אייק מצות

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

אייק מצות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

איך זיך אינפארמיישן אויף די נייע לאו גלוטן - מעל וואס מקען באקומען די לעצטע פאר יאר פאר מצות מיטן נאמען 'אייק מצות', פון איינע פון די סאטמערע בעקערייען אין וויל"י.

1. צו איז זיכער די מעיל איז טאקע המוציא.
2. ווער זיינען די רבנים וואס האבן דורך געטוהן די נושא און קענען עס פונדערנאנט?

ייש"כ
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אז מען רעדט שוין אייק מצות האט מיר א יוד א דיין א גדול בתורה געזאגט אז די אלע מצות וואס זענען נישט פון ווייץ איז נישט אזוי לכדחילה ווייל די שיעור חימץ פון 18 מיניט איז נאר פאר ווייץ, ער וויל נישט נעמען קיין אחריות פאר ווער עס קען נישט אבער יודען וואס קענען יא עסן ווייץ זאלן נישט עסן איינדערע מינים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

קודם תיקון טעות, ס'הייסט 'איינקארן וויעט' נישט אייק. דאס איז א געהעריגע וויעט (חטה), אונזער געווענליכע וויעט איז אויך איינע פון די הונדערטער סארטן חטה וואס זענען פארהאנען

דא קענט איר טרעפן פונקטליכע אינפאמציע

נאך א תיקות טעות, נישט פאר וואס דארפן לאו גלוטן איז עס גוט. נאר פאר רובא דרובא. און מען מוז עס פרובירן מיט א קליין שטיקל פאר מען עסט, צו זעהן מען דערהייבט עס

1. יא
2. ס'איז בכלל נישט קיין שאלה אז מען זאל דארפן פרעגן א רב, דאס איז איינע פון פילע סארטן וויעט וואס איז דא, והוא פשוט מאוד. גראדע האבן דייני מהרז"ל דורך געטוהן פאר אריינברענגען אין די דארטיגע מצה בעקעריי
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

שוין שכוח הרב דארפסמאן פאר'ן אויפמערקן

דאס איז טאקע די מעלה פאר'ן איינקארן, אז ס'איז א געהעריגע חטה, אנדערש פון ספעלט וואס איז כוסמין
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Is it more expensive?
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

בערך $35 א פונט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

יענקעלע האט געשריבן:בערך $35 א פונט

דאס מיינט 10.00 מער ווי רעג.

וואס איז די מעלה דערפון ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

נישט האט געשריבן:קודם תיקון טעות, ס'הייסט 'איינקארן וויעט' נישט אייק. דאס איז א געהעריגע וויעט (חטה), אונזער געווענליכע וויעט איז אויך איינע פון די הונדערטער סארטן חטה וואס זענען פארהאנען

דא קענט איר טרעפן פונקטליכע אינפאמציע

נאך א תיקות טעות, נישט פאר וואס דארפן לאו גלוטן איז עס גוט. נאר פאר רובא דרובא. און מען מוז עס פרובירן מיט א קליין שטיקל פאר מען עסט, צו זעהן מען דערהייבט עס

1. יא
2. ס'איז בכלל נישט קיין שאלה אז מען זאל דארפן פרעגן א רב, דאס איז איינע פון פילע סארטן וויעט וואס איז דא, והוא פשוט מאוד. גראדע האבן דייני מהרז"ל דורך געטוהן פאר אריינברענגען אין די דארטיגע מצה בעקעריי

גאר אגרויסן טעות!!!

אחד מגדולי המומחים אין ווייץ, איינער וואס איז געווען פון די וואס האבן אויסגעטראפן די אריזונה ווייץ האט מיר געזאגט, אז ער איז געווען אין די פעלד פון די אייק מעיל, און עהם זעט עס אסאך מער אויס ווי קארן איידער ווי חיטה, און אויך די רבנים וואס האבן געפאסקענט אז סאיז המוציא זיינען אסאך געזעצן אויף דעם און נישט מיט אזא פשטות ווי די זאגסט!

דברי החוקרים והגויים אז סאיז דא צענדליגע ווייצן אינטער די קאטאגורי פון ווייץ, ציינו נאכנישט אז עפ"י תורה האט עס א דין חיטה,
סאיז עניינים חמורם הנוגעים לדאורייתא כגון קיום מצוות מצה ליל הסדר, סאיז גארנישט אזוי פשוט.

דערפאר זיך איך די נעמן פון די רבנים וואס האב געפאסקענט דערוועגן, כדי צו רעדן מיט זיי פערזענליך און הערן על סמך וואס זיי האבן אזוי געפאסקענט, ווייסט איר אפשר די נעמן פון די רבנים?
שוין 3 יאר וואס איך ניץ פסח אייק מצות, און כהאב געהערט די ווערטער פון דעם מומחה וואס איך קען גוט פערזענליך, האב איך עס בעסער געוואלט מברר זיין פאר איך גיי קויפן נאכאמאל.

