וואשען שבת מיט רינעדיגע זייף
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
וואשען שבת מיט רינעדיגע זייף
איך וואלט זייער שטארק געהאט חשק אז איינער זאל מיר ארויסהעלפען, אביסעל מיט מראה מקומות און די תשובה ספרים, בנוגע וואשען שבת דישעס מיט רינעדיגע זייף גיל"א בלע"ז.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
קאנאו.
אין הרב הארפענעס ספרים האסטו שוין געקוקט, קענסט דארט טרעפן מה שלבך חפץ, בפשטות איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט, נישט קיין נולד אדער ממחק, וואס איז דא ביי געהעריגע זייף, וויאזוי ס'שטייט אין רמ"א, איך האב געזען ביי די ספרדים נוצט מען עס געהעריג, אונזער עולם האב איך נישט געזען, סיי ווי טאר מען שבת נישט וואשן קיין כלים, נאר וואס מ'גייט נוצן באלד, [אדער אויב מ'וויל מערים זיין], איך מיין אז ער ברענגט אראפ א שאלה צי די באבעלס הייסט נולד, קען זיין וועגן דעם איז עס נישט אויפגעכאפט.

לגבי פרעש ווייפס איז אזוי
עס איז דא זייער שטארקע נאסע און עס איז דא ווייניגער נאס
ווען איך האב געהאט מיין ערשטע קינד האב איך געפרעגט א שאלה ביים רבין
און ער האט געזאגט אז די ווייניגער נאס אויב קוועטשט זיך גארנישט ארויס אדער אויס איז לכאורה מען מען עס נוצן
ער האט נישט געזאגט זעכער יא
ער האט געזאגט לכאורה
ביי מיר אינדערהיים וואשט מען נישט כלים אום שבת
מען לייגט אלעס אין א שיסל און מוצאי שבת וואשט מען אלעס
אמאל מאכט זיך א יוצא דופן אז מען דארף האבן א געוויסע כלי וואשט מען עס מיט הייסע וואסער ביז עס ווערט ריין

- דארפסמאן
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6484
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
- לאקאציע: אין דארף
איך_הער האט געשריבן:כ'מעג בעטן אז מ'זאל אויך רעדן פון פרעש ווייפס, אדער אן עקסטערן אשכול דערפאר? כ'מיין עס ערענסט.
איך האב געזען אז עס איז דא פרעש ווייפס מיט א הכשר פאר שבת - עס איז דא אין אסאך גראסערי'ס אויב די ווילסט די נאמען פון די קאמפעני וועל איך פרעגען מיין בנ"ב
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
פה ב'דארף יצ"ו -
פרעש ווייפס, גרעניצט זיך שוין מיט ערנסטע שאלות פון חילול שבת פון סחיטה, די שאלה איז נאר צי ס'הייסט א פסיק רישי', ס'איז א גרויסע מחלוקת, ס'איז דא חילוקי דעות ביי די פוסקי דורינו דערוועגן, כ'האב געזען אמאל אז ס'איז דא א תשובה אין מנחת יצחק און אין שבט הלוי דערוועגן, איך געדענק נישט די למעשה פון דארט, כאטש א לינק אהין פאר ווער ס'האט צייט צו קוקן.
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31438
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
אוקיי, סליק איז לכאורה די איינציגסטע סעלושען, על כל פנים לפענ"ד. עס איז נישט שייך קיין סחיטה דערביי, און לגבי זיך מוטשען אביסל, נו מ'מעג זיך אמאל מוטשען אויך. ביי מיר נוצט מען דאס, און איך אליינס נוץ דאס, און עס איז געוואדעוואנע.
גילא, האט דאך שוין כאלי ערווענט. כ'מיין אז מ'זאל איהם אויפנעמען אלס דאיען.
גילא, האט דאך שוין כאלי ערווענט. כ'מיין אז מ'זאל איהם אויפנעמען אלס דאיען.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
-
- שר העשר
- תגובות: 46
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 2:29 pm
cano האט געשריבן:איך וואלט זייער שטארק געהאט חשק אז איינער זאל מיר ארויסהעלפען, אביסעל מיט מראה מקומות און די תשובה ספרים, בנוגע וואשען שבת דישעס מיט רינעדיגע זייף גיל"א בלע"ז.
מ'זעהט אין הלכ' שבת סימן שכו אז ס'נישטא קיין פראבלעם צו זיך שמירן מיט זייף סיידן ס' שטיקעדיק און צוליב איסור מוליד בשבת אדער ממחק דערפאר זאגן די רבנים אז מ'זאל דאס אנפילן מיט נאך וואסער פון ערב שבת און אויף דעם אופן מעג מען לכולי עלמא!!
מען דארף נאר זיין פארזיכטיק צו נישט זיך ארומוואשן אפילו מיט קאלטע וואסער סיידן פניו ידיו ורגליו.
סופר סת"ם מאתרא קדישא ירושלים!
אויף צו זיך ווענדן שיקט אריין א אימייל [email protected]
מאושר דורך לשכת הקודש תלמיד הרב אלישיב
https://drive.google.com/file/d/10dWEBm ... p=drivesdk
אויף צו זיך ווענדן שיקט אריין א אימייל [email protected]
מאושר דורך לשכת הקודש תלמיד הרב אלישיב
https://drive.google.com/file/d/10dWEBm ... p=drivesdk
- איש ציון
- שר האלפיים
- תגובות: 2735
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 26, 2019 10:14 pm
- לאקאציע: רפיח, ארץ ישראל
Re:
ער רעדט פון וואשן כלים אזוי ווי טעלערס מעסערס וכדומהאיש ירושלים האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2019 4:39 pmמ'זעהט אין הלכ' שבת סימן שכו אז ס'נישטא קיין פראבלעם צו זיך שמירן מיט זייף סיידן ס' שטיקעדיק און צוליב איסור מוליד בשבת אדער ממחק דערפאר זאגן די רבנים אז מ'זאל דאס אנפילן מיט נאך וואסער פון ערב שבת און אויף דעם אופן מעג מען לכולי עלמא!!cano האט געשריבן:איך וואלט זייער שטארק געהאט חשק אז איינער זאל מיר ארויסהעלפען, אביסעל מיט מראה מקומות און די תשובה ספרים, בנוגע וואשען שבת דישעס מיט רינעדיגע זייף גיל"א בלע"ז.
מען דארף נאר זיין פארזיכטיק צו נישט זיך ארומוואשן אפילו מיט קאלטע וואסער סיידן פניו ידיו ורגליו.
עפענט א טשעיס קארטל און פארדינט ביז בערך 2 טויזנט דאללער ($2,000.00)
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק
צו עפענען דעם קארטל ביטע דריקט דא
אויב איר ווערט עפראווד פאר איינס דאן מאכט תכף נאך איינס און עס וועט זיין נאר 1 אינקאר"י
(איך פארדין פון דעם וואס איר עפענט דורך דער לינק)
א דאנק