גבורות ה' למהר"ל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

גבורות ה' למהר"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אזוי ווי אסאך אידן דא לערנען מהר"ל אויף פסח און מ'טרעפט זיך אן מיט טיפע, אבסטראקטיווע, מושגים וואס מ'האט קיינמאל נישט געהערט און געלערנט, און אסאך מאל געפונט זיך אחד מבני החבורה וואס קען מסביר זיין, עפן איך דעם אשכול אלץ א פלאץ ווי די זאכן זאלן קענען נתברר ווערן.


און פרק נ"ב איז ער מסביר פארוואס די גאולה האט געדארפט זיין דורך הקב"ה בעצמו, גייט ער אריין אין א שמועס אז ס'איז דא 3 זאכן וואס ווערט א הויה שלימה, מטר, חיה, און תחיית המתים. און וויבאלד דרס איז א הויה שלימה קען עס נישט קומען נאר דורך איינער וואס איז א פעל גמור דהיינו הקב"ה, אינדערמיט ווארפט ער אריין די חילוק פון צמחים און די 3 זאכן פארוואס צמחים הייסט נישט קיין הויה חדשה.

קען איינער מסביר זיין די חילוק ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

מהדורה חדשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

בשנת תשע"ה איז ארויסגעקומען א נייע מהודרה גבורת ה', ע"י הוצאת 'תפארת' ירושלים עיה"ק, וואס ווערט אנגעפירט דורך ר' שאול קלאר בן ידידינו הבלתי נשכח הרה"ח ר' חיים מרדכי קלאר ע"ה.

זיי האבן דארט פילע הוספות פון כת"י, א חלק פון די דברים חדשים מהכת"י האט שוין ר' פנחס גרומאן פון לאס אנדזשעלס ארויסגעגעבן, און ער האט דעם העתק הכת"י. און זיי האבן מוסיף געווען נאך פון דעם זעלבן כת"י. ווי אויך האבן זיי מוסיף געווען חלקים וואס דער מהר"ל האט אויסגעמעקט מיטן נאמען 'מחיקת הקולמוס'. צומאל איז עס א הוו"א און צומאל איז עס אביסל אנדערש ארויסגעברעגנט.
ווי אויך האבן זיין אריינגעדרוקט צום סוף באנד די פירושים דברי נגידים ולשון לימודים וואס זענען צום ערשט ערשינען אין הגדת מהר"ל פון ר' יודל ראזענבערג ע"ה, און זיי שרייבן דארט אז אפילו ס'דא מערערים אויף די חיבורים אבער וויבאלד רוב זענען שיינע ליקוטים פון דברי מהר"ל ברענגן זיי עס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

דו רעדסט פון די מהר"ל וואס ברענגט נאך אונטן פונעם דף דבריו הקדושים פון אנדערע פלעצער אויף די זעלבע ענין ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

סמארט גאי האט געשריבן:דו רעדסט פון די מהר"ל וואס ברענגט נאך אונטן פונעם דף דבריו הקדושים פון אנדערע פלעצער אויף די זעלבע ענין ?

ער האט דערמאנט הוצאת 'תפארת', און איהר רעדט פון הוצאת 'מכון ירושלים', וועלכע האט טויזענטער הערות דורך ר' יהושע דוד הארטמאן פון גאלדערס גרין לאנדאן, אזוי ווי ער האט געמאכט אויף אלע אנדערע ספרי המהר"ל. לפי ידיעתי איז נישטא נאך קיין איין אנדערע מהדורה פון גבורות וואס האט געמאכט בכלל עפעס אן ארבעט צו פארשטיין דבריו הקדושים. נעווער מיינד די קאלאסאלע ארבעט פון הרב הארטמאן. (הגם ער שמעקט מיר נישט צו אויסגעהאלטן מיט זיינע השקפות).

נישטא קיין בעסערער מפרש אויפן מהר"ל, ווי דער מהר"ל זעלבסט.
דאס וואס הרב הארטמאן ברענגט צו די גאנצע צייט ווערטער פונעם מהר"ל אליין אין אנדערע ערטער, גיט א געוואלד צו צו פארשטיין וואס ער מיינט.

נא_שכל האט געשריבן:בשנת תשע"ה איז ארויסגעקומען א נייע מהודרה גבורת ה', ע"י הוצאת 'תפארת' ירושלים עיה"ק, וואס ווערט אנגעפירט דורך ר' שאול קלאר בן ידידינו הבלתי נשכח הרה"ח ר' חיים מרדכי קלאר ע"ה.

זיי האבן דארט פילע הוספות פון כת"י, א חלק פון די דברים חדשים מהכת"י האט שוין ר' פנחס גרומאן פון לאס אנדזשעלס ארויסגעגעבן, און ער האט דעם העתק הכת"י. און זיי האבן מוסיף געווען נאך פון דעם זעלבן כת"י. ווי אויך האבן זיי מוסיף געווען חלקים וואס דער מהר"ל האט אויסגעמעקט מיטן נאמען 'מחיקת הקולמוס'. צומאל איז עס א הוו"א און צומאל איז עס אביסל אנדערש ארויסגעברעגנט.
ווי אויך האבן זיין אריינגעדרוקט צום סוף באנד די פירושים דברי נגידים ולשון לימודים וואס זענען צום ערשט ערשינען אין הגדת מהר"ל פון ר' יודל ראזענבערג ע"ה, און זיי שרייבן דארט אז אפילו ס'דא מערערים אויף די חיבורים אבער וויבאלד רוב זענען שיינע ליקוטים פון דברי מהר"ל ברענגן זיי עס.

מיינע צוויי צענט;
זיי האבן טאקע געמאכט א גוטע זאך מיטן אריינפלעכטן די כתב יד אינעם ספר, ווייל גאר אסאך מאל קומט צו מער הסבר, און אפילו נייע חידושים נפלאים, אבער (חלילה נישט צו קריטיקירן, נאר צו מעורר זיין מה שצריכים לתקן במהדורה הבא):
1) אפט געפונען זיך געדאפעלטע שטיקלעך וואס ווערן שוין געברענגט אינעם אלטן נוסח הגבורות.
2) די נייע שטיקלעך פון כתב יד זענען נישט אדורך א געהעריגע הגהה, און דערפאר איז דא דארט אומצאליגע טעותי הדפוס וועלכע פארשווערן דאס פארשטיין.
3) מיר קומט פאר אז זיי האבן געמאכט אסאך שינוים פונעם כתב יד וואס הרב גראמאן האט אריינגעשטעלט. (קען זיין אז זיי האבן אנדערש געלעזט דעם כתב יד).
4) בכלל האבן זיי נישט אריינגעשטעלט אלעס פונעם כתב יד, ס'נאך דא א געוואלד וואס פעלט.
5) ס'א שאד אז זיי האבן נישט אויבן אויף יעדן בלאט געשריבן וועלכע פרק מ'האלט דא, וואס דערפאר איז זייער שווער נאכצוקוקן אין אנדערע ערטער וואס דער מהר"ל צייכנט צו די גאנצע צייט. (נישט צו פארשטיין פארוואס א ספר אין אונזערע 2020 יארן זאל נישט צושטעלן אזא בעיסיק ראנינג העדער).
6) והאחרון הכביד את צערי, אז די חלוקת הפאראגראפן זענען נישט געמאכט ריכטיג, ס'איז קלאר אז דער וואס האט דאס געמאכט האט נישט גרונטליך דורכגעלערנט יעדן שטיקל צו וויסן ווי איבערצוברעכן. זייער אפט ברויך ווען זיין א נייע פאראגראף אינמיטן א שטיקל, וכן להיפך אז גאר אפט האבן זיי איבערגעבראכן דארט ווי ס'געהערט נאך צו פריער.

יעצט בנוגע צו עצם הכתב יד, היות ווי דערמאנט איז דא אומצאליגע שינוים צווישן הרב גראמאן (מכון מהר"ל), און הוצאת תפארת, און נאך מער; הרב הארטמאן הנ"ל ווען ער ציטירט פונעם כתב יד באציט ער זיך געווענליך לויט די עמודים פון גראמאן'ס דרוק, אבער גאנץ אפט איז ער משנה אביסל מיט א אות/ווארט אראפ/ארויף.

וואלט מיר זייער אינטערסעאנט געווען צו זען דעם עצם כתב יד אויב ס'איז שייך.
https://www.nli.org.il/en/books/NNL_ALE ... 205171/NLI
איז דא א וועג דאס אראפצונמעמען פון דארט?

אדער אויב איינער האט צוטריט צו א קאפיע, וואלט איך זייער דאנקבאר געווען.
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”