ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

איך בין נעכטן אריין דאווענען מנחה אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סט. זעה איך דארט הענגן א צעטיל מיט א בילד פון אן אמאליגען היסב בעט ווען מען פלעגט עסען אנגעלאנט אויף א בעט. מען זאגט אז דאס האט הר"ר יודא לייב פליישמאן נ"י גמאלען, און עס קומט אויס לויטן בילד אז אז דער עולם טיט נישט די הסיבה אויפן ריכטיגען וועג און לויט דעם וועג פונעם בילד איז דאס אסאך מער בקוועמטער און פראקטישער.
IMG_0008.JPG
IMG_0008.JPG (96.08 KiB) געזען 3289 מאל


ער צייכענט אן אז מען זאל מעיין זיין אין די גמרא מסכת פסחים דף ק"ח און אין רש"י מסכת ברכות דף מ"ו ע"ב. ווי אויך איז ער מעתיק די לשון המחבר "לא יטה על גבו אלא על צידו".

לשיטתו קומט אויס אז אנשטאט וואס דער עולם לייג זיך צו די לינקע זייט פונעם היסב בעט, דהיינו אויף די זייטיגע הענטל פונעם סאפא, דארף מען זי אויסדרייען מיטן גוף צום רעכטן זייט פונעם סאפא אזוי אז די לינקע זייט פונעם גוף איז אנגעלאנט אויפן אנלאנער פונעם בעט אבער מען בלייבט אויפגעזעצט און מען קען געהעריג עסען מיט די רעכטע האנט.

לפענ"ד איז דאס א געוואלדיגע חידוש און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

עפעס שטימט נישט אויף די בילד, די עצם בילד פונעם בענקעל איז ער לכאורה גערעכט, נאר ס'דארף זיין פארקערט די הויכע וואנט אויף די לינקע זייט, ווייל מ'דארף ליגן אויף די לינקע זייט.

ווי אויך אין די בילד ליגט דער מענטש אויך על גבו.

איך מאך אז מיין בענקעל זאל זיין בערך אזוי.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

זע דא.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נאכמער רש"י שרייבט דארט: "רגילין היו לאכול בהסבה על צדו השמאלית, מוטה ורגליו לארץ, איש איש על מטה אחת", דהיינו די פיס פלעגט זיין אויף דער ערד אדער לכפה"פ געבויגן צו דער ערד נישט אינגאנצען אויסגעצויגען אויפן בעט אזוי ווי די בילד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

עצה טובה להסיבה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א גרינגע און פראקטישע עצה מקיים צו זיין מצות הסיבה כדת וכדין פאר ווער ס'פירט א אייגענע סדר.

[זיך אויסלייגן אויף די סאפע איז לכאורה נישט די ריכטיגע הסיבה, מ'קען אזוי נישט טרינקן קיין כוס, מ'גיסט זיך אינגאנצן אן, און ס'איז נישט קיין דרך חירות לפענ"ד].

מ'נעמט צוויי דיינונג רום בענקלעך, איינס צו זיצן דערויף כרגיל, און די צווייטע צו לייגן די קישענס און דאכענס דערויף, די צווייטע דארף זיין א ARM CHAIR.

מלייגט די צווייטע אויף די לינקע זייט פון די ערשטע בענקעל, מ'דרייעט אויס די צווייטע בענקעל אז די זיץ זאל זיין סמוך צו די ערשטע און די רוקען זאל זיין ווייטער.

מ'לייגט 2 קעבעל טייס cable ties אויף די 2 פיסלעך פון די 2 בענקלעך. דא הייסט מ'בינדט צוזאם די פאדערשטע פיסלעך פון די זייטיגע בענקעל מיט די לינקע פיסלעך פונעם ערשטען בענקעל, אזוי האלט זיך צוזאם די 2 בענקעלך און ס'פארט נישט אוועק בשעת הסיבה.

מ'לייגט ארויף קישענס און/אדער דאכענעס אויף די זייטיגע בענקעל ביז די הויעך פון די אקסעלן (אדער אביסל נידריגער) פונעם ראש המסובין, כדי ער זאל קענען ארויפלייגן זיין לינקע האנט באקוועם אויף דעם און זיך אנלאנען אויף די לינקע זייט.

הוספה אויב מ'וויל: מלייגט ארויף א שיינע דעק אויף ביידע בענקעלך צוזאמען.

