה, האט ר' יוסי געשוויגן און גארנישט געזאגט. (שבת ל"ג)

ער איז געווען אן איידעלע, שטילע, איש תם 'אומקאמפלעצירט.' ער האט מעיד געווען אויף זיך אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט א זאך, וואס ער זאל דארפן זיך ארומדרייען זען צו עס האט געהערט איינער וואס דארף נישט. אין אנדערע ווערטער, וואס ער האט געזאגט, האט ער געקענט באשטיין אז יעדער זאל עס הערן.

ער האט קיינמאל נישט גערופן זיין ווייב: מיין ווייב, נאר מיין שטוב,.נישט מיין אקס, נאר מיין פעלד. ער האט גענוצט אן איידעל לשון. זיין דאך פון זיין הויז האבן קיינמאל נישט געזעהן די אינעווייניגסטע זייט פון זיין קלייד. ער האט זיך אויסגעטוהן זייער בצניעות.

ער האט זיך מצער געווען אויף די פילע מחלוקות אין הלכה (סנהדרין פ"ח), און זיך אויסגעדריקט, 'איך ווייס ביי מיר אז איך בין נישט קיין כהן, אבער אויב מיינע חברים וועלן מיר זאגן צו גיין דוכנ'ן, וועל איך זיי פאלגן.'

ער פלעגט זיך אויסדריקן אויף פארשידענע גוטע הנהגות, 'הלואי זאל מיין חלק זיין ציווישען די וואס טוהן דאס' (שבת קי"ח)
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום מאנטאג דעצמבער 30, 2019 8:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

רבי יצחק – פון די פיאנירן פון דעם נייען יישוב נהר פקוד, בבל

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 12:47 pm

ער ווערט נישט דערמאנט און קיין משנה, אבער ווערט אסאך געברענגט אין ברייתות. ער איז דער בעל מימרא פון 'הפקר בי"ד הפקר.' עס קוקט אויס ווי ער האט געהאלפן אנוויקלען די פרישע אידישער יישוב אין נהר פקוד צוזאמען מיט ר' נתן.
די פאלגענדע מעשה איז די איינציגסע וואס מען טרעפט אין חז"ל איבער אים. בשעת וואס די רומיים האבן אינטערדריקט די רעוואלט פון בר כוכבא האט די סנהדרין אין א"י אויפגעהערט צו פינקציאנירן. ר' חנניה, א נפיו פון די תנא ר' יהושע איז געגאנגן קיין נהר פקוד, ווי אידן האבן שוין דארט געוואוינט, און ער האט דארט אוועקגעשטעלט א סנהדרין וואס האט מעבר געווען די יארן דארטן. ווען די צרות האבן זיך בארואיגט, און די חכמים האבן אוועקגעשטעלט צוריק די סנהדרין אין אושא, האבן זיי געוואלט זיכער מאכן אז חנניה וועט צוריקגעבן די כח פאר זיי, די חכמי אושא. האבן זיי געשיקט בריוו צו ר' נתן און ר' יצחק, די צוויי גדולים פון דעם שטאט, און זיי האבן עס ערלעדיגט ביי חנני'.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:29 pm

איך האב באקומען אסאך קאמענטערן אויף אישיי, לאמיר עס אויסשמועסן דא! איך ווארט צו הערן פון אייך.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