2. ויק"י איז געבלאקט ביימיר, וועלט איינער געקענט אראפ ברענגן וואס זיי שרייבן? (נאר פאר אינטערסאנטקייט, ווייל להלכה זענען זייער ווערטער גארנישט ווערד).
לעצט פארראכטן דורך פעלעד אום זונטאג פעברואר 28, 2016 3:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

משוגעים מדאורייתא?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

ווישוואש האט געשריבן:משוגעים מדאורייתא?

:lol:
נכתב במהירות מיט א טאבלעט, נישט מיט א קומפיוטער, ממילא, דאס זיינען די תוצאות.
שוין פארראכטן!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פעלעד האט געשריבן:
אחד מגדולי המומחים אין ווייץ, איינער וואס איז געווען פון די וואס האבן אויסגעטראפן די אריזונה ווייץ האט מיר געזאגט, אז ער איז געווען אין די פעלד פון די אייק מעיל, און עהם זעט עס אסאך מער אויס ווי קארן איידער ווי חיטה.

?

גענומען פון דא
אטעטשמענטס
EinKorn.JPG
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

מיר האט א דאקטער אמאל געהייסען ניצען ספעלט האב איך געפרעגט א גרויסע מורה הוראה (מדייני מהרז"ל) האט מיר געזאגט אז איך זאל פרעגן דעם דאקטער צו אייק/איינקארן קען איך אויך ניצען, זאגענדיג אז ספעלט איז א בדיעבד ווייל עס איז נישט קיין ווייץ האט עס נישט די אלע קבלות פון 18 מינוט וכו', אבער אייק איז יא ווייץ און עס איז א לכתחילה (קען זיין אויך נאר פאר ווער עס מיז צוקומען דערצו).
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די ווייץ איז גאר שטארק פארמאכט, און דאס איז לכאורה א מעלה לגבי גשמים. און מעגליך צוליב דעם האט זיך געדאכט פאר'ן מומחה... אז ס'זעט אויס ווי קארן.

ווי אויך שרייבן זיי - אז בניגוד צו די היינטיגע ווייץ - איז די ווייץ נישט אדורך פילע טוישינגען דורך כלאים, איז מעגליך גאר דאס די ריכטיגע ווייץ וואס ס'איז געווען בימי חכז"ל?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואלישעי »

אני לא יודע למה אוכלים אייק ממילא אנני יוכל לומר אבל אם הסיבה הוא משום גלוטן יש כהיום לקנות מחטה אויטס oat
זה ברור שעושים המוציא
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

אויט איז דאך אויך נישט קיין ווייץ האט עס ווייטער נישט קיין קבלה
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

שמואלישעי האט געשריבן:אני לא יודע למה אוכלים אייק ממילא אנני יוכל לומר אבל אם הסיבה הוא משום גלוטן יש כהיום לקנות מחטה אויטס oat
זה ברור שעושים המוציא

אויט איז גאר גאר גאר א שלעכטע טעם, משא"כ אייק איז ווי געהעריגע ווייץ.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יענקעלע האט געשריבן:מיר האט א דאקטער אמאל געהייסען ניצען ספעלט האב איך געפרעגט א גרויסע מורה הוראה (מדייני מהרז"ל) האט מיר געזאגט אז איך זאל פרעגן דעם דאקטער צו אייק/איינקארן קען איך אויך ניצען, זאגענדיג אז ספעלט איז א בדיעבד ווייל עס איז נישט קיין ווייץ האט עס נישט די אלע קבלות פון 18 מינוט וכו', אבער אייק איז יא ווייץ און עס איז א לכתחילה (קען זיין אויך נאר פאר ווער עס מיז צוקומען דערצו).

אפשר שרייבט איר די נאמען פונעם דיין, אדרבה, איך זיך א דיין וואס האט מברר געווען איך זאל קענען הערן פון איהם קלארע ווערטער,
שרייבט ביטע דא אדער אין אישי זיין נאמען (און אויב איר האט זיין נאמבער) איך זאל עהם קענען רופן.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

farshlufen האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:
אחד מגדולי המומחים אין ווייץ, איינער וואס איז געווען פון די וואס האבן אויסגעטראפן די אריזונה ווייץ האט מיר געזאגט, אז ער איז געווען אין די פעלד פון די אייק מעיל, און עהם זעט עס אסאך מער אויס ווי קארן איידער ווי חיטה.

?

גענומען פון דא

די סייט וואס איר צייכנט אן איז געבלאקט ביי מיר, איז די בילד וואס האסט געברענגט א בילד פון אייק מעיל?
חוץ פון דעם, עס האט צוטון אויך וויאזוי סוואקסט, נישט נאר וויאזוי די קערעלעך זעהן אויס,
קען זיין דער מומחה האט גערעדט ווי סזעט אויס ביים וואקסן אז סאיז דומה מער צו קארן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35247
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר זעט נישט דעם בילד? דאס דארף צו זיין א בילד פון די ווייץ, דארט איז פארהאן בילדער פון די זאנגען אויך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

פעלעד האט געשריבן:
יענקעלע האט געשריבן:מיר האט א דאקטער אמאל געהייסען ניצען ספעלט האב איך געפרעגט א גרויסע מורה הוראה (מדייני מהרז"ל) האט מיר געזאגט אז איך זאל פרעגן דעם דאקטער צו אייק/איינקארן קען איך אויך ניצען, זאגענדיג אז ספעלט איז א בדיעבד ווייל עס איז נישט קיין ווייץ האט עס נישט די אלע קבלות פון 18 מינוט וכו', אבער אייק איז יא ווייץ און עס איז א לכתחילה (קען זיין אויך נאר פאר ווער עס מיז צוקומען דערצו).

