אין שו"ע סימן כ"ה ווערט גע'פסק'ט אז מען טוט קודם אן די טלית און נאכדעם די תפילין צוליב מעלין בקודש ואין מורידין.
די מקור איז א נימוקי יוסף אין מס' מנחות, אבער די נימוקי יוסף האט דארט צוויי אנדערע טעמים, איינס וועגן ציצית איז שקולה כנגד כל התורה, און צווייטנס אלץ תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם, און ציצית איז נוהג בשבת ויו"ט און תפילין נישט.
דער שאגת ארי' אין סימן כ"ח פרעגט אפ דעם נימוקי יוסף, בעיקר איז זיין קשיא, אז ציצית און תפילין זענען נישט נוהג ביינאכט, אבער ציצית איז מן התורה און תפילין איז מדרבנן, און מדאורייתא איז תפילין יא נוהג ביינאכט, קומט אויס אז מן התורה איז תפילין תדיר.
למעשה נעמט די שאגת ארי' אן אז ביידע זענען די זעלבע, און נאר ווייל מ'לייגט די טלית העכער די תפילין דעריבער אלץ אין מעבירין לייגט מען קודם טלית.
דער תניא אין שו"ע הרב למעשה פסק'ט אזויווי די מחבר אז טלית קומט קודם, און ער זאגט יא די טעם פונעם נימוקי יוסף אלץ תדיר.
איז דא פון די אחרונים איינער וואס פאר'ענטפערט דעם נימוקי יוסף ? פונעם שאגת ארי'ס קשיא. איך זוך שוין אפאר טאג דערווייל נישט געזעהן קיינעם פארענטפערן דעם נימוקי יוסף.
שאגת ארי' סימן כ"ח - טלית ותפילין מה קודם
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7999
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
דער מלבי"ם (ארצה"ח סי' כ"ה סק"א) ענטפערט אז דער גדר פון תדיר ושאינו תדיר איז תלוי אין די מציאות נישט אין די הלכה, און אזוי ווי במציאות האט מען דאך אן שטענדיג די ציצית איז די ציצית תדיר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').