ר' נחוניא בן הקנה – דער צוגעלאזענער זקן

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג ינואר 02, 2020 4:05 pm

ער האט זיך נאך געדרייט ביי ר' יוחנן בן זכאי (ב״ב י:) און ער האט זייער לאנג געלעבט. ער האט עס אנגעהאנגן אין דעם וואס ער האט זיך געפירט צוגעלאזן (מגילה כח.). ער פלעגט מתפלל זיין פארן אריינגיין אין ביהמ"ד ער זאל נישט געשטרויכעלט ווערן אין הלכה, און געדאנקט דעם אויבירשטן ביים ארויסגיין, אז ער איז זוכה צו זיצן און לערנען (משניות ברכות פ״ב מ״ב).
נאר איין הלכה איז געבליבן פון אים, וואס ווערט געברענגט פילע מאל אין ש"ס 'שהיה עושה את יום הבפורים כשבת לתשלומין' (מגילה ז:, פסחים כח., ועוד). אפילו די הלכה קוקט אויך נישט אויס ווי א געווענליכע מימרא, נאר א מעשה רב ווי אזוי ער פלעגט פסק'נען. ר' ישמעאל פלעגט אים משמש זיין (שבועות כו.). אגדות איז דא פון אים עטליכע.

הערות והארות יקבלו ברצון דא.

סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:21 am

תגובהדורך סדר הדורות » פרייטאג ינואר 03, 2020 11:52 am

אלס הכרת הטוב פארן פותח האשכול, וואס טוט למען ידיעת תולדותיהם של התנאים והאמוראים, שטעל איך דא ארויף א שמועס בנוגע איין פרט מתולדותיו של התנא רבי אליעזר בן הורקנוס.

רבי אליעזר בן הורקנוס.pdf
(50.85 KiB) דאונלאודעד 84 מאל

הערות והוספות אויפן ארטיקל יתקבלו בשמחה אינעם קאמענטארן אשכול.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

רבן שמעון בן גמליאל – טאטע פון רבינו הקדוש

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך פאברואר 05, 2020 3:37 pm

ער איז געווען א שטארקע עניו (ב"מ פד., סנהדרין י"א:) אבער פון זיין זוהן, רבינו הקדוש האט ער געהאלטן עולם ומלאו. איינמאל ווען רבינו הק' האט זיך אפגערעדט אז ר' אלעזר ב"ר שמעון האלט זיך חשוב'ער פון אים, האט רשב"ג געזאגט אז ראב"ש איז גערעכט, ווייל כאטש וואס דו ביסט טאקע א לייב, ביסטו דאך די זוהן פון א פוקס, משא"כ ראב"ש איז א לייב די זוהן פון א לייב, דער גרויסער רשב"י (ירושלמי שבת ס"ג:).
און אן אנדערע פאל האט ער געלאזט א פרוי שפייען אויף אים כדי צו מאכן שלום בית (נדרים ס"ו:).
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז רבינו הק' קריגט זיך אסאך מיט זיין טאטע, און עפ"ר ווערט רבי'ס דעה געברענגט אין די משנה איידער זיין טאטע'ס! (שבת יט., עירובין לב., ועוד.)

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין טאטע רבן גמליאל דיבנה, אבער ער האט געלערנט, און ווערט אפט געברענגט אין די משנה, צוזאמען מיט זיין טאטעס חברים, , ר' יהודה, ר' יוסי און ר' מאיר די תלמידים פון ר' עקיבא. דאס אז ער איז געווען גערעכנט ווי א חבר פאר די פיל עלטערע תנאים, ברענגט נאך מער ארויס ווי שטארק זיין עניות איז געווען.

ער איז געווען נשיא אין גאר א שווערע תקופה פאר כלל ישראל. ער האט צוגעזעהן די גרויזאמע הריגות אין ביתר. ער האט געזאגט אויף זיך דעם פסוק עיני עוללה לנפשי מכל בנות עירי, מיין קלאג איז נאך גרעסער פון אלע טעכטע פון מיין שטאט. פון טויזענט געלוגענע בחורים וואס זענען געווען אין זיין משפחה, איז געבליבן נאר ער מיט איין קאזין (סוטה מ"ט:, ב"ק פג.).