אפשר שרייבט איר די נאמען פונעם דיין, אדרבה, איך זיך א דיין וואס האט מברר געווען איך זאל קענען הערן פון איהם קלארע ווערטער,
שרייבט ביטע דא אדער אין אישי זיין נאמען (און אויב איר האט זיין נאמבער) איך זאל עהם קענען רופן.

איר קענט רופן דער מומחה הרב שלמה אפרים סאנדעל וואס האט עס אריינגעברענגט, ער קען אייך געבן די נומערן און נעמען פון די דיינים
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

נישט האט געשריבן:

האט איינער אפשר זיין נאמבער?
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

נאך א בירור ביי א נאנטער פון פאפא דיין, און נאכן רעדן מיט הרב זושא כץ שליט"א די רב הממונה אויף די ווייץ ביי סאטמערע בעקערי פון מהרז"ל, איז די מעשה אזוי:
די ווייץ פון אייק איז קלאר א נייע סארט ווייץ, מהאט ארויס גענומען פונעם אינטערנעט אלעס וואס די חוקרים שרייבן וועגן דעם, און פאיע רב הרב וויינבערגער האט עס דורך געטון און געפאסקענט אז מקען זיך פארלאזן אז פשטות איז עס חיטה,
זיי קענען נישט צוזאגן אז סאיז, נאר סאיז אזוי שטארק מסתבר,
ממילא זאגן זיי קלאר, איינער וואס מוז עס נישט נוצן, עכ"פ פאר סדר נאכט וואס די מצות זיינען דאורייתא, זאל טאקע עס נישט ניצן, נאר איינער וואס סאיז ממש מסוכן פאר איהם גלוטן אדער שבולת שועל וכו', זאל עס נוצן,
און אויף די אנדערע טעג פון פסח, ממ"נ, אויב סאיז קארן, איז עס דאך נאר קטניות, און אויב סאיז א אנדערע וויית איז עס נישט ערגער ווי ספעלט.

עכ"פ מידי ספק גמור לא יצאנו, און סאיז נישטא קיין שום מענטש אויפן וועלט וואס קען עס מוציא מידי ספק זיין (כך לשונו של הרב כץ) ווייל קיינער קען עס נישט און סאיז נישטא קיין קבלה אויף דעם, ממילא איינער וואס מוז נישט, זאל עס בעסער נישט נוצן גאנץ פסח.

ואותו רב שפסק להרב 'יענקעלע' לעיל צו ניצן אייק ענדערש ווי ספעלט, צע"ג עליו, ווייל ספעלט איז לכו"ע מחמשת מיני דגן, און דער איינציגסטער וואס איז חושש אז מווייסט נישט די שיעור חימוץ, איז דער מנח"י, און מקען זיך שפארן אויפן תשובה זיינע און זאגן אז ער רעדט נישט פון ספעלט בכלל. משא"כ אייק וואס איז אלץ בלויז השערות על סמך כתבי הגויים ומה שמסתבר, בלי שום ידיעה אמיתית או קבלה.
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

זעהט אויס אז די דייני מהרז"ל האבן אנדערש אנגענימען
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יענקעלע האט געשריבן:זעהט אויס אז די דייני מהרז"ל האבן אנדערש אנגענימען

מרעדט דאך וועגן זיי,
רבי זושא כץ האט עס גערעדט מיט די רבנים פון מהרז"ל, ער איז דאך די ממונה אויף די מצות ביי זיי, און זיי זענען די איינציגסטע וואס מאכן די אייק מצות.

חוץ פון דעם, סאיז נישטא וואס צו האלטן אנדערש, דאס איז קלאר אז סאיז א נייע סארט ווייץ וואס איז נישט געווען אמאל, און דאס איז קלאר אז היינט איז דא צענדליגע סארט וייץ וואס איז נישט מוכרח אז מן התורה הייסט עס טאקע חיטה, און קיינער אויפן וועלט קען נישט זאגן זיכער אז דאס איז ממש חיטה, ווייל סאיז נישט...
אפילו אויפן גויאישן נאמען הייסט עס "אייקארן" מיטן ווארט קארן אין זיך.

אדרבה, איך וויל באמת וויסן, שרייב מיר אין אישי דער רב'ס נאמען, און איך וויל איהם ריפן פשוט הערן וואס ער האט צו זאגן דערוועגן.
שכוייעח
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

אין סאטמער פלעגט אמאל זיין פון האבער/האפֿענפלאקען/ שבעולת שעול (אוטס) געהאט א פֿיינעם טעם
ובכן פלעגט זיין פון ענגלאנד צו קריגען
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”