כהנים זאלן ארויס גיין, כדי מ'זאל קענען געבן עליות פאר ישראלים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
כהנים זאלן ארויס גיין, כדי מ'זאל קענען געבן עליות פאר ישראלים
איז דא א מקור / ענין וכדו'
אז כהנים זאלן ארויס גיין פון ביהמ"ד, כדי מ'זאל קענען געבן עליות פאר מער ישראלים
א) אויב ס'יא דא לוויים
ב) אויב ס'נישטא לוויים
ואגב גררא, וויל איך וויסן, א ביהמ"ד וואס האט כהנים און ישראלים, דארף מען אריין רופן א לוי וואס דאוונט נישט דארט, כדי דער כהן זאל נישט האבן צוויי עליות, האט דאס א מקור / ענין?

להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דא א מקור / ענין וכדו'

ראש חודש איז דא אן ערנסטע פראבלעם אז די כהן זאל עולה זיין 2 מאהל. ווייל מען דאפעלט דאך איין פסוק, און עס איז א חשש ברכה לבטלה 2 מאהל. עיין בשות מנחת יצחק על זה
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
און סתם שני וחמישי? אדער שבת?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
ארויסשיקן א כהן וויל מוויל געבן פאר א ישראל, איז אזוי ווי לדוגמא ווען דיין רב/רבי קומט אן צו דיין חתונה, און די ווילסט אים מכבד זיין ממילא שיקסטו אים ארויס, וויל ספאסט נישט צו געבן די כיבודים בפניו פאר א צווייטן!
דער בורא האט געהייסן "וקדשתו" ממילא שיקסטו אים ארויס! שיין!!??????????

סוף דבר הכל נשמע את אלקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם!!!
בלומבערג האט געשריבן:ארויסשיקן א כהן וויל מוויל געבן פאר א ישראל, איז אזוי ווי לדוגמא ווען דיין רב/רבי קומט אן צו דיין חתונה, און די ווילסט אים מכבד זיין ממילא שיקסטו אים ארויס, וויל ספאסט נישט צו געבן די כיבודים בפניו פאר א צווייטן!
דער בורא האט געהייסן "וקדשתו" ממילא שיקסטו אים ארויס! שיין!!??????????
די שאלה דא איז געוועהן להלכה
איר רעדט פון אייערע געפילען.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 697
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
געוויסע פוסקים האלטן אז אין א פריווייטע בית המדרש דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר א כהן ווייל דארט איז די רבי/רב בעה"ב
היי
אויב די ביהמ"ד האט שאדן צ.ב. איינער קויפט די עליות (אז נישט וועט עס קיינער נישט קויפן) מיט איין תנאי אז ער קען געבן אלע 3 עליות פאר וועם ער וויל דאן דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר די כהן

To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

- קאטטשקעלע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
- לאקאציע: ביי די טאטערס
מקור?
הרב_שלום האט געשריבן:געוויסע פוסקים האלטן אז אין א פריווייטע בית המדרש דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר א כהן ווייל דארט איז די רבי/רב בעה"ב

- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
מרן מסאטמאר זי''ע האט זייער אפבאכט געגעבן אויף דעם נישט ארויסצושיקן א כהן אפי' לצורך גדול. עס פארציילט א חשובע איד א כהן אז ער האט אמאל געדאווענט מיטן רבינ'ס מנין וואכן און ס'איז געווען צוויי חיובים. האט מען אים געבעטן ער זאל ארויסגיין כדי צו קענען ביידע געבן עליות און אויך פארן רבי'ן זעלבסט.
אזוי געווען דער גבאי האט שוין געהאט אפי' אויסגערופן א צווייטן ישראל במקום כהן, אבער דער רבי האט תיכף אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן ביז מען זוכט אפיר דעם כהן!
אזוי געווען דער גבאי האט שוין געהאט אפי' אויסגערופן א צווייטן ישראל במקום כהן, אבער דער רבי האט תיכף אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן ביז מען זוכט אפיר דעם כהן!
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
קאטטשקעלע האט געשריבן:מקור?הרב_שלום האט געשריבן:געוויסע פוסקים האלטן אז אין א פריווייטע בית המדרש דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר א כהן ווייל דארט איז די רבי/רב בעה"ב
היי
אויב די ביהמ"ד האט שאדן צ.ב. איינער קויפט די עליות (אז נישט וועט עס קיינער נישט קויפן) מיט איין תנאי אז ער קען געבן אלע 3 עליות פאר וועם ער וויל דאן דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר די כהן
ספר מנהג ישראל תורה ברענגט פון שו''ת מנחת אלעזר ח''ד סימן נ''ד אז הרב הקדוש מזידטשוב האט אזוי געטון הלכה למעשה.
דער מנהג פשוט אין אונזערע מקומות איז אבער נישט אזוי צו טאָן, נאר אפי' א עם הארץ כהן איז קודם לתלמוד חכם ישראל בכל אופן.
וועגן ארויסשיקן די כהן שטייט אין מהר''ם שיק אז מ'מעג עס טון, אבער ס'איז נישט ריכטיג צו טוהן סיידן עס איז א צורך גדול.
הרב_שלום האט געשריבן:געוויסע פוסקים האלטן אז אין א פריווייטע בית המדרש דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר א כהן ווייל דארט איז די רבי/רב בעה"ב
היי
אויב די ביהמ"ד האט שאדן צ.ב. איינער קויפט די עליות (אז נישט וועט עס קיינער נישט קויפן) מיט איין תנאי אז ער קען געבן אלע 3 עליות פאר וועם ער וויל דאן דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר די כהן
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל - האט און זיין ביהמ"ד טאקע אזוי געהאלטען און ער האט געגעבן ביי זיין מנין פאר וועם ער האט געוואלט און נישט ארויס געשיקט די כהנים !
דרך אגב א יוד א כהן האט מיר פארציילט לעצטענס אז ער איז געווען און א קליין ביהמ"ד שחרית, ווען עס איז געקומען צום ליינען האט די רב פונע'ם ביהמ"ד אויסגערופן הויעך כהן ?! ..און שנית כהן ?! און די יוד איז א שעמעוודיגער האט ער זיך נישט אנגערופן אבער ווען די רב האט אויסגערופן צום דריטן מאל כהן ?! האט ער זיך אנגערופן אז ער איז א כהן ! - ווייזט אים תיכף די רב מיטן האנט ארויסצוגיין פון שול !! ווייל די רב האט געוואלט געבן פאר א ישראל די עליה
- קאטטשקעלע
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 407
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
- לאקאציע: ביי די טאטערס
מי יעלה האט געשריבן:דרך אגב א יוד א כהן האט מיר פארציילט לעצטענס אז ער איז געווען און א קליין ביהמ"ד שחרית, ווען עס איז געקומען צום ליינען האט די רב פונע'ם ביהמ"ד אויסגערופן הויעך כהן ?! ..און שנית כהן ?! און די יוד איז א שעמעוודיגער האט ער זיך נישט אנגערופן אבער ווען די רב האט אויסגערופן צום דריטן מאל כהן ?! האט ער זיך אנגערופן אז ער איז א כהן ! - ווייזט אים תיכף די רב מיטן האנט ארויסצוגיין פון שול !! ווייל די רב האט געוואלט געבן פאר א ישראל די עליה
שלעכטער!
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
ווייזט אויס אז ער האט מקבל די טייטש אויף וקדשתו איר זאלט אים אפזונדערן.....
נו דארף מען דאך מקיים זיין ס'מצוה ברוב עם....

ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2419
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
ייש"כ וועלמיר נאכקוקן די מקורות אינעווייניג,
וואס איז לגבי די צווייטע שאלה
וואס איז לגבי די צווייטע שאלה
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ואגב גררא, וויל איך וויסן, א ביהמ"ד וואס האט כהנים און ישראלים, דארף מען אריין רופן א לוי וואס דאוונט נישט דארט, כדי דער כהן זאל נישט האבן צוויי עליות, האט דאס א מקור / ענין?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 540
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm
מי יעלה האט געשריבן:דרך אגב א יוד א כהן האט מיר פארציילט לעצטענס אז ער איז געווען און א קליין ביהמ"ד שחרית, ווען עס איז געקומען צום ליינען האט די רב פונע'ם ביהמ"ד אויסגערופן הויעך כהן ?! ..און שנית כהן ?! און די יוד איז א שעמעוודיגער האט ער זיך נישט אנגערופן אבער ווען די רב האט אויסגערופן צום דריטן מאל כהן ?! האט ער זיך אנגערופן אז ער איז א כהן ! - ווייזט אים תיכף די רב מיטן האנט ארויסצוגיין פון שול !! ווייל די רב האט געוואלט געבן פאר א ישראל די עליה
דער יעניגער פארשוין (רב) האט אזויפיל אויפגעטאן אז דער כהן וועט זיך שוין נישט אזוי שנעל אנרופן ווען מ'דארף א כהן
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:איז דא א מקור / ענין וכדו'
ב) אויב ס'נישטא לוויים
ואגב גררא, וויל איך וויסן, א ביהמ"ד וואס האט כהנים און ישראלים, דארף מען אריין רופן א לוי וואס דאוונט נישט דארט, כדי דער כהן זאל נישט האבן צוויי עליות, האט דאס א מקור / ענין?
עס איז הא בהא תליא, כ'האב נישט דא קיין ספרים און כ'בין פויל צו זוכן אין היברובוקס וכדו',
אבער כ'געדענעק אז ס'זענען דא פוסקים וואס האלטן אז דער כהן זאל צוויי מאל עולה זיין איז קרוב מאוד צו א ברכה לבטלה, נאר וואס דען? די פראבלעם אז מ'זאל נישט רופן א לוי נאכדעם וואס איז א פגם אין די כהונה איז דוחה דעם קלענערן (רעלאטיוו) פראבלעם פון ברכה לבטלה ווייל פגם בכהונה איז זייער הארב.
על כן אויב קעןמען עס פארמיידן דורך האבן א לוי - אדער דורך ארויס שיקן דעם כהן בזמן זה האט מען פארמיידט דעם ברכה לבטלה פראבלעם. (כ'ווייס פון פרומע כהנים וואס לויפן ארויס אויב זיי זעען סאיז נישטא קיין לוי)
ואגב האב איך געהערט בענין זה זייער א אינטערעסאנטע עפיזאד פון הגאון בעל שבט הלוי ז"ל
אז ווען ער האט פארגעלערנט שולחן ערוך על הסדר און מ'איז אנגעקומען צו די הלכה אז א כהן זאל מאכן נאכאמאל א ברכה האטדער שבט הלוי געזאגט אזוי זעט טאקע אויס פון די פוסקים, אבער למעשה האט ער נאך קיינמאל נישט געזען אזא זאך סא אפשר איז עס נישט אנגענומען להלכה למעשה
האט זיך א משתתף ביים שיעור אנגערופן אוודאי האט עס דער רבי קיינמאל נישט געקענט זען ווייל דער רבי איז דאך א לוי, אבער ווער ס'איז דארט אן א לוי זעט עס מעשים בכל יום
האט דער שבט הלוי זיך זייער געכאפט דערויף און געזאגט מכאן ראי' אז מ'קען קיינמאל נישט דן זיין נאר בעומק הדבר ווייל איך האב עס טאקע קיינמאל נישט געזען אבער טעמא אית ביה יעדע זאך דרף מען שטארק מעיין זיין און מתבונן זיין
כך שמעתי מפי השמועה בלי אחריות המקור
אז מ'לעבט דערלעבט מען
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
א באקאנטע מעשה אויף אסאך לוים......
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
מי יעלה האט געשריבן:דרך אגב א יוד א כהן האט מיר פארציילט לעצטענס אז ער איז געווען און א קליין ביהמ"ד שחרית, ווען עס איז געקומען צום ליינען האט די רב פונע'ם ביהמ"ד אויסגערופן הויעך כהן ?! ..און שנית כהן ?! און די יוד איז א שעמעוודיגער האט ער זיך נישט אנגערופן אבער ווען די רב האט אויסגערופן צום דריטן מאל כהן ?! האט ער זיך אנגערופן אז ער איז א כהן ! - ווייזט אים תיכף די רב מיטן האנט ארויסצוגיין פון שול !! ווייל די רב האט געוואלט געבן פאר א ישראל די עליה
בדחנים פלעגן נוצן די מעשה אין מיינע אינגע יארן ביי חתונות
אז מ'לעבט דערלעבט מען
קאטטשקעלע האט געשריבן:מקור?הרב_שלום האט געשריבן:געוויסע פוסקים האלטן אז אין א פריווייטע בית המדרש דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר א כהן ווייל דארט איז די רבי/רב בעה"ב
היי
אויב די ביהמ"ד האט שאדן צ.ב. איינער קויפט די עליות (אז נישט וועט עס קיינער נישט קויפן) מיט איין תנאי אז ער קען געבן אלע 3 עליות פאר וועם ער וויל דאן דארף מען נישט געבן די ערשטע עליה פאר די כהן
ביאור הלכה (קוק מער צום סוף)
ופשוט דבמקום שהמנהג למכור המצות ונופל המעות לצדקה באלה שאינם מהחיובין רק משוס מנהגא אין להפסיד צדקה בשבילם
- אטעטשמענטס
-
- HebrewBooksOrg_49624_page_34.pdf
- (87.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 57 מאל