צוליב זיין ייחוס, האט מען אים אויפגענומען אלץ נשיא, טראץ זיין יונגן עלטער. ר' נתן הבבלי האט מען געשטעלט אלץ אב"ד און ר' מאיר אלץ חכם. טראץ זיין גרויס עניוות, האט ער שטארק געזוכט צו אויפהייבן די כבוד פון די נשיאות נאך די גרויסע חרבנות. ביז דאן איז געווען די סדר אז די תלמידים האבן זיך אויפגעשטעלט סיי פארן נשיא און סיי פארן אב"ד און דעם חכם. האט ער געהייסן אז די תלמידים זאלן זיך נישט אויפשטעלן פאר יעדן גלייך, נאר עס זאל זיין חילוקים. ווען ר' מאיר און ר' נתן, וואס זענען געווען עלטער פון אים, האבן געזוכט צו שטערן, האט ער זיי ארויסגעווארפן פון די ישיבה. ער האט זיי שפעטער אריינגעלאזט מיטן תנאי, אז ר' מאיר וועט מען רופן 'אחרים' און ר' נתן 'יש אומרים.' ר' מאיר האט למעשה זיך אוועקגעצויגן פון תקוע קיין טברי'. רשב"ג האט טאקע מצליח געווען צוריקצוברענגן די שטאלץ צו די נשיאות. רשב"ג האט נישט געהאט קיין סך תלמידים. די ישיבות זענען שוין דעמאלס נישט געווען אין איין צענטראלער פלאץ, נאר יעדער חכם האט געהאט זיין אייגענע ישיבה.

אין הלכה, מאכט ער אסאך מאל חילוקים לויט די מציאות, למשל לא כל הביברין שוין (שבת פי"ג מ"ה) לא כל העיירות ראויות לחומה (ב"ב פ"א מ"ה) און נאך. אזוי אויך זאגט ער הכל כמנהג המדינה (כתובות פ"י מ"ד). די הלכה איז כמותו חוץ מערב וצידון וראיה אחרונה (כתובות עז.)

נפטר בערך בשנת ג'תתקכ"ג-ד, און רבינו הק' האט ממלא געווען מקומו. מיר דערמאנען זיין הייליג נאמען צוויי מאל א טאג ביי די קטורת. זי"ע.



לאטס אייך הערן דא.
צוגעלייגטע
רבן שמעון בן גמליאל.pdf
(179.38 KiB) דאונלאודעד 37 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

רבן גמליאל הזקן – דער נשיא וואס האט אנגעגרייט דעם אידענטום צו איבערלעבן די חורבן

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:01 am

ער איז געווען נשיא פאר בערך פערציג יאר (לפי חשבון) אין די שווערע תקופה פון סוף בית שני. דער רוימישער גאווערנער פון יהודה איז דאן געווען א געפערליכע רשע מיטן נאמען פונטיוס פילאטוס. מען זעהט אז רבן גמליאל פלעגט גיין שתדל'ן ביי זיין אויבערהאר, דער הגמון פון דמשק (עדיות ז, ז). אין זיין צייט איז די רוחניות'דיגער מדריגה פונעם כלל שטארק געפאלן, און פילע סעקטן האבן זיך געהויבן די קעפ, ובראשם די צדוקים. רבן גמליאל האט לכבוד דעם מתקן געווען די ברכה ולמלשינים. (תולדות תנאים ואמוראים, ברכות כב:).

פארזעהענדיג דעם גרויסן חורבן, האט רבן גמליאל אריבערגעצויגן די חכמים פון ירושלים קיין יבנה, מיטן חשבון אז אפילו אויב ירושלים וועט חרוב ווערן, וועט נאך זיין א טשענס אז די תורה זאל אנהאלטן. עס האט זיך טאקע אזוי אויסגעשטעלט צום סוף, ווען רבן יוחנן בן זכאי האט געבעטן פון אספסינוס 'תן לי יבנה וחכמי' און ער האט נאכגעגעבן. ווען די תורה צענטער זאל ווען זיין אין די הויפטשטאט ירושלים, גלייבט זיך שווער אז אספסינוס וואלט דאס נאכגעגעבן (תולדות תו"א).

