קבלת התורה! וואס בין איך מקבל ?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלעס באשערט
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:06 pm

קבלת התורה! וואס בין איך מקבל ?

תגובהדורך אלעס באשערט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 5:18 pm

היות דער יום טוב שבועות איז שוין (כמעט) דא, אין א מזל'דיגער שעה. טראכט איך אויסצוגעבן מיינע געפילן אויפן סקרין, כאטשיג איך בין נישט קיין עקספיריענסד שרייבער.
און אויב איינער וועט דאך הנאה האבן וועט עס זיין בבחינת מתנת חנם.

די ספרים ערקלערן אז וועגן דעם ווערט די יו"ט שבועות אנגערופן "עצרת",
ווייל אנדערש ווי פסח און סוכות וואס די ספעציעלע מצוה פונעם יו"ט פארלאנגט א שווערע (אבער זיסער,עכ"פ אזוי דארף עס זיין) הכנה צו די יו"ט. פסח מיט די מצות און סוכות אויפצובויען די סוכה.

משא"כ שבועות איז נישטא קיין ספעציעלע מצוה, בלייבט נאר די חלק פון זיך אפהאלטן פון א מלאכה.

דערפאר פאסט די נאמען "עצרת" וואס דאס מיינט זיך צוריק האלטן פון א מלאכה.

אבער מיר האבן דאך יא א ספעציעלע מצוה וואס מיר זענען זיך נוהג אום שבועות, דאס עסן "מיליכיגס". וואס דאס איז ,בדרך אגב, פון מיינע באליבסטע מצוות, נא מתוך שלא לשמה..

די מנהג איז א הייליגער, וואס די ספרים זענען עס מבאר עפ"י פשט רמז דרוש סוד.

אבער איך וויל אראפברענגן וואס איך האב געהערט פון מיין ראש הישיבה שליט"א, כאטש די טייטש איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס, אבער דער לימוד איז מיר בשעתו אריין אין די ביינער.

עס זענען פארהאן טעג אין יאר וואס זענען פרייליכע טעג ווי שבת און יום טוב וואס דעמאלטס איז דא א חיוב צו עסן פלייש וויבאלד בשר ויין איז דאך משמח.

נאכדעם איז דא טעג וואס ווערן אנגערופן "ימים נמוכים" ווי די ניין טעג וואס דעמאלט איז אסור צו עסן פלייש. נו וואס עסט מען אנשטאט? מילכיגס!

צוליב דעם עסט מען שבועות קודם א מילכיגע סעודה און דערנאך א פליישיגע, צו ווייזן אז נישט קיין חילוק צו מ'איז פרייליך אדער נישט. וועלן מיר האלטן די תורה.

די טעג פון א בשר ודם איז קיינמאל נישט אויפ'ן זעלבן מצב.

צומאל איז ער אין א גוטן מוד און אמאל נישט. איין טאג גייט אים אלעס ברום המעלה און א אנדערע טאג איז ביי אים מיט'ן פיטום אראפ.

די זאך וואס די באשעפער וויל פון אונז איז, אים צו דינען נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב.(געהערט אמאל א גוטן טייטש, "ובכל מאדך -מיט אלע דיינע מודס")

און נאך מער ווי דעם, די באשעפער האט הנאה צו זעהן ווי א איד טוט זיין רצון דווקא ווען עס איז אים שווער.

ווי עס שטייט אין מאור עינים פ' יתרו, פארוואס האט אויסגעפעלט כפה הר כגיגית זיי האבן דאך געזאגט נעשה ונשמע?

נאר פשט איז, נשמע מיינט, ווען אלעס גייט גוט.

נישטא קיין שוועריגקייט וואס אונז רופן "מניעות". ס'וויל זיך לערנען און דאווענען. די יצה"ר שטערט נישט. בקיצור, מוחין דגדלות.

ווען עס איז "נשמע -מ'דערהערט", איז נישט א קינץ צו זאגן "נעשה". ווייל דעמאלטס איז עס א תאווה ככל התאוות..

אבער ווען מ'איז כופה די בארג, עס איז א זמן וואס עס לערנט זיך נישט, עס דאווענט זיך נישט, מ'האט נישט קיין נערווען צו גארנישט. און דאך איז מען זיך מתגבר.דעמאלט איז מען ריכטיג מקבל די תורה.

און דאס איז אונזער גאנצן תכלית. ווייל מלאכים,האט דער אייבערשטער אסאך. ער דארף אונז קליינע מענטשעלעך וואס זענען באשאפן געווארן מיט א גוף וואס שלעפט אראפ און עכ"ז שטארקן מיר זיך צו טאן זיין ווילן, פון דעם שעפט ער כביכול, נחת.

די זעלבע מיט די שכר וואס ערווארט אונז, טוב אחת בצער ממאה שלא בצער.

