איי-וועלט כשרות אפטיילונג

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר האבן פונקט געלערנט די וואך אין חק אז נישט ביי אלע זאכן זאג איך אז שלא כדרך הנאתו איז מותר, צב"ש כלאי הכרם מיט בשר בחלב זאגט דער רמב"ם זענען אסור אפילו שלא כדרך הנאתן.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אזוי קוקנדיג אויף א פעקל נאשעריי, האב איך א בליק געטאן אויף די לעיבל, זע איך אז אונטער די אינגרידיענטס שטייט אזוי :
none products contains pig fat
קען מיר איינער ערקלערן אין אידיש וואס דארט שטייט ?
די נאשעריי האט א הכשר...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 29, 2008 6:13 pm

ישתו ענווים וישבעו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייניקעל פון אהרן הכהן »

לחיים!! ענדליך האט זיך א רב המכשיר גענומען די מיה צו קוואליפיצירן די כשרות פון פארשידענע אלקאהאלישע געטראנקן אויף א ברייטן פארנעם

זעט דוגמא:
http://kosher-alcohol.com/Default.asp?P ... ntId=72354
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה
אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גימעל »

לחיים טובים ולשלום!

אוי ווי לאנג מיר קוקען שוין ארויס אויף דעם!

אבער ווי ס'זעט מיר אויס פון דיין לינק איז עס נישט קיין השגחה אויף קיין ברוינפן, ס'איז בלויז א מדריך א שטייגער ווי דאס וואס מ'האט שוין געברענגט אין די ברוינפען אשכול פון אנדערע כשרות ארגענעזאציעס, און ס'זאגט וועלכע ברוינפן'ס דארפן נישט קיין הכשר.
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אבער עס איז זייער גיט איינגעטיילט, עס האט בערך 4 קאטגאריעס

מהדרין
כשר
אני יודע
לא כשר

זייער א גיטע ארבעט

יעצט וועל איך קענען ווייזן פאר די מענטשן וואס זענען מוחה אייביג אויך די בעלי שמחות
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ישתו ענבים...
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

כשרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

צובאקומען א ידיעה פארוואס מען דארף א הכשר, און ווי ווייט מען דארף נאכגיין יעדע זאך פאר מען נעמט אריין אין מויל, אין 6 מינוט רופט 212-444-9899 #27
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

איך מיין מען ברויך אויך, אדער בעיקר, הערן די דרשה פון מאגרובער רב, דאס איז דארט אויף #28
וויינשטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויינשטאק »

באלאנגט דאס נישט ביי די האטליין אשכול? כמיין סאיז שוין דא עלטערע אשכולות וועגן כשרות סאבזשעקטס
און וואס האט יעצט פאסירט אז מדארף מחזק זיין כשרות? עפעס א סקאנדאל געווען?
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

וויינשטאק, גאנץ אמעריקא איז איין שטיק כשרות-סקאנדאל. (פרעג דיין רב אדער דיין).
וויינשטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויינשטאק »

פאכמאן, איך האב יעצט גערעדט צו מיין דיין, ער ווייסט נישט וואס דו ווילסט, ער זאגט א זאך מיט א פארלעסליכע הכשר וואס מהאט נאכנישט געהערט קיין סקאנדלן דערויף איז גלאט כשר!!!

און וואס מיינסט דו מיט גאנץ אמעריקא? טעקסעס? אריזאנא? פלעטבוש? ווער רעדט יעצט פון דארט? מרעדט פון די הכשרים פון היימישע געגענטער,
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

זייער פשוט, אין ארצה"ק מיט די השגחה פון עדה איז דא יעדע פאר טעג הסרת השגחות און סקאנדאלן, ובארה"ב, אחוץ די לעצטיגע פאליטישע סקאנדאלן איז "יאכלו ענווים וישבעו", ביי מיר הייסט עס איין שטיק כשרות סקאנדאל!
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

וויינשטאק האט געשריבן:א זאך מיט א פארלעסליכע הכשר וואס מהאט נאכנישט געהערט קיין סקאנדלן דערויף איז גלאט כשר!!!

אויב אזוי, דאן איז די דרשה פונעם מאגרוב'ער פאר דיר געאייגנט. שמעו ותחי נפשכם.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

פאכמאן האט געשריבן:
וויינשטאק האט געשריבן:א זאך מיט א פארלעסליכע הכשר וואס מהאט נאכנישט געהערט קיין סקאנדלן דערויף איז גלאט כשר!!!

אויב אזוי, דאן איז די דרשה פונעם מאגרוב'ער פאר דיר געאייגנט. שמעו ותחי נפשכם.

לאו דוקא פאר דיר מר. וויינשטאק, פאר אייער דיין איז עס עכ"פ זיכער געאיינגענט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
וויינשטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויינשטאק »

​יא ברודערלעך! איר זענט אלע ביטער גערעכט! כהאב יעצט אראפגעלייגט מיט קול דור האחרון ער ברענגט טאקע גאר שטארק ארויס די נקודה אז אלעס איז קארופטירט און איין שטיק סקאנאדל! מקען זיך אויף "קיינעם" נישט פארלאזן!!! כהייב אויף מיינע הענט!! (אויך גיי איך עס געבן מיין דיין צו הערן, סאיז זייער געאייגנט פאר,)
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

לדעתי מאכט מען א שטיקעל טעות, ס'נישט אז מ'קען קיינעם נישט געטרויען, נאר מ'טאר נישט סתם אזוי געטרויען איינעם ווייל מ'ווייס אז ער האט א זיבן רייעדיגע עטרה! ס'קען אמאל זיין אז דער רב המכשיר ווייס אליין נישט ווי קאמפלאצירט ס'איז דער פראדוקט אויף וואס ער לייגט זיין זיגעל.

ואגב דאגב, סתם אזוי אראפצורייסן רבנים ובעלי מכשירים וועט נאר פארערגערן די סיטואציע, אדרבה, ווען מ'ווייזט ארויס אז מ'וויל הערן וואס זיי זאגן, נישט נאר שרייען היתכן, וועלן די ערליכע בעלי מכשירים אייך מער ווייניגער געבן הסברים אויף אלעם.
אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאכמאן »

וויינשטאק, ביסט נישט שלעכט...

אבער ענפערן וועל איך נישט, ווייל מ'וועט אונז אריינפירן אין ... .... אריין
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אין איינע פון די אשכולת רעדט מען וועגן תנובה מילך האבעך זיך דערמאנט פון א בילד וואס ליגט שוין ביי מיר א לענגערע צייט.

אין מיין גראסערי העכער די מילך שאפע ליגט א בריעוו פון מרן הגאון הרב וואזנער שליט"א, ס'זעהט אויס ווי א תעודת הכשר פאר מהדרין תנובה, אבער כ'האב זיך געוואונדערט ווי רב וואזנער קומט צו געבן א הכשר, א זאך וואס כ'האב דערווייל נאכנישט געהערט. אבער נאכן גוט אפליינען דעם בריעוו קומט ארויס גאר אן אנדער בילד.

אט איז ווארט ביי ווארט דער בריעוו:

כבוד הרבנים השלמים הגאונים
ועדת מהדרין תנובה לאי"ט
אחרשה"ט בכבוד, בשביעות רצון שמעתי כי התמניתם בתפקיד חשוב לפקח על ייצור החלב וכו' אשר צריך להיות בגדר מהדרין. יה"ר שתעמוד לכם תורתכם ויראתכם לעשות ולפקח להביא רבים מאחב"י לכשרות אמת, ויה"ר שאל יצא ח"ו מכשול מתח"י, והקב"ה יעזור לכם ויברך את מעשה ידיכם, ובכל אשר תפנו תצליחו למען תוה"ק וקדושת ישראל.
ע"ז באעה"ח
מצפה לרחמי ה'
חי"ק


איינער זעהט דא עפעס א הכשר וכו'? לפי ראות עיני איז עס א מכתב ברכה אז מ'זאל מצליח זיין מעמיד צו זיין כשרות, אבער מ'הענגט עס אויף אין געשעפט, און דער קונה מיינט אז הרב וואזנער געט דעם הכשר, און פארוואס זאל מען עס נישט קויפן?!

אזוי זעמיר ליידער אויס היינט.
אטעטשמענטס
Rav Wosner.JPG
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

פארלאפענע וואך האט א געוויסע "העלט פוד" געשעפט אין וויליאמסבורג פארטיילט פאר די קונדן א געוויסע סיריעל מיטן נאמען "GO LEAN CRUNCH" פון די פירמע "KASHI". אויפן שאכטל (עס איז אביסל קלענער ווי א קארן פלעיקס שאכטל) שטייט בלויז די OU סימבאל.

וואו קען מען נאכקוקן די כשרות דערפון, און אויב מען מעג דאס אין מויל נעמען?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

פון די פראדוקטן וואס דער עולם איז זיך מקיל צו נוצן אָן -אדער בלויז מיט מינימאלן- הכשר זענען: קאווע, טיי, צוקער, זאלץ און עפל סיידער. (און אין אייראפע אויך פארשידענע פרוכט זאפטן ווי פון די פירמע "מיניט מעיד" א.ד.ג.).

א הויפט אורזאך דערצו איז, ווייל אמאל האט מען געוואוסט אז די זאכן האבן נישט קיין ערנסטן חשש (סיידן אום פסח).

איז אינטרעסאנט צו איבערגעבן וואס איך האב געהערט פון א רב, וואס אילוסטורירט ווי ווייט היינט איז אלעס כעמיש געמישט, און מ'קען זיך אויף גארנישט פארלאזן, בלויז אויף סייעתא דשמיא וואס דאס האט נאר אן ערליכער רב.

פאר פסח האט אים איינער געפרעגט צו מען מעג פארקויפן "מעל" אין די חמץ.
בפשטות וואלט מען געזאגט, אן אפענע פעקל קען אפשר זיין א שאלה אז ס'איז מעגליך צוגעקומען עטוואס וואסער דערצו וכדו'. אבער א פארמאכטע וואס קען זיין די פראבלעם?.
האט ער אבער נישט אזוי גע'פסק'עט, ווייל היינט צו טאג "בליטש" מען דאך די ווייץ. ממילא איז דא אן ערנסטן חשש חימוץ.

ווידער האט איינער געפרעגט אויף "הייוון" (ייסט). וואס בפשטות איז דאך דאס נישט קיין פראגע. וואס הייסט? דאס איז דאך שאור.
אבער ניין! היינט צו טאג איז די הייוון סינטעטיש, און עס האט מיט "זויערטייג" איינגעשטויסן פונקט ווי "אראנדזש סאדע" מיט מאראנצן...
עכ"פ מ'מעג עס געהעריג פארקויפן!

איר פארשטייט?
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

איך האב שוין געהאט אפגעבראטן די קאווע באנדלעך אויפן יו"ט פסח הבעל"ט, זעה איך אינעם "בליץ" ווי ר' יושע כ"ץ זאגט אז ס'קען זיין אן ערנסטן חשש ווייל די פאבריקן מישן אריין אויך דיקעפינעטעד באנדלעך, און דאס ווערט געמאכט מיט ווייץ.

כאטש איך שפיר אז די קאווע האט דעם געהעריגן מאס קאפין, טרוי איך זיך נישט צו פארלאזן דערויף, און בפרט מיט א חשש חמץ. און מ'וועט אי"ה נוצן היי-יאר געקויפטע קאווע מיט א גוטן הכשר.

איך בין עס מפרסם לתועלת הציבור אז מ'זאל וויסן נישט צו נוצן 'אליין געבראטענע באנדלעך' סיידן מען ווייסט אויף זיכער אז עס איז נישט דיס-קאפינירט.

וה' ישמרנו ממשהו חמץ, ויהי' לנו ולכל ישראל חג כשר ושמח.
מבית עבדים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבית עבדים »

איין עולה וואס די מכשירים טוהן איז, לפי עניות דעתי, דאס וואס זיי זענען נישט מפרסם די שאלות וועלכע האבן זיך געמאכט מיט די פראדוקטן.
דהיינו, אויב אויף א געוויסע אייטים האט מען זיך געדראפט פארלאזן אויף שיטות המקילים וכדומה וואלט עס געדארפט ערגעץ וואו דאקומענטירט ווערן, כדי אז די גאס זאל האבן די מעגליכקייט און מחליט זיין כפי רצונם.
איך רעד נישט פון ארומגיין און הענגען צעטלעך אויף אלע גאסן אז ס'איז דא א שאלה, איך רעד פון א וועב-זייטל אדער על כל פנים ווען מ'פרעגט עם זאל ער דאס זאגן בפה מלא.
ווען נישט איז ער אין מיינע אויגן פונקט אזוי חשוד ווי דער בעה"ב און מאנופעקטורער, אפשר נאך מער.

און, צום שלוס, אויב ס'איז גענוג א גרויסע שאלה אז דו האסט מורא טאמער וועט מען וויסען וועט מען עס נישט קויפן, דאן טו-בעד! דו טארסט נישט איינרעדן די וועלט אז הכל כשר וישר ויאכלו ענוים וישבעו למהדרין מן המהדרין. דאס איז שקר און אונאה און הכשלת הרבים.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

א אלטע טענה אבער די בעל מכשיר ארבעט פאר די קאמפעני אין נישט פאר די קאסטומער
אוועטאר
אבני שיש
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 30, 2010 2:23 pm
לאקאציע: אין די כלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבני שיש »

פארשריבן האט געשריבן:איך האב שוין געהאט אפגעבראטן די קאווע באנדלעך אויפן יו"ט פסח הבעל"ט, זעה איך אינעם "בליץ" ווי ר' יושע כ"ץ זאגט אז ס'קען זיין אן ערנסטן חשש ווייל די פאבריקן מישן אריין אויך דיקעפינעטעד באנדלעך, און דאס ווערט געמאכט מיט ווייץ.

כאטש איך שפיר אז די קאווע האט דעם געהעריגן מאס קאפין, טרוי איך זיך נישט צו פארלאזן דערויף, און בפרט מיט א חשש חמץ. און מ'וועט אי"ה נוצן היי-יאר געקויפטע קאווע מיט א גוטן הכשר.

איך בין עס מפרסם לתועלת הציבור אז מ'זאל וויסן נישט צו נוצן 'אליין געבראטענע באנדלעך' סיידן מען ווייסט אויף זיכער אז עס איז נישט דיס-קאפינירט.

וה' ישמרנו ממשהו חמץ, ויהי' לנו ולכל ישראל חג כשר ושמח.

נעכטן ביי א חוה"מ שיעור, האט ר' יושע בתוה"ד מסביר געווען, אז 'דיקאפינעיטעד' בונדלעך קענען ווערן געפראסעסד אויף צוויי אופנים, איינס איז דורך וואסער, וואס דאן איז נישט דא קיין חשש חמץ, אדער דורך קעמיקלס וואס איז געמאכט פון חמץ. דער חילוק צווישן די צוויי אופנים איז אז מיט וואסער ווערט פארלוירן דער קאפין וואס קומט ארויס, משא"כ ביי די קעמיקל פראסעס קען מען פארקויפן די רויע קאפין באזונדער אויפ'ן מארקעט.
דער חשש איז בעיקר פאר די וואס קויפן רויע בונדלעך אויפ'ן מארקעט, אן קיין מושג מהיכן מוצאו, וואס דאן קען זיין אויסגעמישט געהעריגע בונדלעך מיט 'דיקאפינעיטעד'. אבער די וואס קויפן רויע בונדלעך מיט א גוטן הכשר איז לכאורה קיין פראבלעם.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

.א כשר חזער פיסל, גלאט בית יוסף, אין א סופערמארקעט אין קווינס.
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... arket.html
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “כשרות המאכלים”