ער האט אויך געמאכט תקנות שווערער צו מאכן דאס זיך גט'ן (גיטין לב:) און גרינגער צו מאכן פאר א פרוי נאכאמאל חתונה צו האבן אויב איר מאן איז געשטראבן (יבמות קכב.) עס איז דא א מקום צו זאגן אז דאס שפיגעלט אפ די שווערע תקופה ביי כלל ישראל. ער איז געווען א יועץ פאר אגריפס המלך וואס האט געקעניגט פאר דריי יאר, און די פאר יאר איז געווען אביסעל גרינגער די מצב.

ר"ג איז אוועק אכצן יאר פארן חורבן (ג'תת"י)(ספר יוחסין), און זיין פטירה איז געווען א שטארקע קלאפ פארן כלל. משמת ר"ג הזקן בטל כבוד התורה ומתה טהרה ופרישות (סוטה מט.). אזוי אויך איז אראפגעקומען א שוואכקייט אויפן וועלט, און מען האט מער נישט געקענט לערנען שטיידיגעהייט בכבוד הראוי וויזוי עס פאסט, נאר מען האט זיך שוין געדארפט אראפזעצן (מגילה כא.). ביז דאן פלעגט מען באערדיגן מתים אין טייערע קליידער און די ארעמעלייט פלעגן זיך זייער מיטשן. רבן גמליאל האט דערפאר געהייסן אז מען זאל אים באערדיגען אין פשוט'ע לינענע קליידער, וממנו ילמדו וכן יעשו. און אזוי פירט מען זיך טאקע עד היום! (אויב מעג מען זאגן, איז פאסיג אז אזוי ווי רבן גמליאל האט זיך אוועקגעגעבן צו ביליגער מאכן די סטענדערט בימיו, האט די השגחה עליונה אזוי צוגעפירט אז מען זאל ניצן זיין הייליגן נאמען אין די היינטיגע קאמפיין צו ביליגער מאכן די סטענדערט...)

סתם רבן גמליאל איז געווענליך זיין אייניקעל רבן גמליאל דיבנה. פון זיינע באוויסטע מימרות ציילט זיך 'עשה לך רב והסתלק מן הספק (אבות א' ט"ז), און דער מימרא פון ,כל שלא אמר שלשה דברים אלו בפסח לא יצא ידי חובתו ואלו הן פסח מצה ומרור וכו' וואס מען זאגט ביים סדר.

ציווישען זיינע חברים האט זיך געציילט ר' ישמאעל כה"ג, רבן יוחנן בן זכאי און שמואל הקטן. זי"ע.


לאטס אייך הערן דא.
צוגעלייגטע
רבן גמליאל הזקן.pdf
(122.8 KiB) דאונלאודעד 34 מאל

סדר הדורות
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2019 11:21 am

Re: געדענק דעם תנא!

תגובהדורך סדר הדורות » דינסטאג אפריל 07, 2020 7:31 pm

"מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע ורבי אלעזר בן עזריה ורבי עקיבא ורבי טרפון שהיו מסובים בבני ברק".

עס איז באקאנט די ווארט אז אלע פינף תנאים קדושים הנ"ל זענען געווען כהנים, לויים אדער געשטאמט פון גרים, ממילא האבן זייערע אור-עלטערן נישט געהאט דעם קושי השעבוד אין מצרים, און דאך האבן זיי פארציילט דעם סיפור יציאת מצרים כל אותו הלילה.

ווי עס קומט אבער אויס, איז ביי רבי אליעזר נישט אזוי גלאטיג זיין אפשטאם, זה אומר בכה וזה אומר בכה. אלס ענינא דיומא צייכן איך צו צום מאמר אין אידיש וואס איך האב שוין ארויפגעלייגט דא א צייט צוריק בענין זה.
מנין למחליף דברי ר' אליעזר בדברי ר' יהושע, ודברי ר' יהושע בדברי ר' אליעזר, שהוא עובר בלא תעשה? תלמוד לומר: לא תסיג גבול רעך (ספרי שופטים קפח)


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט