פולמוס מסורת התרנגולת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:09 pm

ס'איז נישט אמת אויך.
ווייל די גאנצע אינוועסטמענט פון די בראקעל, איז סיי ווי געגאנגען אין דער ערד, מ'האט גענומען א בראקעל מיט עפעס אנדערש... און ס'איז אויסגעקומען א טשיקן אן פלייש, מ'קען גארנישט טון דערמיט.
יעצט הייבט מען בראקעל מיט בראקעל פון דאסניי

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:29 pm

קיסריה האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:קיסריה,

ווער עס ליינט די בריוון פון די רבנים מובהקים רבות בשנים לאויוש"ט שפירט ווי דא איז מען דן אויף אן ערענסטער שאלה, מיר זענען נישט חושד ח"ו די רבנים אין בלאף.


ס׳איז דא אוסרים און ס׳דא מתירים. און אלע צדדים האבן גדולי ישראל צו זייער זייט. ומה לנו להכניס ראשינו?

נאך עפעס שווער?

ובכלל. אויב איז דא דערויף א שאלת חכם איז עפעס א ספעציעלער ענין מיר זאלן עס דייקא עסן גע׳פארסט׳ערהייט ווייל אינוועסטערס האבן אינוועסטירט? זענען מיר די השקעה דא?


מען האט אינוועסטירט ווייל גדו"י האבן געפאדערט אז מען זאל עס ברענגן פאר א צורך,
עס איז נישט געווען אן אינוועסמענט ווי נגידים האבן געזיכט ביי רב וואזנער ז"ל אז ער זאל זיי ברענגן א געשעפט פאר מסחר.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:50 pm

רצון טוב האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:קיסריה,

ווער עס ליינט די בריוון פון די רבנים מובהקים רבות בשנים לאויוש"ט שפירט ווי דא איז מען דן אויף אן ערענסטער שאלה, מיר זענען נישט חושד ח"ו די רבנים אין בלאף.


ס׳איז דא אוסרים און ס׳דא מתירים. און אלע צדדים האבן גדולי ישראל צו זייער זייט. ומה לנו להכניס ראשינו?

נאך עפעס שווער?

ובכלל. אויב איז דא דערויף א שאלת חכם איז עפעס א ספעציעלער ענין מיר זאלן עס דייקא עסן גע׳פארסט׳ערהייט ווייל אינוועסטערס האבן אינוועסטירט? זענען מיר די השקעה דא?1@ז


מען האט אינוועסטירט ווייל גדו"י האבן געפאדערט אז מען זאל עס ברענגן פאר א צורך,
עס איז נישט געווען אן אינוועסמענט ווי נגידים האבן געזיכט ביי רב וואזנער ז"ל אז ער זאל זיי ברענגן א געשעפט פאר מסחר.


ע״ז אנו דנין: הגר״מ בראנדסורפער זאגט אז מ׳האט געדארפט פרעגן כדת מה לעשות קודם - און נאכדעם משקיע זיין. נישט פארקערט.

חוץ מזה איז דען דער דיון אז די השקעה איז געווען לשם שמים אדער נישט. דער דיון איז צי מ׳דארף עס מתיר זיין צוליב הפסד מרובה. און לאמיר זאגן אז ס׳איז געווען לשם שמים.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:01 pm

די נידון איז דא אז גדו"י האבן משקיע געווען
די שטעלסט אהער די זאך אז ס'סך הכל אפאר אינוועסטאר'ס ווילן צווינגען די המון צו צאלן זייער ביזנעס אינוועסמענט, און האבן נישט געפרעגט פארן אינוועסטירן כדת מה לעשות.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:07 pm

רצון טוב האט געשריבן:די נידון איז דא אז גדו"י האבן משקיע געווען
די שטעלסט אהער די זאך אז ס'סך הכל אפאר אינוועסטאר'ס ווילן צווינגען די המון צו צאלן זייער ביזנעס אינוועסמענט, און האבן נישט געפרעגט פארן אינוועסטירן כדת מה לעשות.


לא נכון.
מטענותיו של הגר״מ בראנסדורפער שליט״א.
איך ציטיר בלויז וואס ער זאגט.

