שאגת ארי' סימן כ"ח - טלית ותפילין מה קודם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

שאגת ארי' סימן כ"ח - טלית ותפילין מה קודם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

אין שו"ע סימן כ"ה ווערט גע'פסק'ט אז מען טוט קודם אן די טלית און נאכדעם די תפילין צוליב מעלין בקודש ואין מורידין.

די מקור איז א נימוקי יוסף אין מס' מנחות, אבער די נימוקי יוסף האט דארט צוויי אנדערע טעמים, איינס וועגן ציצית איז שקולה כנגד כל התורה, און צווייטנס אלץ תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם, און ציצית איז נוהג בשבת ויו"ט און תפילין נישט.

דער שאגת ארי' אין סימן כ"ח פרעגט אפ דעם נימוקי יוסף, בעיקר איז זיין קשיא, אז ציצית און תפילין זענען נישט נוהג ביינאכט, אבער ציצית איז מן התורה און תפילין איז מדרבנן, און מדאורייתא איז תפילין יא נוהג ביינאכט, קומט אויס אז מן התורה איז תפילין תדיר.

למעשה נעמט די שאגת ארי' אן אז ביידע זענען די זעלבע, און נאר ווייל מ'לייגט די טלית העכער די תפילין דעריבער אלץ אין מעבירין לייגט מען קודם טלית.

דער תניא אין שו"ע הרב למעשה פסק'ט אזויווי די מחבר אז טלית קומט קודם, און ער זאגט יא די טעם פונעם נימוקי יוסף אלץ תדיר.

איז דא פון די אחרונים איינער וואס פאר'ענטפערט דעם נימוקי יוסף ? פונעם שאגת ארי'ס קשיא. איך זוך שוין אפאר טאג דערווייל נישט געזעהן קיינעם פארענטפערן דעם נימוקי יוסף.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

און א כסות יום וואס איז יא מחויב בלילה?
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

גלאזער האט געשריבן:און א כסות יום וואס איז יא מחויב בלילה?


די שאגת ארי' טענה'ט דארט עפעס אז רוב פוסקים האלטן אז ס'איז נאר מחוייב מדרבנן.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס ער מיינט מדרבנן, דער רא"ש לערנט דאך אין די גמרא אז מ'מעג ליינען ציצית בסדין און ס'איז דוחה כלאים אפילו בלילה וויבאלד ס'איז נישט כסות מיוחד ללילה, און אויך פרעגט ער דאך אז ס'איז א מ"ע שאה"ג
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

דער מלבי"ם (ארצה"ח סי' כ"ה סק"א) ענטפערט אז דער גדר פון תדיר ושאינו תדיר איז תלוי אין די מציאות נישט אין די הלכה, און אזוי ווי במציאות האט מען דאך אן שטענדיג די ציצית איז די ציצית תדיר.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

יישר כח גדול פארן מראה מקום אינעם מלבי"ם.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

װאס עפֿעס גייט מען מיט ציצות אלץ? אסאך ערליכע אידן שלאפען נישט מיט ציצות (דאכצעך אז עס איז א חסידישע ענין.
אפשר גייט מען מיט ציצות לענגער װייל מען גייט עס ביזן שלאפֿען גיין.
אבער לפֿי זה גייט מען דאך שוין מיט ציצות פֿ״װ אנטהון דער טלית קודם, אפֿשר װייל שבת גייט מען מיטן טלית
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”