ווען צו מופן אין א נייע דירה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

ווען צו מופן אין א נייע דירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

לשאלת חברינו "סמארט גאי" אינעם וואו איז דער מקור אשכול, האב איך אפגעשריבן דאס פאלגענדע.

סמארט גאי האט געשריבן:א איד וואס פלאנט צו מופן די נעקסטע פאר וואכן, פרעגט מיר היינט אויב ס'איז דא עפעס א ענין צו מופן אין א ספעציפישע טאג פון די וואך,

זונטאג, מאנטאג, אא"וו,

ווייסט איינער א מקור ?

קודם לאמיר רעדן באיזה יום בשבוע און נאכדעם באיזה יום לחודש, ווייל אמאל קען זיין אז די טאג פון די וואך שטימט אבער די טאג לחודש נישט, און דאס זעלבע פארקערט, ס'דארף שטימען פון ביידע צדדים.

אין שו"ע שטייט (יו"ד סי' קע"ט ס"ב) נהגו שאין מתחילין בב' ובד', ד.ה. אז מ'הייבט נישט אן קיין שום נייע זאך מאנטאג און מיטוואך, און ווי פארשטענדליך איז א נייע דירה אין כלל. (אין ברכ"י שטייט אבער אז מאנטאג קען מען אפשר מקיל זיין, אבער מיטוואך איז נאך הארבער). עכ"פ ווייס מיר שוין ווען "נישט".

ווען יא?
אין דברי שמחה (ליקוטים) ווערט געברענגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטן הרה"ק משינאווע זי"ע [ס'איז היינט אויך געדרוקט אין דברי יחזקאל החדש] אז מ'זאל נישט אזוי שטארק מדייק זיין אין וועלכע טעג צו מופן, אבער ער האט געהערט בשם הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע אז מ'זאל זיך אריינציען אין א נייע דירה דאנערשטאג נאכט "אור ליום ועש"ק" און מ'זאל דארט די ערשטע זאך איינקנעטן א טייג און באקן חלות לכבוד שבת קודש, און ער פירט אויס "ויכול להתחיל עוד ביום ה' מבעוד יום".

פאר ליובאוויטשע חסידים איז כדאי צוצוצייכענען דברי רבם (האדמו"ר השביעי) אז מ'זאל מופן אום דינסטאג ביום שנכפל בו כי טוב.

יעצט לאמיר גיין צו די ימי החודש.
אין ספר זכירה ווערט געברענגט אז די טעג ב' ד' ט' י' י"א ט"ו ט"ז י"ט כ' כ"א כ"ז כ"ט לחודש זענען ספעציעל גוטע טעג צו מופן אין א נייע דירה, און די טעג אג"ה לחודש זענען ספעציעל נישט גוטע טעג צו מופן, די איבריגע טעג דהיינו ו' ז' ח' י"ב י"ג י"ד י"ז י"ח כ"ב כ"ג כ"ד כ"ה כ"ו כ"ח ל' לחודש זענען נישט קיין ספעציעל גוטע טעג צו מופן אבער אויך נישט קיין ספעציעל שלעכטע טעג. ס'איז אבער כדאי צוצוצייכענען אז אין ספר חסידים שטייט אויך אז מ'זאל נישט מופן ביום א' און יום ג' לחודש נאר אנשטאט יום ה' לחודש שטייט יום כ"ה לחודש אז דעמאלס זאל מען אויך נישט מופן.

דאס ווערט אויך אראפגעברענגט אין דרכי תשובה (יו"ד סי' קע"ט, ס"ק י"ד) און אין ספר פרי האדמה (פ"ד מדיעות, הי"ד) אז מ'זאל נישט אריינגיין אין א נייע דירה ביום אג"ה לחודש. ער ברענגט אבער בשם ס' רוח חיים (אות ב') אז ר"ח ניסן גייט נישט אן די ענין פון אג"ה, ווייל ס'איז א "יום גדול ונשגב מאוד" און ס'איז מסוגל "לסימנא טבא ולברכה ולהצלחה" (ועיין להלן בשם הרה"ק מהר"א מבעלזא).

אבער פאר סאטמארע אידן איז כדאי צוצוצייכענען אז אין תשובת אבני צדק להגה"ק בעל ייט"ל זי"ע (יו"ד סימן מ"ד) שרייבט ער לגבי מופן ביום אג"ה לחודש אז "מאן דלא קפיד לא קפיד", און ער שרייבט א שיינעם רמז אינעם פסוק אשירה לה' כי גא"ה גא"ה אז אפילו בימי אג"ה קען מען משנה זיין די מזל לטוב עיי"ש.

ווי שוין געשריבן פריער איז כ"א לחודש צווישן די טעג וואס זענען ספעציעל גוט, איז כדאי צוצוצייכענען אז אין ספר דברי יצחק ווערט געברענגט בשם הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע אז אויב כ"א סיון געפאלט אום דאנערשטאג איז עס נאכמער מסוגל להחלפת העברת דירה חדשה (היי יאר געפאלט עס אבער מאנטאג, ואין מתחילין בב' וד' כנ"ל).