פארוואס האט ער נישט קיין רעכט צו זאגן זיין דעת תורה?

וואס גייט דא פאר?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:15 pm

קיסריה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די נידון איז דא אז גדו"י האבן משקיע געווען
די שטעלסט אהער די זאך אז ס'סך הכל אפאר אינוועסטאר'ס ווילן צווינגען די המון צו צאלן זייער ביזנעס אינוועסמענט, און האבן נישט געפרעגט פארן אינוועסטירן כדת מה לעשות.


לא נכון.
מטענותיו של הגר״מ בראנסדורפער שליט״א.
איך ציטיר בלויז וואס ער זאגט.

פארוואס האט ער נישט קיין רעכט צו זאגן זיין דעת תורה?

וואס גייט דא פאר?


יעדער מורה הוראה האט די רעכט, און איז מחוייב צו זאגן דעת תורתו.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:17 pm

מכתב משוחט עתיק בעדה החרדית, הר"ר שלמה ציפפער.
Slide1.JPG
Slide1.JPG (343.83 KiB) געזעהן 2830 מאל


Slide2.JPG
Slide2.JPG (178.01 KiB) געזעהן 2830 מאל


Slide3.JPG
Slide3.JPG (124.69 KiB) געזעהן 2830 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:22 pm

קיסריה האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:די נידון איז דא אז גדו"י האבן משקיע געווען
די שטעלסט אהער די זאך אז ס'סך הכל אפאר אינוועסטאר'ס ווילן צווינגען די המון צו צאלן זייער ביזנעס אינוועסמענט, און האבן נישט געפרעגט פארן אינוועסטירן כדת מה לעשות.


לא נכון.
מטענותיו של הגר״מ בראנסדורפער שליט״א.
איך ציטיר בלויז וואס ער זאגט.

פארוואס האט ער נישט קיין רעכט צו זאגן זיין דעת תורה?

וואס גייט דא פאר?


פארוואס ברויך מען פונקט פרעגן ר' משה בראנדסדארפער פארדעם.

איז נישט גענוג צו פרעגן (באקומען א שליחות) און באקומען די פסק הלכה פון גאב"ד, הגרמש קליין, הגרמז זארגער, הגרשי הירש, רב וואזנער, הגרנ קרליץ, ועוד ועוד, וואס האבן געגעבן זייער חוות דעת פאר דריי יאהר צוריק, נאך בעפאר מ'האט אנגעהויבן צו אינוועסטן.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:28 pm

מעג הגרמי״ל לאנדא שליט״א יא זאגן זיין חוות דעת? אדער דארף מען דעם אלטן רב אויך פארמאכן דאס מויל?

מעג דער ראב״ד יא זאגן זיין מיינונג, צי דארף ער אויך רשות פון די חשוב׳ע פוסקים דא אין אונזער וועלטל?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:33 pm

איינער פארמאכט דא איינעם'ס מויל? איינער האלט דא אפ פון זאגן א מיינונג? כ'ווייס נישט וואס אייער פראבלעם איז.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:36 pm

״פארוואס ברויך מען פונקט פרעגן ר' משה בראנדסדארפער פארדעם״?

וואס מיינט דאס?
מיינע דאס אז יעדער רב האט א רעכט צו זאגן זיין מיינונג?

אדער איז דאס דער היפוך, צי וואס פרעגט מען פונקט ר׳ משה בראנסדארפער?

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:37 pm

כ'האב געמיינט אז איך וועל גארנישט שרייבן אין דעם נושא, פשוט ווייל איך בין נישט באקאנט דערין. אבער איך ווארט א גאנצער צייט אז די רבנים זאלן ארויסקומען מיט זייערע מיינונגען.

אבער דער לעצטער בריוו דא בשם א שוחט ר' שלמה ציפער האט מיך ארויסגענומען פון די כלים.

פארוואס ווען מען טוט דורך אזא וויכטיגע נושא וואס דארף ווערן אראפגעשטעלט אן הלכה נישט נאר פאר די גאנצע וועלט, נאר אויך פאר די קומענדיגע דורות, זאל מען שרייבן אזא בריוו וואס שפריצט ארויס שנאה דערפון, און געשריבן אויף א פערזענליכע אנגרייף.

דער גאנג פון אנגרייפן רבנים אז זיי זאלן האבן פרעשער נישט צו זאגן קיין מיינונג, אדער גאר מיטשטימען-שווייגן מיט א פארקערטע מיינונג וואס זיי האלטן, איז א זאך וואס מען דארף עוקר זיין מן השורש (גערעכט אז דער רב דארף מקיים זיין דעם לא תגורו, אבער מען דארף אים נישט שטארקער מאכן דעם נסיון).

להוי ידוע איך ווייס נישט ווער ר' שלמה ציפער איז, און מעגליך אז אלע איינגערינגעלטע ווערטער האבן שוין אנדערע צוגעלייגט (עס איז דאך איינגערינגלט...), אבער ווי אזוי שעמט מען זיך נישט מפרסם צו זיין אזא בריוו.

איך האב שוין געזען דא עטליכע וואס האבן זיך אביסל אפגערעדט אז מען לייגט פרעשער אויף די רבנים, איך האב עס אבער נישט געזען, איך האב געקלערט אז אפשר ווייסן זיי פון וואס איך ווייס נישט. אבער יעצט זע איך דאך דאס באשיינפערליך אז זיי זענען גערעכט.

לא זו הדרך! מיר זענען אידן און מיר ווילן אז די רבנים זאלן קענען מברר זיין די הלכה בישוב הדעת, און קענען זיך אפילו קריגן און מקיים זיין דעם והב בסופה, אבער נישט מיט קיין פאשקעווילישע געשרייבעכט.

נ.ב. איך קען נישט ר' משה, איך האב אים אפשר נאך קיינמאל נישט געזען.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:40 pm

קיסריה האט געשריבן:״פארוואס ברויך מען פונקט פרעגן ר' משה בראנדסדארפער פארדעם״?

וואס מיינט דאס?
מיינע דאס אז יעדער רב האט א רעכט צו זאגן זיין מיינונג?

אדער איז דאס דער היפוך, צי וואס פרעגט מען פונקט ר׳ משה בראנסדארפער?

כ'זע נאכאלץ נישט ווי דא שטייט אז דער רב טאר קיין מיינונג נישט האבן, דא שטייט א פראגע פארוואס דארף דער אינוועסטער פרעגן בעפאר ער אינוועסט דערין יעדע רב'ס מיינונג, ווען ער האט די ליסטע רבנים אויסגערעכנט.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:47 pm

טויזענטער בארעד ראק עופות וועלן גע'שאכטן ווערן אין מהדרין און קאהן וומ"ס די קומענדיגע טעג.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 590
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:50 pm

אויב א רב איז מברר א הלכה, קומט נישט פאר ״אונז״ זחוחי לב, קטני דעת ונמוכי קומה צו פרעגן: פארוואס דארף מען אים פונקט פרעגן?

ער האט א רעכט צו זאגן זיין חוות דעת צי עס שמעקט מיר יא אדער נישט.

דאס איז א בזיון תלמידי חכמים צו רעדן אזוי. און קיינער פון די צד האוסרים האט נישט אראפגעריסן דעם צד המתירים. און מען עקספעקט דעם זעלבן רעספעקט אויף צוריק.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:58 pm

קיסריה האט געשריבן:אויב א רב איז מברר א הלכה, קומט נישט פאר ״אונז״ זחוחי לב, קטני דעת ונמוכי קומה צו פרעגן: פארוואס דארף מען אים פונקט פרעגן?


אויב קומט מען מיט טענות
אז אינוועסטירער דארפן פארדעם אנפרעגן ביי א דע"ת פארן אינוועסמענט און נישט נאכדעים
מעג מען ענטפערן אז מען האט יא אנגעפרעגט ביי א ליסטע רבנים, און בשליחות גדו"י אינוועסטירט, און מען איז נישט מחוייב צו ארומשיקן צו אלע חשובע און בארימטע ת"ח ומורי הוראה צו נעמען זייער הוראה דערויף.
פארקערט הייסט טערארזירט, אויב איז א איד נאר בארעכטיגט צו אינוועסטירן על פי הוראת גדו"י אין עופות אויב אנדערע קענען אים פארהאלטן היתכן פרעגסט נישט ביי אלעמען, דאס הייסט ליבערשט אריינגעגאנגען אין דיין סארט טענה.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:58 pm

ר' איד איר האט מיר דערווייל נאכנישט געענטפערט, דא האט קיינער נישט געזאגט פאר קיין שום רב אז ער האט קיין רעכט נישט צו זאגן זיין מיינונג.

דא האט סך הכל א ניק מסביר געווען דעם אינוועסטירער'ס מהלך, וואס מען האט פראבירט זיי אראפרייסן ווי כאילו זיי האבן זיך אריינגעלאזט אין א זאך אן פרעגן. דערויף איז געקומען די תשובה זיי האבן יא געפרעגט א גאנצע ליסטע מיט רבנים, און די אינוועסטירער האבן געהאלטן צו וואס דארף מען אנפרעגן יעדן איינציגן רב דערוועגן?

קיינער האט נאך דערווייל נישט געזאגט דא אז דער רב האט נישט קיין רעכט צו זאגן זיין חוות דעת.

אופס מען האקט

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:21 am

שמן למאור האט געשריבן:אחר כל סוגיא דנשר בלייבט דריי סימני עוף טהור, און להלכה נעמט מען אן אז עוף נאכל במסורת.


נישט פיר? דורס, זפק, קורקבן נקלף, אצבע יתירה?

שמן למאור האט געשריבן:ס'ידוע וואס די רמב"ם זאגט אויף מאכלי אסורות, ואין לך מאכל אסור יותר מעופות טמאים....


וואו שרייבט דאס דער רמב"ם?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:37 am

די @קיסריה ליילעך ווי כאילו די נושא איז הפסד ממון און מען זיכט דא צו ראטעווען אינוועסטירער, קוקט באמת אויס אז די מעשה איז קאפויער, די געלט אינטערעסען פון אסאך פלייש סוחרים איז אז די ביליגערע עוף זאל בלייבן אין מארק.

אז די שקצים הידועים שיקן דאס
עוף הבראקלי כבר נאסר ממילא
מפני גם אם יתירו כבר הכל יודעים כי יש עליהם שאלות חמורות ולא הכשירו מיד רק בדוחק גדול בגלל הפסד מרובה ודומיו, מי שהשקיע כאן הפסיד פעם אחרת שיידע שקודם שואלים ואחר כך קונים
ווער דארף נאך בירורים ?

חובב_ספרים
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

תגובהדורך חובב_ספרים » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:12 am

קיסריה האט געשריבן:ע״ז אנו דנין: הגר״מ בראנדסורפער זאגט אז מ׳האט געדארפט פרעגן כדת מה לעשות קודם - און נאכדעם משקיע זיין. נישט פארקערט.

רבנים האבין געווען אריינגעמישט פון אנהייב. הגרא"ד לימאנאוויץ שליט"א מו"ץ בעדה"ח האט דאס ממש געשטופט. אפשר רמ"ב מיינט זיי האבן געדארפט אים פרעגן. פארוואס?

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:36 am

שמן למאור האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:יודעי דבר זאגן אז וויבאלד דא רעדט מען פון א שרעקליכער געלט שאדן פון פינף מיליאן דאלאר ממילא וועט די ביד״צ עס מתיר זיין צוליב הפסד מרובה.

אויף דעם שרייבט טאקע הגר״מ בראנדסדורפער אז זיי האבן געדארפט פרעגן איידער מ׳האט אינוועסטירט.

למעשה מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז די אינוועסטירער וועלן טאן אלעס בעולם עס מתיר צו זיין, און אויך אסר׳ן דעם בלאדי.


רב קיסריה שאלתי כבר פעם אחת, ואשנה ואשלש, מהיכן נובע השקר שהוועד למסורת העופות רוצים לאסר הבלעדי ?

וועוד זאת אדבר, שהמשקיעים שאלו מכמעט כל הרבנים ובתוכם הראב"ד לפני שהחלו, רק הגר"מ והג"ש בראנדסדורפער לא שאלו.

