סטאוו יא פיטא האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:דממה דקה האט געשריבן:הצעיר באלפי האט געשריבן:
די סנעק (קען זיין נאך) איז געבראקט’ס, אין עס ליגט אין די היימישע געשעפטן (ב.פ., ליקוואוד, מאנסי ואולי עוד) צוזאמען מיט אלע אנדערע כשר לפסח סנעק’’ס !
מדארף מעורר זיין די עולם אויף דעים !
געבראקט איז איין זאך, עס איז מאשין מצה.
אמת.
אבער ביי זייער אסאך יודען איז מאשין מצות נישט חמץ, הגם מען עסט עס נישט. משא’’כ געבראקט’ס איז מען יא מחמיר.
פאר אינטערסאנטקייט, וועלעכע קהלות עסן מאשין מצות אבער בראקן נישט?
צים עצם תשובה, ווי דממה שרייבט שוין, אלץ געבראקס קויפט מען פאר די קינדער וואס בראקן נאך, אבער חלילה צי האלטן אין שטוב מאשין מצות
כהאב קלאר געשריבען אז מעו עסט עס נישט, אבער מען האלט עס נישט פאר חמץ גמור.
די אהבת ישראל האט געגעבן פאר זיינע אייניקלעך, רבי יהודעלע, די ישועות משה, און תורת מרדכי, צו עסן מאשין מצות אלס קינדער !