אויף דעם אופן קען מען זיך גוט מיסב זיין און טרינקן און עסען נארמאל בדרך חירות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

מענטשן ווייסן אפשר נישט, מ'איז צוגעוואוינט אז אלץ ווען מ'ענדיגט א ברכה טרינקט מען גלייך, ווען מ'ענדיגט דעם בורא פרי הגפן ביים סדר נעמט מען זיך טרינקן שיעף לינקס אויפן וועג צום היסב בעט, ווען מ'קומט אן צום בעט האט מען שוין געענדיגט, און מ'האט נישט יוצא געווען מצות הסיבה, די הלכה איז אז הסיבה מוז זיין נסמך על דבר, אין די לופט הייסט נישט הסיבה.
ווען מ'ענדיגט הגפן, מ'דארף זיך קודם אנלאנען און נאכדעם אנהייבן טרינקן דעם כוס.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

ער צייכענט אן אז מען זאל מעיין זיין אין די גמרא מסכת פסחים דף ק"ח און אין רש"י מסכת ברכות דף מ"ו ע"ב. ווי אויך איז ער מעתיק די לשון המחבר "לא יטה על גבו אלא על צידו".

לשיטתו קומט אויס אז אנשטאט וואס דער עולם לייג זיך צו די לינקע זייט פונעם היסב בעט, דהיינו אויף די זייטיגע הענטל פונעם סאפא, דארף מען זי אויסדרייען מיטן גוף צום רעכטן זייט פונעם סאפא אזוי אז די לינקע זייט פונעם גוף איז אנגעלאנט אויפן אנלאנער פונעם בעט אבער מען בלייבט אויפגעזעצט און מען קען געהעריג עסען מיט די רעכטע האנט.

לפענ"ד איז דאס א געוואלדיגע חידוש און איך בין נייגעריג וואס דער עולם זאגט דערצו?[/quote]
איך זעה נישט קיין חילוק פון פרקדן אין דאס בילד וואס איז לכא' אסור, על צידו מיינט ווען מען בייגט זיך שיף, אין מען קען נאך אלץ עסן מיט די רעכטע האנט

לויט דאס בילד איז גרינג צי עסן מיט די לינקע האנט אין עס איז דא שמעוס אין די פוסקים וועגן א איטר יד (ס''ה רעדט מען פון א בילד וואס איינער האט געמאלען בימינו אלה)
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ס'דא א ווידעא פון רב בעלסקי ווי ער ווייזט פינקטליך וויאזוי הסיבה דארף זיין. כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו לינקן.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לאנגזאם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגזאם »

חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

אונז שטאמען נישט םון גרים. וואס איז שלעכט וואס אונזערע עלטערען און רביס האבען געטהון
אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

און אזוי האמער אונז טאקע געזען ביי די טאטעס און די רבי'ס
הסבת כל הגוף
Impossible is just an opinion
חזקי ג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 06, 2020 7:40 pm

Re: עצה טובה להסיבה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי ג »

נא_שכל האט געשריבן:א גרינגע און פראקטישע עצה מקיים צו זיין מצות הסיבה כדת וכדין פאר ווער ס'פירט א אייגענע סדר.

[זיך אויסלייגן אויף די סאפע איז לכאורה נישט די ריכטיגע הסיבה, מ'קען אזוי נישט טרינקן קיין כוס, מ'גיסט זיך אינגאנצן אן, און ס'איז נישט קיין דרך חירות לפענ"ד].

מ'נעמט צוויי דיינונג רום בענקלעך, איינס צו זיצן דערויף כרגיל, און די צווייטע צו לייגן די קישענס און דאכענס דערויף, די צווייטע דארף זיין א ARM CHAIR.

מלייגט די צווייטע אויף די לינקע זייט פון די ערשטע בענקעל, מ'דרייעט אויס די צווייטע בענקעל אז די זיץ זאל זיין סמוך צו די ערשטע און די רוקען זאל זיין ווייטער.

מ'לייגט 2 קעבעל טייס cable ties אויף די 2 פיסלעך פון די 2 בענקלעך. דא הייסט מ'בינדט צוזאם די פאדערשטע פיסלעך פון די זייטיגע בענקעל מיט די לינקע פיסלעך פונעם ערשטען בענקעל, אזוי האלט זיך צוזאם די 2 בענקעלך און ס'פארט נישט אוועק בשעת הסיבה.