אינו נכון כלל.
בתחילת הענין קיבלו מכתבי המלצה וברכה ממרנן הגאב"ד והראב"ד שליט"א, לאחר מכן הלכו העסקנים הללו ומצאו את עוף הבראקל שלפי דעתם אין בו את כל החששות והחלו לגדלו ללא שאלת פי הבד"ץ שליט"א, וכעת לאחר מעשה הם באו לבד"ץ בבקשה להתירם.
בתר דעבדין מתמלכין.

לויט ווי איך הער זענען אלע חברי הבד"ץ זיך מתנגד צום נייעם עוף, און דער גאב"ד האט דעמאלטס געזאגט פאר די עסקנים אז ער לאזט דאס צו נאר אויב דער בית דין וועט דאס צו לאזן.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:10 am

היסטאריע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אחר כל סוגיא דנשר בלייבט דריי סימני עוף טהור, און להלכה נעמט מען אן אז עוף נאכל במסורת.


נישט פיר? דורס, זפק, קורקבן נקלף, אצבע יתירה?

ס'דא צוויי סימני טומאה, דורס, קולט מן האויר, און דריי סימני טהרה זפק, וכו'

געלויבט
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:51 am

נאכן זעהן די אלע גערעדכט'ס דא אויף אונזער 'עולם גדול' וויל איך צושרייבן אפאר ווערטער.
א. מ'האט געפרעגט דעם ירושלימע'ר רב מיטן ראב"ד פארן טוהן אין דעם . אבער מ'האט נישט געזאגט פון וועלכע עוף מ'רעדט.
ב. רוב חברי הבד"ץ פון די העה"ח זענען נישט געחתמ'ט אויפן בריוו. (המקרא הזה אומר דרשני)
ג. שלמה ציפער איז קיינמאל קיין שוחט נישט געוועהן, נאר געהארבעט מיט יארן צוריק ביי די שחיטות "הגסות" פון די העה"ח.
ד. געהערט פון א עד נאמן אז הגר"ש וואזנער האט אויסגענומען בתנאי קודם למעשה אז ס'טאר קאסטן א פעני טייערער פון א עוף וואס מ'פארקויפט אין געשעפט.
ה. די אלע ברייון פון די מתירים איז ארויס געקומען נאכן אינוועסטירן ד.ה. אז בכל אופן איז דאס געוועהן בבחי' בתר דעבדין נאר זיי האבן געטראפן מתירים.
חומר למחשבה

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 6:08 am

ווי עס שיינט אויס יעצט איז דריי גרויסע שחיטות אין ארץ ישראל גייען נישט אריינעמען דעם נייעם בראקל עוף: א. די שחיטה פון עדה החרדית - כל זמן אז וועט נישט זיין קיין קלארן פסק הבד"ץ להיתר, ביז דערווייל דער ראב"ד שליט"א איז נוטה לאיסור און רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א מרבני ועד השחיטה אסר'ט עס אויך, פון די אנדערע זייט רבי שלמה יהודה הירש שליט"א מרבני ועד השחיטה איז נוטה להיתר. ב. שחיטת הגרמי"ל לנדא שליט"א גאב"ד בני ברק, הרב לנדא שליט"א איז נעכטן געווען באזוכן ביי די עופות אין בית שמש, ווי עס זעהט אויס איז ער שטארק נוטה לאיסור. ג. שחיטת הרב מחפוד, רבי שלמה מחפוד שליט"א איז געווען באזוכן אנהייב וואך ביים ראב"ד שליט"א, און אזוי ווי מען האט שוין געברענגט דא אויבן ביזדערווייל גייט ער נישט אריין נעמען די עופות ביי זיין שחיטה וואס איז זייער פאפולער, בפרט ביי אחינו הספרדים.

איך הער זאגן אז די וואס ווילן אריין ברענגען די עופות ביים ציבור האבן א פלאן צו שחט'ן די עופות אין א שלאכט הויז אין אשדוד געגנט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:47 am

לחם לשובע האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אחר כל סוגיא דנשר בלייבט דריי סימני עוף טהור, און להלכה נעמט מען אן אז עוף נאכל במסורת.


נישט פיר? דורס, זפק, קורקבן נקלף, אצבע יתירה?

ס'דא צוויי סימני טומאה, דורס, קולט מן האויר, און דריי סימני טהרה זפק, וכו'

ס'דא נאך איין, חילוק אצבעות


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט