ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

אקארשט געלערנט די חומש פ' תולדות, ווי רבקה האט אנגעטוהן יעקב'ן די קליידער פון עשיו (וואס ער האט געגנב'ט פון נמרוד), און אזוי איז ער געגאנען צו זיין טאטען יצחק נעמען די ברכות.
כ'האב נישט פארשטאנען פשוט פשט, וואס האט אויסגעפעלט אנצוטוהן די קליידער פון עשיו? יצחק האט דאך ממילא נישט געקענט זעהן?
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
פעשען
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעשען »

פון פסוק זעהט לכאורה אויס אז זי האט עס געטון אז יעקב זאל אויסזעהן ווי עשו אויב יצחק טאפט אים. סיי די בגדי עשו און סיי די גדיי עיזים.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

ווערעצקי האט געשריבן:אקארשט געלערנט די חומש פ' תולדות, ווי רבקה האט אנגעטוהן יעקב'ן די קליידער פון עשיו (וואס ער האט געגנב'ט פון נמרוד), און אזוי איז ער געגאנען צו זיין טאטען יצחק נעמען די ברכות.
כ'האב נישט פארשטאנען פשוט פשט, וואס האט אויסגעפעלט אנצוטוהן די קליידער פון עשיו? יצחק האט דאך ממילא נישט געקענט זעהן?

וואס הייסט זייער פשוט רבקה האט געוויסט אז יעקב גייט איים אנכאפען ביים האנט אין אויב גייט ער נישט האבען אזא האריגע האנט גייט ער פילען עס איז נישט עשו ווי מען זעט ווייטער אין פסוק יעקב זאגט הידים ידי עישו והקול קול יעקב
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

זייער קלוג האט געשריבן:

אויף די הענט האט זי אים אנגעטוהן די פעל פון די ציגן, וואס איז געווען האריג, אבער די קליידער זענען נישט געווען האריג, און עס האט נישט געדארפט זיין, ווייל עשו'ס קליידער זענען אויך נישט געווען האריג, (פארוואס יא), און בכלל זעהט מען נישט אין פסוק אז יצחק האט באטאפט די קליידער, נאר די הענט וועלכע האבן געהאט די ציגן פעל.

איך האב געקלערט אפשר האט זי מורא געהאט אז ער וועט שפירן די גערוך פון די קליידער, אזוי ווי מ'זעהט שפעטער אין פסוק "וירח את ריח בגדיו", אבער דארט זאגט שוין רש"י אז עס איז געווען מיט אים א ריח גן עדן אוועקצוקלאפן די גערוך פון די ציגן פעל, און דאס איז זיכער אז עשו'ס קליידער האבן נישט געהאט געווענליך קיין ריח גן עדן, עכ"פ עס זעהט נישט אויס אז יצחק האט עפעס זיך גערעכנט מיט די גערוך פוןן די קליידער, ממילא איז די תירוץ אויך נישט ריכטיג לכאורה.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל קליין »

אין פרשת חקת שטייט וישמע הכנעני מלך ערד ישב הנגב, זאגט רש״י יושב הנגב זה עמלק שנאמר עמלק יושב בארץ הנגב, ושנה את לשונו לדבר בלשון כנען כדי שיהיו ישראל מתפללים להקב״ה לתת כנענים בידם והם אינם כנענים, ראו ישראל לבושיהם כלבושי עמלקים ולשונם לשון כנען אמרו נתפלל סתם שנאמר אם נתון תתן את העם הזה בידי. ע״כ לשון רש״י הק׳.
שטעלט זיך די קשיא אויב האט עמלק געוואלט אפ׳נער׳ן כלל ישראל אז זיי זאלן מיינען אז זיי זענען כנענים פארוואס האבן זיי זיך נישט אן געטוהן ווי כנענים אויך פארוואס האבן זיי נאר די שפראך געטוישט?

עס איז דא א תירוץ (איך געדענק נישט פון וועלכע צדיק אדער צדיקים אבער איך מיין אז פון איינער פון די בעלזא צדיקים), אז אויב זיי וואלטן אן געטוהן בגדי כנענים דעמאלטס וואלטן זיי טאקע געווארן כנענים און אויב די אידן וואלטן מתפלל געוועהן אויף כנען וואלט עס געוועהן א ריכטיגע תפילה און זיי וואלטן געענטפערט געווארן.

זעהט מען פון דעם וואס פאר א געוואלדיגע השפעה א לבוש האט אויף א מענטש אז עס טוישט באמת די אידענטיטעט פון א מענטש.

אלזא אז יעקב אבינו האט געדארפט גיין זאגן פאר זיין טאטען יצחק אנכי עשו בכורך האט ער זיך אנגעטוהן די בגדי עשיו און דאס האט ממש געטוישט זיין אידענטיטעט אז ער זאל ווערן אן גערופן עשיו און עס איז בכלל נישט קיין שקר וואס ער זאגט אנכי עשיו בכורך.

כן נראה לי בדרך אפשר וה׳ הטוב יכפר אם לא כיוונתי אל האמת.
זה הקטן גדול יהי'
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

עס שטייט אז עשו איז געווען אדרת שעיר ער איז געווען ווי א האריגע קויט קען זיין וועגן דעם האט רבקה איים אנגעטון די פעל פין ציגן אז עס זאל פילען ווי עשו'ס הענט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
cravenwalk
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 4:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cravenwalk »

קוקט אריין אין חת''ס. זאגט ער דארטן אז די איינציגסטע וועג וויאזוי רבקה האט געקענט פויעלן ביי יעקב ציצונעמן די ברכות אין גיין ברמאות ,איז ג'ווען דארך אנטוען בגדים פון א רשע. נא עאכו''כ אז מ'טוט אן א בגד פון א צדיק.......
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווערעצקי האט געשריבן:אקארשט געלערנט די חומש פ' תולדות, ווי רבקה האט אנגעטוהן יעקב'ן די קליידער פון עשיו (וואס ער האט געגנב'ט פון נמרוד), און אזוי איז ער געגאנען צו זיין טאטען יצחק נעמען די ברכות.
כ'האב נישט פארשטאנען פשוט פשט, וואס האט אויסגעפעלט אנצוטוהן די קליידער פון עשיו? יצחק האט דאך ממילא נישט געקענט זעהן?

גייסט צו מיט׳ן צוגאנג, אזויווי דו האסט אלס קינד פארשטאנען פון דיין רבי׳ן אין חדר, אז יצחק איז געווען קאמפלעט בלינד.
״וַתִּכְהֶיןָ עֵינָיו מֵרְאֹת״ מיינט בפשטות אז זיין זעהקראפט איז געווארן שוואכער, ער וואלט נישט געקענט דערקענען צווישן יעקב מיט עשו פון זייערע געזיכט, אבער ער וואלט עם נאך געקענט דערקענען מיט׳ן גיין מיט זיינע אייגענע קליידער.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אור עולם.JPG
אור עולם.JPG (75.89 KiB) געזען 1177 מאל

מענין לענין פון אור עולם לרבי משה דוד וואלי
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

איטשע האט געשריבן:
ווערעצקי האט געשריבן:
אקארשט געלערנט די חומש פ' תולדות, ווי רבקה האט אנגעטוהן יעקב'ן די קליידער פון עשיו (וואס ער האט געגנב'ט פון נמרוד), און אזוי איז ער געגאנען צו זיין טאטען יצחק נעמען די ברכות.
כ'האב נישט פארשטאנען פשוט פשט, וואס האט אויסגעפעלט אנצוטוהן די קליידער פון עשיו? יצחק האט דאך ממילא נישט געקענט זעהן?
גייסט צו מיט׳ן צוגאנג, אזויווי דו האסט אלס קינד פארשטאנען פון דיין רבי׳ן אין חדר, אז יצחק איז געווען קאמפלעט בלינד.
״וַתִּכְהֶיןָ עֵינָיו מֵרְאֹת״ מיינט בפשטות אז זיין זעהקראפט איז געווארן שוואכער, ער וואלט נישט געקענט דערקענען צווישן יעקב מיט עשו פון זייערע געזיכט, אבער ער וואלט עם נאך געקענט דערקענען מיט׳ן גיין מיט זיינע אייגענע קליידער.
מקור איך מיין אז עס איז דא מדרשים וואס שטייט קלאר די לשון סומא
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

ווערעצקי האט געשריבן:
בכלל זעהט מען נישט אין פסוק אז יצחק האט באטאפט די קליידער, נאר די הענט וועלכע האבן געהאט די ציגן פעל.
דאס מיינט נאך גארנישט. רבקה האט געקלערט אז יצחק וועט אנכאפן דעם קלייד און פילן אז עס איז נישט די סארט לעדערנע בגדי חמודות.
שמי לאנדאן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:01 am

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמי לאנדאן »

עי' י''ג אורות חלק ג דף קלז א שיין ווארט אויף דעם פסוק בשם א תלמיד פון ר' ר' מענדל רימנוב
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

אויף די דרעזנער שמעלצער שמועס האבן זיי פארענדערט די קשיא. אפ' עס מאכט זיך אמאל א קינד וואס גייט נישט מיט די היימישע לבוש וואס די האסט געוואלט ער זאל גיין, אפ' פאר אזא קינד קומט זיך אויך מען זאל אים בענטשן. עפעס אזוי
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

דאס איז א באקאנטע חסידישע ווארט, אז דער אייבערשטער האט אזוי געפירט אז יעקב זאל באקומען די ברכות אונטער די שלייער פון עשיו, אזוי אז אפילו ווען אידישע קינדער זענען נישט ווי עס דארף צו זיין, קענען זיי נאך אלס נהנה זיין פון די ברכות, ווייל שוואכער ווי עשיו זענען זיי נישט.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

נאך א געדאנק קען אפשר זיין אז אז מזעהט יעדעס מאל ווען סהאט געדארפט קומען אויף די וועלט א כח הקדושה איז עס געקומען אביסעל אויף אופן וואס די סט''א זאל נישט כאפן כענין יהודה ותמר וואס איז ארויסגעקומען מלכות בית דוד (אפשר קען מען צולייגן די התגברות פון יעקב אויף לבן און אזוי אויך די שבטים אויף שכם ווי מזעהט זיי האבן אוועקגלייגט די תמימות און גענוצט דעם עם עקש תתפתל) אבער עכ''פ דא ווען די ברכות האבן געדארפט אנקומען צו צד הקדושה האט מען געדארפט צוקומען צו אינטערסאנטע אופנים ווי נעמען עשיו'ס קליידער
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

און אז מרעדט שוין פון עשיו און זיינע בגדים איז אינטערסאנט צו ברענגען צוויי אינטערסאנטע נקידות פון חסידישע ספרים (סארי איך געדענק נישט די מקורות)
איינס. עשיו האט זיך געפירט אזוי ווי סדארף צו זיין אויף אזוי ווייט אז סתם אזוי וואלט מען נישט געכאפט אז ער איז נישט ערליך והא ראי' זיין קאפ איז אנגעקומען אין מערת המכפילה (וואס דאס איז ווייזט אויף א מדריגה אזוי ווי סשטייט אין מדרש אז אליעזר עבד אברהם האט זיך ארויפגעארבעט אזוי ווייט אז ער ליגט אין מערת המכפילה) מילא קאן זיין אז די קליידער פון עשיו איז גאר געווען מסוגל'דיגע קליידער! אזויווי היינט א רעבישע בעקיטשע פון א פארצייטישער רבי..
צוויי. דאס וואס די וועלט זאגט אז פרויען זאלן נישט פירען און אריינרעדן אין די שטוב ווירשאפט איז פון דא א ראי': ווייל וואלט זיך רבקה זיך נישט אריינגעמישט, און עשיו וואלט באקומען די ברכות וואלט יעקב באקומען די הבטחה פון והיה כאשר תריד, און עשיו האלט דאך זיכער נישט גארנישט ממילא וואלט אויסגעקומען אז יעקב וואלט יא געהאט אלע ברכות, יעצט אז סאיז גווען פארקערט מוז יעקב זיין גענוג ערליך צו פארדינען די ברכות
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

דער עולם ענטפערט חסידישע תירוצים וואס איז הייליג און טייער אבער לאז מיר זיך האלטן צו פשוט פשט.