מ'לייגט ארויף קישענס און/אדער דאכענעס אויף די זייטיגע בענקעל ביז די הויעך פון די אקסעלן (אדער אביסל נידריגער) פונעם ראש המסובין, כדי ער זאל קענען ארויפלייגן זיין לינקע האנט באקוועם אויף דעם און זיך אנלאנען אויף די לינקע זייט.

הוספה אויב מ'וויל: מלייגט ארויף א שיינע דעק אויף ביידע בענקעלך צוזאמען.

אויף דעם אופן קען מען זיך גוט מיסב זיין און טרינקן און עסען נארמאל בדרך חירות.
זייער א גוטע עיצה! יישר כח!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ראשית כל מאן יימר אז בזמן הבית האט מען זיך אנגעלעגנט?
דאס עסן אנגעלענגט שטאמט פון די רומיים {אפשר שוין פון די גרעקן, כ׳האב נישט נאכגעזוכט]

אביי דערציילט וי אזוי מען האט עס געמאכט: כי הוינן בי מר זגינן אבירכי דהדדי - מען האט זיך אנגעלענט אויף די שכנ׳ס פוס. דאס געבט א שטיקל בליק, ווי ווייט מען דארף זיך נייגן צו מקיין זיין דעם הסיבה כראוי - דאס איז אביסעלע מער פון הרב בעלסקי׳ס הסיבה.

דאס בענקל וואס די רומיים האבן גענוצט הייסט Chaise Chair

זעהן דעם בילד ווי אזוי זיי האבן זיך אנגלעגנט:
cdddcf94c3177d50fd39b0644f8b762b.jpg
cdddcf94c3177d50fd39b0644f8b762b.jpg (137.83 KiB) געזען 1007 מאל


ס׳מוז באטאנט ווערן, אז זיי האבן נישט געטרינקן פון שמאלע בעכערס, נאר פון ברייטע בעכערס - אויף נישט מלא על גדותיו.

לגבי פראקטיש.
אני כלשעצמי, אזוי האב איך צוגעזעהן ביי מיין טאטע׳ן און ביי מיינע רבי׳ס, האט מען גענוצט א קויטש [אונטערגעהויבן] צוגעדערט מיט א שיינע ליילעך לכבוד החג - א היסב בעט.
עסן איז בכלל נישט קיין פראבלעם, מען לענט זיך אן אויפ דער לינקט פלייצע, מען האלט דער קאפ גלייך.
טרונקען איז אויך נישט קיין פראבלעם.

דער פראבלעם איז, אז דער בעכער איז אנגעפילט כהלכה, און דאס צוצוברענגען, איז קאמפליצירט.
דאס בעסטע עצה, איז מיט צוברענגען דאס טעצל אדער א נעפקין אונטער בעכער. - דער פראבלעם האט מען א גאנץ יאר, עס נעמט בלויז צייט ביז געוויינט זיך צו צו מאנואווירן דעם בעבער, ס׳נעמט אפאר פסחים ביז מען געבט זיך נאטוירליך אן עצה.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

איטשע האט געשריבן:ראשית כל מאן יימר אז בזמן הבית האט מען זיך אנגעלעגנט?
דאס עסן אנגעלענגט שטאמט פון די רומיים {אפשר שוין פון די גרעקן, כ׳האב נישט נאכגעזוכט]

אויב טאקע נישט, איז פארענטפערט די קשיא וואס די מפרשים פרעגן (גר"א, צפנת פענח, ר"ש מאמסטרדם) פארוואס אין די משנה שטייט נישט די שאלה פון מסובין.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ס׳ווער דערמאנט ״לא יאכל עד שיסב״
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ולמעשה עי' ברד"ק שמואל א, כ, כה.
וישב המלך על מושבו. תרגומו ואסחר מלכא על שוייה פירוש על מטתו כי מנהג היה בימים ההם לאכול במסבה במטו' וכן מצאנו בדברי רבותינו ז"ל כי גם בימיהם היה מנהג
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

לאנגזאם האט געשריבן:דאס

https://drive.google.com/file/d/1lNy50E ... p=drivesdk

לאנט זיך אן כמיצר ודואג אויף די הענט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

סאכדעס האט געשריבן:
לאנגזאם האט געשריבן:דאס

https://drive.google.com/file/d/1lNy50E ... p=drivesdk

לאנט זיך אן כמיצר ודואג אויף די הענט.

