פולמוס מסורת התרנגולת

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

נאך מכתבי שוחטים להיתר
Slide5.JPG
Slide5.JPG (74.79 KiB) געזען 3583 מאל

Slide6.JPG
Slide6.JPG (129.81 KiB) געזען 3583 מאל

Slide7.JPG
Slide7.JPG (74.16 KiB) געזען 3583 מאל
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

נאך איינס
Slide8.JPG
Slide8.JPG (84.17 KiB) געזען 3583 מאל
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

און וואס איז מיט הגאון הגדול, ר' משה זאב זארגער, איז ער נישט גענוג באהאווענט אין שחיטת עופות ?
קוק זיין בריוו.
Presentation1.jpg
Presentation1.jpg (153.49 KiB) געזען 3579 מאל
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובה דורך בעאבאכטער »

א דאנק אייך פאר די שיינע און קלארע רייד, און פארן ברענגען די דאקומענטאציע.

הערה אחת קטנה שהם שתיים:
שמן למאור האט געשריבן: רוב רבנים ושוחטים פון ארה"ק פון די עדה ביז די ליטווישע און ספרדישע, זאגן אז די עוף איז א תרנגול, און דער עוף זעהט אויס פונקט ווי די בלעדי עוף, וואס דאס איז אן אראביש עוף וואס מ'פלעגט שחט'ן אין ארץ ישראל ביז פאר בערך 40 יאהר צוריק. רבנים לאיסור ממש איז נאר הרה"ג ר' משה בראנדסדאפער ואחיו הרה"ג ר' שמואל. שוחטים לאיסור איז נישט דא געהעריג, דער מכתב השוחטים אויף וואס דער ראב"ד האט צוגעשריבן לאיסור, האבן צוריק געצויגן מיט די טענה מ'האט זיי נישט געברענגט דעם ריכטיגען בראקל. דער ראב"ד זעלבסט זאגט אז ער האט נאכנישט גענוג קראנטע עדות אויפן מסורה פונעם בראקל אז מ'האט דאס גע'שחט'ן, אבער נישט אז ער זעהט אין דעם עוף סימני טומאה חלילה.

אין חו"ל איז נאכנישט דא קיין מכתבים אבער כפי השמועה איז דא כמה שוחטים להיתר וביניהם ר' הערשל ווייס מקר"י, רבנים להיתר איז הרה"ג ר' הלל וויינבערגער ועוד, לאיסור איז הרה"ג ר' משולם פאלאטשעק (כפי השמועה).

ראש האוסרים ואשר עומד עדיין באיסורו בכל התוקף, האט געשריבן צוויי מכתבים לאסור את העוף ולפסול את עדות המעידים על המסורת, אן איין געהעריג הסבר וראי' לדבריו.

שמן למאור האט געשריבן: דאס איז קלאר, אז אונז אייוועלט שרייבער'ס האבן נישט וואס אריינצורעדן בנושא, ס'דא גאנצעטע סוגיות הש"ס ופוסקים דורכצוטוהן פאר מ'פסקנט אפ מסורת און סימני טהרה.
דערווייל איז דער מדובר די עדות אויף זו מסורה און נישט בירור אויף סימני טהרת העוף,
חוץ לדעת ראש האוסרים וואס טענה'ט אז עס האט סימני דריסה אן געבן (געהעריג) הסבר,

אייוועלט מיטגלידער אין תורה רובריק פון אייוועלט ווילן און מעגן פארשטיין וואס איז דער מדובר, ס'איז אן ערנסטער ענין וואס איזה נישט נוגע בלויז לגבי כשרות העוף.

(אז מען רעדט שוין, לידיעת געלעכטער ליבהאבער, וויצן מיט ליצנות האבן דא קיין פלאץ! אנטשולדיגט)

ווען מכתבים של אוסרים און מתירים ווערן געשטעלט אין פאבליק וויל מען דאס אפלערנען און מען מעג פרעגן און דן זיין בדברים המובאים במכתבים.

על אחת כמה וכמה ווען עס איז דא א מהלך וואס איז בגדר חידוש, און נישט ווי מען איז צוגעוואוינט ביז היינט,
דהיינו מהלכים אין עדות מכחשת, מהלכים אין כשרות עדות, מהלכים אין קביעות מסורת, מהלכים פון אוסרים הסותרים דברי הפוסקים להיתר אן דן זיין בדבריהם ועל דבריהם כלל, ועוד,
געוויס אז מעג מען פרעגן, מעיר זיין, און אריינרעדן.


ס'איז נישט קאמפלעצירט כלל,
די צדדי האיסור וההיתר זענען כאמור זייער פשוט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

תגובה דורך ראספשע »

דער בריוו פון הרב אמיתי בן דוד [מח"ס שיחת חולין עמ"ס חולין] איז זייער שטארקע הוכחות און גאר אינטרעסאנט!!, ער בארירט וואס קיינער בארירט נישט
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ר׳ שמן היקר:

1) השו״ב ר׳ הערשל ווייס אוסר בפירוש. ואמר שמעולם לא ראה שישחטו עוף הבראקל.

2) לא ראינו שום מכתב מהשוחטים שאסרו שחזרו להתיר.

3) יש מכתב מג׳ שוחטים לאיסור. אדרבה הביא מכתב חזרה.

ר' הערשל זאגט אז מען האט דאס נישט גע'שחט'ן בכוונה, אדער אז ער האט נישט געזעהן מען זאל דאס שחט'ן?


ר׳ הערשל ווייס אוסר בתוקף את הבראקל ואומר כן לכל מי דבעי למידע כיון שמשונה הוא מאוד מכל התרנגולים שראה מעולם.


אין שום מכתב משוחט שאסר, שהחזיר להתיר. מי שנקט לאיסור מכבר אוסר עכשיו.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובה דורך בעאבאכטער »

ראספשע האט געשריבן:דער בריוו פון הרב אמיתי בן דוד [מח"ס שיחת חולין עמ"ס חולין] איז זייער שטארקע הוכחות און גאר אינטרעסאנט!!, ער בארירט וואס קיינער בארירט נישט
זיין יסוד ההיתר איז ווייל עס האט מסורת,
די שטארקע הוכחות איז בקביעות מין העוף, אז דאס איז דער עוף וואס מען געגעסן במסורת.

און דאס איז וואס די מתירים זענען דן, ביסוד ההיתר, מסורת העוף,

אין כשרות עוף איז די שטארקסטע ראי' די מסורת כאשר קבלנו מרבותנו במסורת.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובה דורך בעאבאכטער »

קיסריה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ר׳ שמן היקר:

1) השו״ב ר׳ הערשל ווייס אוסר בפירוש. ואמר שמעולם לא ראה שישחטו עוף הבראקל.

2) לא ראינו שום מכתב מהשוחטים שאסרו שחזרו להתיר.

3) יש מכתב מג׳ שוחטים לאיסור. אדרבה הביא מכתב חזרה.

ר' הערשל זאגט אז מען האט דאס נישט גע'שחט'ן בכוונה, אדער אז ער האט נישט געזעהן מען זאל דאס שחט'ן?


ר׳ הערשל ווייס אוסר בתוקף את הבראקל ואומר כן לכל מי דבעי למידע כיון שמשונה הוא מאוד מכל התרנגולים שראה מעולם.


אין שום מכתב משוחט שאסר, שהחזיר להתיר. מי שנקט לאיסור מכבר אוסר עכשיו.

במחילה מכבודכם, אתה לא ענית על השאלה שהרב "אלד וויליאמסבורג" שאל אותך,

נא לענות על השאלה, ונא גם להביא מכתבים משוחטים שהם יודעים בפירוש שהיה מקובל אצלם על עוף זה כאינו כשר, מחמת חסרון מסורת, או שהיו מכירים בו כעוף דורס וכדומה.

זה שאינם יודעים, או מעולם לא שחטו עוף זה, אינו אומר מאומה, לא לאיסור ולא להיתר.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

ווער עס וויל עסן איים סמך פון הרב בן אמיתי, יאכלו ענוים וישבעו.

שמן למאור האט געזאגט 2 זאכן:

שהשוחטים שאסרו חזרו להתיר. - נא להביא ראי׳
שר׳ הערשל ווייס מתיר - אינו כן. שהוא אוסר בפירוש עוף הבראקל.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

קיסריה האט געשריבן:ווער עס וויל עסן איים סמך פון הרב בן אמיתי, יאכלו ענוים וישבעו.

שמן למאור האט געזאגט 2 זאכן:

שהשוחטים שאסרו חזרו להתיר. - נא להביא ראי׳
שר׳ הערשל ווייס מתיר - אינו כן. שהוא אוסר בפירוש עוף הבראקל.

כאחד שמוכר. נא לא לדבר מר' הערשל
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובה דורך בלעטל »

יש חילוק.
אם לאו יודעים אודות מסורת יכולים לסמוך על מסורת ממקום אחר אבל אם יודעים שלא או שהיה עוף זה נמצא ולא השתמשו הוי כמקום שנהגו בו איסור
זיסקינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובה דורך זיסקינד »

אלט מאנרא האט געשריבן:דאס איז די גאלדנע וואס האט דערווייל נישט קיין ערעור.


לכאורה איז דאס נישט די טשיקנס וואס ווערט געשחט'ן דורך הג"ר הלל וויינבערגער,
דער פיקטשע פון די טשיק'ן וואס דו האס'ט ארויף געלייגט אונטער דעם נאמען פון די גאלדענע וואס האט דערווייל נישט קיין ערעור, דאס איז גענוי די זעלבע פיקטשע פון די "בראקל" פון ארץ ישראל, מ'זעה'ט דער זעלבע טשיק'ן אויך ביםם אסיפת הרבנים ביים ראב"ד הרב שטערנבוך, און ווי ס'זעהט אויס זענען די מערערים אויך אויף דעם,

מאידך די פיקטשעס פון די שחיטה דורך הג"ר הלל וויינבערגער, ווערט געזעה'ן טשיקן, שווארץ ווייס וואס "בראקל" האט אין ארץ ישראל האט אויך דער קאליר, אבער מ'קען נישט זעה'ן די גאנצע טשיק'ן, אבער וואס מ'זעהט יא דאס איז די פיס פון די טשיק'ן וואס דאס האט א מער א געלער קאליר, ענדליך צו אונזער טשיק'ן וואס אונז נוצן היינט, נישט ווי די "בראק'ל" פון ארץ ישראל וואס האט שווארצע פיס, ווי אויך די גאלדענע טשיק'ן וואס דו האסט געבריינג'ט האט אויך שווארצע פיס,
לגבי דער קאפ און אזוי אויך דער גרויסע פליגלען פון אונט'ן דאס קען מען נישט זעה'ן קלאראויף די פיקטשעס,
כי טוב השם
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

תגובה דורך לחם לשובע »

די עיקר נידונים אויף עופות וואס מען האט געמישט ביי זיין מינים טמאים, בציקער נמרץ.
דריי סוגיות זענען דא פאר דעהם
סוגית הגמרא אין חולין א מחלוקת אי חיישינן לזרע האב אדער נישט, להלכה איז נישט גע'פסק'ענט.
סוגית הגמרא בכורות טהור מטמא אינו מתעבר, אבער די חתם סופר איז זיך מסתפק אפשר איז דאס נאר ביי בהמות און ניט ביי עופות.
סוגיא אין בכורות אויב זה וזה גורם איז מותר אדער אסור.

די חתם סופר אין סימן ע"ד איז נאר מקיל ווען ס'איז א ספק טאמער די מאמע איז נרבע פון א מין וואס האט נישט קיין מסורת, טאמער די קינד איז דומה צי די מאמע, וואס דעמאלט קען מען אננעמען אז ס'נישט נרבע געווארן פון די מין טמא, בצירוף צי דעהם אז (ביי יענע ספעציפישע שאלה - בר אווזא הבר) איז דא פוסקים וואס האלטן אז אפילו די מין פון די טאטע איז כשר.

אין תשובת דברי דוד סי' מ"ו מ"ז מ"ח איז ער מתיר, אבער אין תשובת בית שלמה יו"ד ח"א קמ"ד ווערט עס גע'אסר'ט, אבער די ביצים איז ער יא מתיר.

ע"ע דרכי תשובה סי' פב ס"ק ד.
וע"ע תשו' בית אברהם בקונטרס משפט שלום
וע"ע שו"ת מנחת יצחק ח"ה סי' ל"א
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובה דורך בעאבאכטער »

הערה בעלמא:
די שוחטים - בכל מקום שהוא - זענען נישט אוסר און נישט מתיר.
זיי זענען מעיד צו זיין האבן יא גע'שחט'ן אדער מקבל געוועהן אז מען האט גע'שחט'ן עוף פלוני.
זיי זענען מעיד אז זיי האבן נישט גע'שחט'ן עוף פלוני, (אדער מקבל געוועהן כנ"ל)
קען אויך זיין און איז עדות פון אידן וואס האבן געטראגן צום שוחט אדער קיינמאל געטראגן צום שוחט וכדומה.

לויט די עדות ווערט נקבע דער היתר אדער דער איסור, התלוי במסורת.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

זיסקינד האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:דאס איז די גאלדנע וואס האט דערווייל נישט קיין ערעור.


לכאורה איז דאס נישט די טשיקנס וואס ווערט געשחט'ן דורך הג"ר הלל וויינבערגער,


ווי געשריבן אויבן האט הג"ר הילל און ר' הערשל ווייס גע'שחט'ן אן אנדערע עוף מיטן נאמען Barred Rock
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובה דורך חובב_ספרים »

חובב_ספרים האט געשריבן:..

דאס קונטרס מסורת טהרת עופות וואס זיי שיקין איז גאר אינטערסאנט, און האט אסאך ידיעות. אבער זיי שרייבען ווי זיי קענען אלץ, און זיי קענען נישט. איך האב דאס געכאפט אז איך האב געזען וואס זיי שרייבען אויף עמוד י"ב - "שאפיל והפלימות' בארד רוק הטבעי כו' מגיע למשקל של 5 ק"ג ומעולם לא היה תרנגולת בתפוצות ישראל במשקל זה". און דאס איז נישט ריכטיג. אין בלאט פון ברוקלין, י"ז ניסין תרנ"ז, איז א מעשה וואס א וויב האט גמאנט א שוחט, וואס האט גטריפנ'ט א הינדל, אין דאללאר. ער האט געטענ'ט אז דאס איז געווען נאר 8 פונד [כמעט 4 קילו] און לויט חשבון פון 7 סענטס א פונד איז 56 סענטס. עס שטייט נישט אז זי האט געדונגין אויפנ'ן פרייס, און מסתמא דאס איז געווען יודע, קומט אויס זי האט געטנ'ט דאס איז געווען בערך 7 קילו. לאמיר זאג'ן זי האט גערעכנט א העכער פרייס, איז דאס פארט שווער צום גלויבען אז דאס געווען אזוי פיל העכער אז דאס איז געווען וויניגער פון 5 קילו. בפרט א אין דער שוחט'ס טענה אז דאס איז געווען נאר 8 פוינד ליקט א הודאה אז בעצם האט דאס געקענט זיין מער.
אטעטשמענטס
פון צייטונג.JPG
פון צייטונג.JPG (41.71 KiB) געזען 3452 מאל
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1603
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובה דורך קיסריה »

בעאבאכטער האט געשריבן:הערה בעלמא:
די שוחטים - בכל מקום שהוא - זענען נישט אוסר און נישט מתיר.
זיי זענען מעיד צו זיין האבן יא גע'שחט'ן אדער מקבל געוועהן אז מען האט גע'שחט'ן עוף פלוני.
זיי זענען מעיד אז זיי האבן נישט גע'שחט'ן עוף פלוני, (אדער מקבל געוועהן כנ"ל)
קען אויך זיין און איז עדות פון אידן וואס האבן געטראגן צום שוחט אדער קיינמאל געטראגן צום שוחט וכדומה.

לויט די עדות ווערט נקבע דער היתר אדער דער איסור, התלוי במסורת.


וגם הם מעידים אם הוא משונה או לא.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

קיסריה האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:הערה בעלמא:
די שוחטים - בכל מקום שהוא - זענען נישט אוסר און נישט מתיר.
זיי זענען מעיד צו זיין האבן יא גע'שחט'ן אדער מקבל געוועהן אז מען האט גע'שחט'ן עוף פלוני.
זיי זענען מעיד אז זיי האבן נישט גע'שחט'ן עוף פלוני, (אדער מקבל געוועהן כנ"ל)
קען אויך זיין און איז עדות פון אידן וואס האבן געטראגן צום שוחט אדער קיינמאל געטראגן צום שוחט וכדומה.

לויט די עדות ווערט נקבע דער היתר אדער דער איסור, התלוי במסורת.


וגם הם מעידים אם הוא משונה או לא.

משונה מאכט נישט קיין איסור, עס מאכט נאר אז מען זאל זאגען אז די מסורה פון אנדערע עופות קען נישט ווערן געניצט אויף דעם עוף.
עס מיינט נאך נישט אז עס האט נישט קיין מסורה
.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

קיסריה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ר׳ שמן היקר:

1) השו״ב ר׳ הערשל ווייס אוסר בפירוש. ואמר שמעולם לא ראה שישחטו עוף הבראקל.

2) לא ראינו שום מכתב מהשוחטים שאסרו שחזרו להתיר.

3) יש מכתב מג׳ שוחטים לאיסור. אדרבה הביא מכתב חזרה.

ר' הערשל זאגט אז מען האט דאס נישט גע'שחט'ן בכוונה, אדער אז ער האט נישט געזעהן מען זאל דאס שחט'ן?


ר׳ הערשל ווייס אוסר בתוקף את הבראקל ואומר כן לכל מי דבעי למידע כיון שמשונה הוא מאוד מכל התרנגולים שראה מעולם.


אין שום מכתב משוחט שאסר, שהחזיר להתיר. מי שנקט לאיסור מכבר אוסר עכשיו.


יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט ר' הערשל הנ"ל, ער האלט שטארק פון דעם עוף, ווייל עס איז ממש ברור נישט געמישט, ער זאגט נישט אז ס'משונה, ער זאגט אז ס'האט אלע סימני טהרה, ער האט נאר אזא עוף קיינמאל נישט גע'שחט'ן, און ער לייגט צו דאס איז נישט קיין ריעותא, ווייל אזא עוף איז עפ"י דרך הטבע קיינמאל נישט אנגעקומען קיין אמעריקא ביז היינט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

ק/פ האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א איז שטארק נוטה לאסור בין עוף הבראקל ובין הברעד ראק, לאחר שבירר הן את חלק ההלכה והן את המציאות אחרי חקירות ודרישות משוחטים ותיקים עם מסורה.

איינער געהערט דערוועגן?
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

קיסריה האט געשריבן:ווער עס וויל עסן איים סמך פון הרב בן אמיתי, יאכלו ענוים וישבעו.

שמן למאור האט געזאגט 2 זאכן:

שהשוחטים שאסרו חזרו להתיר. - נא להביא ראי׳
שר׳ הערשל ווייס מתיר - אינו כן. שהוא אוסר בפירוש עוף הבראקל.


הרב קיסריה,

הרב אמיתי הוא הבקי מומחה שכל הרבנים סמכו ידיהם עליו כשיש איזה שאלה בדיני מסורה בעופות.. ואף העדה החרדית סומכים עליו בהרבה מקומות...

הבאתי מכתבים לעיל משני השוחטים בעד הבראקל, ועל העדות הנדירה נגד הנזיר מבראקל (ששם מובא רק העתקה ולא כתב ידם) התאריך ח' אב, והמכתבים בעד הבראקל הם בתאריך ט"ו באב. זה לא סימן שחזרו ?

וגם יש ווידיאו אצל הרב פר"מ שרואה העוף ומעידו ומחזקו.
אוועטאר
עת לדבר
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 27, 2016 2:15 pm
לאקאציע: ביים כלי

תגובה דורך עת לדבר »

שמן למאור האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:ר׳ שמן היקר:

1) השו״ב ר׳ הערשל ווייס אוסר בפירוש. ואמר שמעולם לא ראה שישחטו עוף הבראקל.

2) לא ראינו שום מכתב מהשוחטים שאסרו שחזרו להתיר.

3) יש מכתב מג׳ שוחטים לאיסור. אדרבה הביא מכתב חזרה.

ר' הערשל זאגט אז מען האט דאס נישט גע'שחט'ן בכוונה, אדער אז ער האט נישט געזעהן מען זאל דאס שחט'ן?


ר׳ הערשל ווייס אוסר בתוקף את הבראקל ואומר כן לכל מי דבעי למידע כיון שמשונה הוא מאוד מכל התרנגולים שראה מעולם.


אין שום מכתב משוחט שאסר, שהחזיר להתיר. מי שנקט לאיסור מכבר אוסר עכשיו.


יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאן מיט ר' הערשל הנ"ל, ער האלט שטארק פון דעם עוף, ווייל עס איז ממש ברור נישט געמישט, ער זאגט נישט אז ס'משונה, ער זאגט אז ס'האט אלע סימני טהרה, ער האט נאר אזא עוף קיינמאל נישט גע'שחט'ן, און ער לייגט צו דאס איז נישט קיין ריעותא, ווייל אזא עוף איז עפ"י דרך הטבע קיינמאל נישט אנגעקומען קיין אמעריקא ביז היינט.

ר' הערשל הנ"ל אומר שלדעתו יש להנהיג לאכול העוף הנקרא ביר"ד רא"ק. ולזה יש מסורה משנת תק"פ (גם שמעתי שהרה"ח ר' יושע מארקאוויטש מקר"י אשר במאנרא, שוחט ואוכל רק העוף הזה)
You can alter your life, By altering your attitude (credit: walter james)

to apply for a bilt credit card use this link https://bilt.page/r/DAX2-0KZ3
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובה דורך מחזור »

שאלה
איז בראקל (גאלד זילבער) די זעלבע ווי ביר"ד רא"ק?
אויב נישט, איז די שאלה אויף בראקל אין אויף דעם איז דא שוחטים לכאן ולכאן, אבער ביר"ד רא"ק האלט יעדער אז ס'האט א מסורה?
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובה דורך שמן למאור »

בראקל איז א ארגינעלע עוף, מיט איין יחוס, בארעד ראק איז אנדערע סארט, א געמיש פון בארעד מיט ראק.

בארעד ראק האט א מסורת, מ'האט דאס זיכער גע'שחט'ן משך הדורות, אבער מ'קען נישט מברר זיין די חלק הכלאה אויב ס'איז היינט צו טאג'ס געמישט מיט עופות שאין עליהם מסורה.

בראקל איז זיכער נישט געווען קיין שום הכלאה מיט אנדערע מינים, בראקל איז א היסטאריש ריינע עוף. אבער מ'איז דן אצינד צו ס'האט א מסורה.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

יישר כח אלע מגיבים דא, א אויסנאם שיינע אשכול
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פארשפארט

צוריק צו “כשרות המאכלים”