יצחק האט קיינמאל נישט געגעסן קיין ציגן פלייש צוליב וואס עס איז דא א שטיקל איסור צו עסן פלייש ככל אות נפשך, די כלי יקר צייכנט עס צו אין די פרשה. מילא האט ער געדארפט צוקומען צו עשו'ס מעלה פון פאנגען, עפעס וואס יעקב'ס איידעלע כאראקטער האט נישט ערלויבט. יעקב האט געפאשעט דעם פאטערס שאף פון וואס רבקה האט געגעסן און יצחק האט געגעסן געפאנגענע הערשן פלייש וואס עשו האט אים געברענגט. דא האט רבקה געוואלט אויסשפילן עשו צוליב די ברכות האט זי געגעבן אירע עזים פאר יעקב צו ברענגען דעם פאטער. דאס האט געזאלט רינגען א גלאק פאר יצחק אז עפעס טויג נישט און וואלט אויסגעטעשקט צו דאס איז טאקע עשו אזויווי ער האט אין די ענדע געטאהן.

דאס איז חוץ דעם וואס יעקב מיטן מדת האמת איז זייער שווער צוגעגאנגען צו דאס ענין, ער וואלט גרינג געקענט נאכמאכן עשו'ס קול אבער ער האט דאס נישט געטאן. די אור החיים הקדוש איז מסביר אז יצחק האט געהאלטן אז א קול קען מען נאכמאכן אבער א האריגע קערפער קען מען נישט, מילא האט ער זיך פארלאזט אויפן האריגן הענט כאטש וואס ער האט זיך געחידושט אויפן קול.

נו אויב קען מען טאקע נאכמאכן איינעם קול פארוואס האט ער עס נישט געטאן נישט ארויסצורופן בייזע פארדאכטן? און דאס זעלבע מיט'ו זאגן כי הקרה ה' לפני וואָס ער האט געוואוסט אז דער פאטער ווייסט אז עשו נוצט דאס נישט?

פשטות האט יעקב דאס געטוהן געצוואונגערהייט, טאקע געזאגט דעם אנכי עשו בכרך וואס איז משתמע לתרי אנפין ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה צוליב כיבוד אם, אבער זיין אן אקטיאר, נאכמאכן יענעמס שטימע און זיכער אזוי נישט דאנקן דעם אויבערשטען אויף פרנסה בלויז נאכצומאכן יענעם איז נישט געווען שייך ביי יעקב אבינו.

די מוטער האט דאס געוואוסט האט זי אים אנגגעטאהן די גדיי עזים וויסנדיג אז דאס וועט קלאר שטעלן פאר איר הייליגע מאן אז ס'איז עשו, ווייל ס'איז נישט מעגליך אנדערש צו זיין האריג כאדרת שער, פארגעס נישט אז ביים געבוירן האט מען אים גערופן עשו אלץ עשו, ער איז געווען פערטיג ווי אן ערווקסענעם און דאס איז געווען זיין נאמען. רבקה האט פאר יעדן פרייז געדארפט זיכער מאכן אז יעקב איז האריג.

בא אחיך במרמה זאגט רש"י בחכמה, אסאך פלענער איז דא אריינגעגאנגען.

תתן אמת ליעקב
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

פראקטיש האט געשריבן:
תתן אמת ליעקב
ישר כח האסט מיר מהנה געווען מיט א שטיקעל סה''כ בדרך פשט מיט אן אור החיים געוואלדיג
אבער איך זעה נאך אלטס נישט פארוואס ער האט געדארפט אנטון עשיו'ס בעקיטשע? אפשר פלעגט עשיו אלעמאל גיין דערמיט אין טאטעס שטוב (ער האט דאך געדארפט פארדעקן זיין קורצע הויזן.. :smile: )
און אז מרעדט שוין ווי איז די בגד אנגעקומען נאך די ברכות?
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טשעירמאן האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
תתן אמת ליעקב
ישר כח האסט מיר מהנה געווען מיט א שטיקעל סה''כ בדרך פשט מיט אן אור החיים געוואלדיג
אבער איך זעה נאך אלטס נישט פארוואס ער האט געדארפט אנטון עשיו'ס בעקיטשע? אפשר פלעגט עשיו אלעמאל גיין דערמיט אין טאטעס שטוב (ער האט דאך געדארפט פארדעקן זיין קורצע הויזן.. :smile: )
און אז מרעדט שוין ווי איז די בגד אנגעקומען נאך די ברכות?
דאכטס זיך רש"י זאגט אז עשו אט דאס גע' גנב'ט פון נמרוד און ער פלעגט דאס נוצן צום פאנגען, ס'איז זיכער געווען א חלק פונעם שפיל עס צו געבן פאר יעקב'ן.
אוועטאר
יו עף או
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2022 4:59 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יו עף או »

טשעירמאן האט געשריבן:
און אז מרעדט שוין ווי איז די בגד אנגעקומען נאך די ברכות?
@יו עף או - אין זיין אשכול בגדי חמדות ממש צום סוף שרייבט ער אז נאך יצחק'ס פטירה האט עס יעקב באגראבן, איז משמע אז נאך די ברכות האט עס עשו ווייטער גענוצט, איך בין נייגעריג פון וואו ער נעמט עס? מסתם איז עס א מדרש.

---
אפססס... ראנג ניק...
פייבל שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 3:20 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייבל שרגא »

איך האב געהערט ברענגען, ווייסעך נישט פון ווי.
יעקב און עשו האבן געהאט די זעלבע קול. ווען נישט וואלט דאך די גאנצע זאך נישט מעגליך געוועהן. אבער יעקב האט נישט געוואלט נאכמאכן די וועג ״וויאזוי״ עשו רעדט (יקום אבי וכדומה).
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פייבל שרגא האט געשריבן:
איך האב געהערט ברענגען, ווייסעך נישט פון ווי.
יעקב און עשו האבן געהאט די זעלבע קול. ווען נישט וואלט דאך די גאנצע זאך נישט מעגליך געוועהן. אבער יעקב האט נישט געוואלט נאכמאכן די וועג ״וויאזוי״ עשו רעדט (יקום אבי וכדומה).
אוחה"ק זאגט אנדערש קוק אריין.

אדרבה ברענג נאך א מקור צו וואס דו זאגסט
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

לשון פונעם הייליגן אור החיים:
ולא הכירו כי היו וגו'. ואף על פי כן דחה שמיעת קול מלפני חוש ההרגש כי הקול יכול להשתנות, או לצד משמיע, או לצד שומע, מה שאין כן הרגשת שערות הידים הוא סימן מובהק.
שמי לאנדאן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 10:01 am

Re: ותקח רבקה את בגדי עשיו ותלבש את יעקב - פארוואס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמי לאנדאן »

שמי לאנדאן האט געשריבן:
עי' י''ג אורות חלק ג דף קלז א שיין ווארט אויף דעם פסוק בשם א תלמיד פון ר' ר' מענדל רימנוב
אין פסוק שטייט ותקח רבקה את בגדי עשיו בנה הגדול החמדת אשר אתה בבית ותלבש את יעקב בנה הקטן
ווייל יעקב אבינו וואלט זיך נישט אנגעטין קורצע מאדערנע קליידער (א כפרה אויף די ברכות אין זיך נישט אנגעטין קורצע מאדערנע קליידער) נאר עשו איז גיווען א גרויסע אין יעקב איז גיווען א קליינע האט ער גיקענט אנגעטין די קליידער
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”