אינטערסאנט, ער דארף צו ווייזן וויאזוי די רוימער פלעגן זיך אנלאנען, לפי וויאזוי ער האט געזען אויף בילדער פון דעמאלטס, און ער זאגט אז זיי האבן געהאט א בעט וואס ביי איין זייט פלעגט ארויף קומען אן אנלאנער, און אזוי האבן זיי זיך אנגעלענט, און אזוי ווי די בילד וואס מ'האט אויבן אראפגעברענגט פון הרב פליישמאן, און ער ווייזט די פאזיציע פון דעם מענטש בשעת ער לאנט זיך אן. אבער לכאורה קען מען עס טאקע נאר טון ווען מען האט אזא אנלאנער, אבער בדומה לזה וואס מ'מאכט מיט קישענס וכדומה, אבער אזוי ווי ער לאנט זיך אן פשוט אויף די האנט, לכאורה טויג נישט.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

באקענט אייך מיט׳ן טרקלין.

כ׳זעה אז עס גייט שוין צוריק בימי די גרעקן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איטשע האט געשריבן:ראשית כל מאן יימר אז בזמן הבית האט מען זיך אנגעלעגנט?
דאס עסן אנגעלענגט שטאמט פון די רומיים {אפשר שוין פון די גרעקן, כ׳האב נישט נאכגעזוכט]

אביי דערציילט וי אזוי מען האט עס געמאכט: כי הוינן בי מר זגינן אבירכי דהדדי - מען האט זיך אנגעלענט אויף די שכנ׳ס פוס. דאס געבט א שטיקל בליק, ווי ווייט מען דארף זיך נייגן צו מקיין זיין דעם הסיבה כראוי - דאס איז אביסעלע מער פון הרב בעלסקי׳ס הסיבה.

דאס בענקל וואס די רומיים האבן גענוצט הייסט Chaise Chair

ס'הייסט Chaise longue (שעיזלאָנג/שֶזְלוֹנְג). ס'קומט פון פראנצויזיש, וואו ס'מיינט "לאנגע בענקל", און פון דארט איז עס געווארן אן אינטערנאציאנאל ווארט.

אויב וואלט עס געווען א חידוש פון די גרעקן, וואלט מען עס מסתמא נישט געטראפן אין פערסיע. ניטאמאל בזמן האמוראים, און אוודאי נישט אין מגילת אסתר (מטות זהב וכסף).
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

איר זאגט עפעס, דארף, מען זעהן ווי אזוי די פרסיים האבן געגעסן.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מיין דיין איז יעדעס יאר מעורר אז די קאפ דארף זיין אנגעלאנט און נישט בלייבן אין די לופט, רוב עולם לענט אן די רוקן אדער דע ארעם, און דאס איז נישט ריכטיג הסיבה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א בילד פון א קינד וואס לאנט זיך אן (?) ביים עסן מצה פונעם "ראטשילד הגדה" -- א כתב יד פון איטאליע שנת ר"י. (מערקט ווי די מצה איז ווייך און קען זיך איינדרייען.)

Capture.PNG
Capture.PNG (363.08 KiB) געזען 750 מאל
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

גרשון האט געשריבן:א בילד פון א קינד וואס לאנט זיך אן (?) ביים עסן מצה פונעם "ראטשילד הגדה" -- א כתב יד פון איטאליע שנת ר"י. (מערקט ווי די מצה איז ווייך און קען זיך איינדרייען.)

Capture.PNG

דאס איז ממש ווי דעם רב בעלסקי.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווי אזוי איז געווען די אופן הסיבה בזמן המקדש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סאכדעס האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:א בילד פון א קינד וואס לאנט זיך אן (?) ביים עסן מצה פונעם "ראטשילד הגדה" -- א כתב יד פון איטאליע שנת ר"י. (מערקט ווי די מצה איז ווייך און קען זיך איינדרייען.)

Capture.PNG

דאס איז ממש ווי דעם רב בעלסקי.

נישט ממש
ער לענט זיך אן אויף א קישן אויפ׳ן בעט, און רב בעלסקי לאנט זיך אן אויפ׳ן טיש, וועלכע איז פיל העכער
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”