אזוי אויך איז כדאי צוצוצייכענען לגבי יום ל' לחודש אז אין רבבות אפרים (ח"ג, דף תכ"ו) ווערט געברענגט בשם הרה"ק מהר"א מבעלזא אז ער האט מקפיד געווען זיך נישט אריינצוציען אין א נייע דירה אום ר"ח (ביידע טעג), ווייל ס'ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע (או"ח סי' תקל"א) אז חוה"מ אסור לפנות, און ראש חודש ווערט אויך אנגערופן מועד. קומט אויס אז ביום אדר"ח זאל מען נישט מופן ווייל ס'ווערט אנגערופן מועד, און ביום בדר"ח איז נאך הארבער צוליב אג"ה. (און ס'ווערט געברענגט דארט א מעשה רב אז ער האט נישט געוואלט מופן אדר"ח ניסן צוליב דעם אויבנדערמאנטן טעם - ועיין לעיל לגבי אג"ה בר"ח ניסן).

לגבי ימי הספירה איז דא א געטועכטס אין די ספרים צו מ'זאל יא אדער נישט מופן, עכ"פ איינער וואס מופט יא אום ספירה ווערט געברענגט אין שו"ת אבני צדק (יו"ד סימן מ"ד) אז די בעסטע איז ר"ח (אייר אדער סיון) אדער ל"ג בעומר (זעהט מען פון דעם אז ער האט נישט מקפיד געווען אויף יום מועד כנ"ל).

פאר סאטמארע חסידים איז אויך כדאי צוצוצייכענען אז אין שו"ת היטב איטיב (סי' א') איז דא א תשובה לגבי וואס דער רבי האט אים אנגעפרעגט וועגן מופן בימי הספירה, און ער האט אים געענטפערט אז מ'מעג, און אויך מהר"ש סופר האט זיך געצויגן קיין קראקא בימי הספירה, און דער רבי האט טאקע אנגענומען דעם ספק און זיך אריבערגעצויגן פון ארשיווע קיין קראלי בימי הספירה אנצונעמען דאס רבנות דארט.

בכל אופן אויב ברענגט מען אריין עטליכע חפצים פאר די ימי הספירה איז זיכער נישט קיין פראבלעם, און די זעלבע איז בימי בין המצרים (עיין אוצר יד החיים, אות תתרל"ג).
כתב ולשון
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 10:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתב ולשון »

כתב ולשון האט געשריבן:אין דברי שמחה (ליקוטים) ווערט געברענגט אז ער האט געהערט פון זיין טאטן הרה"ק משינאווע זי"ע [ס'איז היינט אויך געדרוקט אין דברי יחזקאל החדש] אז מ'זאל נישט אזוי שטארק מדייק זיין אין וועלכע טעג צו מופן, אבער ער האט געהערט בשם הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע אז מ'זאל זיך אריינציען אין א נייע דירה דאנערשטאג נאכט "אור ליום ועש"ק" און מ'זאל דארט די ערשטע זאך איינקנעטן א טייג און באקן חלות לכבוד שבת קודש, און ער פירט אויס "ויכול להתחיל עוד ביום ה' מבעוד יום".

פאר ליובאוויטשע חסידים איז כדאי צוצוצייכענען דברי רבם (האדמו"ר השביעי) אז מ'זאל מופן אום דינסטאג ביום שנכפל בו כי טוב.

דא האט חברינו "פארשריבן" געשריבן אז הגה"ק בעל מנחת אלעזר ממונקאטש האט געזאגט אז מ'זאל מופן פרייטאג אדער דינסטאג.
פארשריבן האט געשריבן:הרב ישעי' גרויס -מקערעסטיר בערבעשט- זז"ג און שטארק עמו"ש דערציילט:

אנפאנג תרצ"ג איז די דירה וואו מיר האבן געוואוינט געווארן זייער קליין בלעה"ר, און מיר האבן זיך געהאלטן ביים אריבער ציען צו אן אנדערע דירה. מיין פאטער זצ"ל איז מיט די גאנצע משפחה אריבער פרעגן דעם מונקאטש'ער רב בעל מנחת אלעזר זצ"ל - וועלכער האט זיך פונקט דאן געפונען אין דעברעצין אויף איבער נאכט ביי ר' משה יוסף גוטמאן ז"ל - אין וועלכן טאג מען זאל זיך אריבער ציען, און גלייכצייטיג נעמען א ברכה.

דער מונקאטשער רב האט געענטפערט, מיר זאלן זיך אריבער ציען פרייטאג אדער דינסטאג. פרייטאג האבן מיר זיך אריבער געצויגן אין די נייע דירה.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

א גרויסן דאנק פאר אייער וואונדערבארע ארבעט,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מתי יש לעבור לדירה אחרת? הרב שמעון שפיצער
#87069 אויף תורה עני טיים האטליין.
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

אסאך מענטשן מופן דוקא אין פרייטאג, לכאורה איז דא אן ענין דערביי
אויב איז שווער טרעגט מען אריבער אפאר חפצים פרייטאג אז עס זאל הייסן געמופט, און דערנאך ברענגט די טראק נאך די איבריגע זאכן ווען אימער
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”