ביי די תפלה פון רבי נחוני' בן הקנה שטייט: שאנו עמלים והם עמלים אנו עמלים ומקבלים שכר והם עמלים ואינם מקבלים שכר.

פרעגט דער חפץ חיים האסטו אמאל געזעהן א מענטש וואס באקומט נישט באצאלט פאר זיין ארבעט? וואס מיינט דאס ואינם מקבלים שכר?

נאר די תירוץ איז, ווען דו נעמסט א בעל מלאכה דיר צו פארעכטן עפעס. און ער האט געארבעט ביטער שווער, אבער ער האט עס נישט געענדיגט. וועסטו אים

גארנישט באצאלן, פארוואס? ווייל דו דארפסט נישט זיין ארבעט, אלס דיר אויס זאל ער עס פארטיגען אין אפאר מינוט. די ווילסט זעהן די ארבעט קאמפליטלי דאן.

אנדערש איז ביים אייבירשטען וואס ער באצאלט אויף די עמל, לויט די פלאג וואס מען לייגט אריין.

דאס איז פשט שאנו עמלים ומקבלים שכר אויף די "עמל" באקומען מיר שכר.

ווען עס קומט די יום טוב שבועות וועלן מיר פראבירן זיך מקבל זיין אויסצופירן וואס עס שטייט אין די תורה אין אלע מיני מצבים. זאל עס זיין רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע מניעות.

אין מיט'ן הילף פונעם בורא דער נותן התורה וועלן מיר טאן וואס מיר דארפן אויפטוהן אויף דעם עולם.


להערה, באמת אויף דעם נושא זענען פול אלע ספרים מיט משלים און מעשיות כידוע, איך האב נאר אראפגעברענגט וואס איך געדענק אויפן מינוט.
והשנית, טוט מיר אנטשולדיגן, אויב עס איז נישט לויט די כללי הכתיבה.
א פרייליכן, געהויבענעם יו"ט
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12911
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג יוני 09, 2016 6:33 pm

שטארק הנאה געהאט!

פונקט געהערט נאכזאגען פון חתם סופר אז ביי חנוכה שטייט אז דער מנהג איז צו עסן גבינה, אבער שבועות שטייט נישט גבינה נאר מאכלי חלב. ווייל ווען מען מאכט גבינה פארלירט מען די מי חלב, די וואסער פון די מילך פאלט אוועק און עס גייט לאיבוד. מאכט מען דירעקט מאכלי חלב און נישט גבינה, צו צייגן אז זמן מתן תורתינו איז געגעבן געווארן פאר יעדן איינעם, אלע זענען אייניג געווען ביי קבלת התורה, כקטן כגדול.

דער זעלבער רעדנער האט געזאגט אז אויך דאס איז דער ענין פון הנה אנכי בא אליך בעב הענן, אז אפילו דער פארגרעבסטער איד וואס איז פארשווארצט ליידער מיט אלע גשמיות און טינוף, קומט אויך אן צו קבלת התורה און באקומט די תורה ווי יעדן איינעם.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11947
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 8:03 pm

זייער זייער שיין

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג יוני 09, 2016 8:20 pm

יישר כח!
שיינע געדאנק.
גוט אראפ געשריבען.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1132
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יוני 09, 2016 8:49 pm

זייער שיין און אינהאלטספול, און אז מען רעדט שוין יא האב איך געהערט א גוט ווארט פאר וואס עס הייסט שבועות מלשון צוויי שבועות,
ווייל צוויי שבועות זענען פארגעקומען ביי קבלת התורה איינס פון די יודישע קינדער צום רבוש''ע אז זיי וועלן איהם חלילה קיינמאהל איהם נישט פארלאזן און צווייטן'ס רבונו של עולם צו די יודישע קינדער אז ער וועט זיי אויף קיין שום אופן נישט אויפטוישן נישט קיין חילוק און וואס פאר א מצב יודישע קינדער וועלן זיין !!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יוני 09, 2016 10:14 pm

זייער א שיינע געדאנק!
בעצם שטייט אין די ספרים הקדושים אביסל פארקערט, אז חלב איז מרומז אויף ווייס - חסדים, און בשר אויף רויט - דינים (עפעס אזוי).
דער געדאנק איז אבער זער זעלבער, מ'ווייזט די קאנטראסט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג מאי 29, 2017 8:43 pm

האנטעך האט געשריבן:יישר כח!
שיינע געדאנק.
גוט אראפ געשריבען.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

צדק תרדוף
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:04 pm

תגובהדורך צדק תרדוף » דינסטאג מאי 15, 2018 4:25 pm

צוריק ארויפגעברענגט לכבוד חג השבועות הבעל"ט זייער א שיינע דערהער

צדק תרדוף
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:04 pm

Re: קבלת התורה! וואס בין איך מקבל ?

תגובהדורך צדק תרדוף » מיטוואך מאי 27, 2020 10:19 pm

.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט