שכויעח פארן הערליכן הייליגן אשכול, און בפרט פארן פותח....
הנלענ"ד: מ'דארף און מ'מוז דאווענען און גיין צום דאקטער וכו', אבער דעס דארף מען מאכן אלץ א מצוה, א מצוה צו דאווענען (און א חיוב, ווי אויבנדערמאנט) און א מצוה פון ונשמרתם איז גיין צום דאקטער, אבער מ'דארף אריינבראקן אין זיך די הייליגע ווערטער פון בעל שם הק' ותלמידיו, אז נאר אמונה און נאר אמונה אינעם בורא כל עולמים ברענגט די ישועה. און אויך נישט טראכטן אז נאר אמונה ברענגט די ישועה... נאר פשוט 'האבן אמונה' אז אלעס איז גוט וכו' וכו', און נישט דער עיקר איז די אלע סגולות און פאטענט'ן און רפואות צו ווערן אויסגעהיילט, נאר בלויז ריין אמונה אינעם כל יכול, אזוי אז ווען ער האלט נישט אינמיטן דאווענען וכדומה, זאל ער זיין רוהיג ווייל ער ווייסט אז ער איז 'אזוי ווי' געזונט און שטארק און ס'איז איהם אלעס גוט'ס, ווייל דער באשעפער מאכט דאך נאר גוט'ס.
כ'האב געזעהן דענקיך נישט ווי, אז שלא בשעת'ן תפילה דארף מען זיין רוהיג שמחה'דיג וכו', אבער ווען סי'קומט צום דאווענען דא האלטעך נישט רוהיג, לאז ארויס דיינע אלע ווייטונגען, ווייל ווען טאטי פרעגט וואס גייט פאר מיט דיר באהאלט מען גארנישט פון איהם, מ'פלאצט מיט א געוויין און מ'פארציילט טאטי'ן אלעס וואס מ'גייט אדורך, און מ'בעט איהם ער זאל העלפן, ווייל ער און נאר ער קען העלפן, און ער און נאר ער וועט בעז"ה העלפן, און אלע חולי ישראל וועלן האבן א רפואה שלימה אכי"ר
רבוש"ע פארשטיי מיינע הארץ-דאגות אפי' כ'זאג נישט ארויס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8012
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
Re: רבוש"ע פארשטיי מיינע הארץ-דאגות אפי' כ'זאג נישט ארויס
זייער שטארקע ווערטער אין די אשכול
Re: רבוש"ע פארשטיי מיינע הארץ-דאגות אפי' כ'זאג נישט ארויס
רבותינו האט געשריבן:זייער שטארקע ווערטער אין די אשכול
יאפ!
זאל זיין שפתותיו דובבות..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!