מתי מבשלים ה'געבראק"ס כשאחרון של פסח חל בשבת?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

מאתים האט געשריבן:כ'האב געזען דעם יו"ט אין חת"ם איבער דעם ווי ער האט געפרעגט זיין שווער רבי עקיבא איגר, ער רעדט פון מקילים אום אחרון של פסח אויף קיטניות צו סאיז אסור צו קאכן אין יו"ט ווייל סנישט שייך הואיל און ער איז דן צו מקען זאגן אז סאיז ראוי פאר ספרדים,א גאנצע מדובר, דענק איך נישט די מראה מקום יעצט.

רבי עקיבא אייגער גיפרעגט די חתם סופר, עיין תשובת חתם סופר סי' עט'
ועיין בשו"ת רע"א סימן ה'
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

@ איש האשכולות, איך כאפ נישט וואס עס האט געפירט צו אזא אויפברויז אז דו ווייסט שוין מיין סייז פריזער.

למעשה אויב איינער אנדערש קען מיר צו צייכענן א סיבה אויף נישט צו מאכען די געבראקס בעפאר פסח וועל איך אים דאנקבאר זיין, שמעתי אז עס איז נישטא קיין סיבה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנטשולדיגט, דאס וואס מיינע רבי'ס און זיידעס האבן זיך דייקא אזוי געפיהרט, ועוד אפילו ווען עס געפאלט שביעי של פסח ער"ש, איז מיר גענוג צו וויסן אז דער מנהג איז דייקא אזוי בכוונה.

פארוואס? קען זיין כדי שלא יבאו לידי טעות צו וועגן די כלים, אבער אזוי איז דער מנהג און דייקא נישט פריער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

farshlufen האט געשריבן:אנטשולדיגט, דאס וואס מיינע רבי'ס און זיידעס האבן זיך דייקא אזוי געפיהרט, ועוד אפילו ווען עס געפאלט שביעי של פסח ער"ש, איז מיר גענוג צו וויסן אז דער מנהג איז דייקא אזוי בכוונה.

פארוואס? קען זיין כדי שלא יבאו לידי טעות צו וועגן די כלים, אבער אזוי איז דער מנהג און דייקא נישט פריער.


האסט א מעשה רב פון דיינע רבי'ס אדער זיידעס אז זיי האבן זיך אזוי געפירט? מיינע האבן קיינער פון זיי נישט אליינס געקאכט און איך ווייס נישט פון קיין הוראה פאר די אידענע אדער רביצין אז מען זאל אזוי טיען, דו ווייסט יא עפעס? אויב יא שרייב עס אפ.

אמאל איז נישט געווען די היינטיגע ווירטשאפט, מען האט נישט אנגעגרייט פאר טעג און וואכען בעפאר, אבער געבראקס איז נישט קיין חמץ און מען קען עס מאכען א וואך בעפאר פסח פונקט ווי מען קען עס מאכען חוה"מ.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35238
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

תמחול לי, מיין באבע האט אלעס געפרעגט איר מאן און געפאלגט בתמימות.

כ'האב גראדע געהאט די זכי' איר צו העלפן קאכן לכבוד פסח אויך און ווייס גענוי ווי זי האט זיך געפיהרט.

אנדערע נשים כשרות זענען נישט אנדערש געוועזן, פסח האט מען געפרעגט א יעדע ריר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

אויף רוב חומרות פסח ווייסט מען די סיבות וואס האט געברענגט די חומרה.

דא האט שוין איינער אמאל געזען א סיבה חוץ אז אמאל האט מען קיינמאל גארנישט געקאכט אויף א וואך בעפאר?!

אז מען בויעט תילי תילי הלכות ווען מען זאל עס קאכען חוה"מ אדער שביעי של פסח, איז אויך גוט צו וויסען אז מען קען עס שוין רואיג קאכען פון ר"ח ניסן אויב מען האט שוין די מצה מעיל און די פסח קאך אפן.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

און אויך האבען זיי נישט געהאט א פסח קאך וואו צו קאכען אפילו א גאנצע טאג פריער. ווייל מען האט נאר געהאט איינע קיך און דאס האט מען גע'כשר'ט א טאג פאר פסח. איז ווען זאל מען קאכען געבראקטס, פאר די קאך איז פסח'דיג אדער ווייל עס איז געבראקטס, קאן מען אויך עס מאכען אין די חמץ'דיקע קיך?
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

צו געזונט האט געשריבן:און אויך האבען זיי נישט געהאט א פסח קאך וואו צו קאכען אפילו א גאנצע טאג פריער. ווייל מען האט נאר געהאט איינע קיך און דאס האט מען גע'כשר'ט א טאג פאר פסח. איז ווען זאל מען קאכען געבראקטס, פאר די קאך איז פסח'דיג אדער ווייל עס איז געבראקטס, קאן מען אויך עס מאכען אין די חמץ'דיקע קיך?


גיטע נקודה, אמאל מיט די קליינע חמץ'דיגע קיך אין די קליינע דירה, איז ווי נאר האט מען האט גע'כשר'ט און אפגעפיצט די פלייש און אויסגעמישט די פאלטשע פיש איז שוין געווארען פסח, ווער האט געטראכט אדער געהאט צייט דאן צו מאכען קניידליך, היינט צוטאגס איז עס אנדערש.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס איז דא וואס זענען מקפיד צו מאכן ערב שבת כדי עס זאל זיין ווי ווייניגער אינדעהיים געברעקטע מאכלים, עס איז דא וואס זאגן פונקט פארקערט אז ערב יו"ט איז מער אויסגעהאלטען ווייל זיי האלטען אז מען טאר עס נישט מאכן אין יו"ט וועגן הואיל איז נישט שייך ווייל קיינער וויל דיך עס נישט עסן,
באמת איז ביידע נישט קיין פראבלעם הואיל אינז נישט קיין פראבלעם ווייל אין יעדע שטאט איז דא מענטשען וואס עסן יא געבראקט אין פסח סא איך מעג עס געבן פאר מיינע קינדער צו עסן, אדער פאר ספרדישע אידן וואס וואוינען דא, גבראקטס איז אויך נישט קיין פראבלעם ווייל אויף אזוי ווייט האבן אינזערע זיידעס זיך נישט מקבל געווען די חומרא נישט צו האבן בכלל אינדערעהיים קיין געבראקטס ווען איך דארף עס האבן אויף יו"ט אזוי ווייט האט מען זיך נישט מקבל געווען,
סא איך האב געהערט פון אפאר דיינים בפירש אז ביידע איז א לכתחילה,
חוץ וועגן כלים דאס איז יא א שטארקע זאך פארשטייט זיך אז מען דארף אכטינג געבן נישט צוניצען מער יענע כלים היי יאר,

די מנהג איז ווי א משפחה, איך קען משפחות וואס זענען מקפיד אויף ערב יו"ט, און איך קען משפחות וואס זענען מקפיד אויף ערב שבת, אבער פאר ווער עס האט נישט קיין מנהג מקובל איז ביידע גוט,

אגב איך מיין אז בראקען האט גארנישט מיט אשכנזים אין ספרדים, נאר קטניות איז א חילוק
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יעדער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס איז דא וואס זענען מקפיד צו מאכן ערב שבת כדי עס זאל זיין ווי ווייניגער אינדעהיים געברעקטע מאכלים, עס איז דא וואס זאגן פונקט פארקערט אז ערב יו"ט איז מער אויסגעהאלטען ווייל זיי האלטען אז מען טאר עס נישט מאכן אין יו"ט וועגן הואיל איז נישט שייך ווייל קיינער וויל דיך עס נישט עסן,
באמת איז ביידע נישט קיין פראבלעם הואיל אינז נישט קיין פראבלעם ווייל אין יעדע שטאט איז דא מענטשען וואס עסן יא געבראקט אין פסח סא איך מעג עס געבן פאר מיינע קינדער צו עסן, אדער פאר ספרדישע אידן וואס וואוינען דא, גבראקטס איז אויך נישט קיין פראבלעם ווייל אויף אזוי ווייט האבן אינזערע זיידעס זיך נישט מקבל געווען די חומרא נישט צו האבן בכלל אינדערעהיים קיין געבראקטס ווען איך דארף עס האבן אויף יו"ט אזוי ווייט האט מען זיך נישט מקבל געווען,
סא איך האב געהערט פון אפאר דיינים בפירש אז ביידע איז א לכתחילה,
חוץ וועגן כלים דאס איז יא א שטארקע זאך פארשטייט זיך אז מען דארף אכטינג געבן נישט צוניצען מער יענע כלים היי יאר,

די מנהג איז ווי א משפחה, איך קען משפחות וואס זענען מקפיד אויף ערב יו"ט, און איך קען משפחות וואס זענען מקפיד אויף ערב שבת, אבער פאר ווער עס האט נישט קיין מנהג מקובל איז ביידע גוט,

אגב איך מיין אז בראקען האט גארנישט מיט אשכנזים אין ספרדים, נאר קטניות איז א חילוק

די מנהג פון בראקן איז בלויז ״נישט עסן״. מעולם לא שמענו פון נישט האבן, אפילו קטניות מעג מען האבן אין שטוב.
לגבי הואיל, איז אויך נישט ריכטיג, ווארום ״נישט בראקען״, איז געווען א חומרא בלויז פאר מענער מי״ג ומעלה, נשים און קטנים האבן געהעריג געבראקט.
צו די אלע וואס גייען אטאקירן, איך באצי מיך צו די אריקנעלע מנהג פון בראקען, ווי אזוי עס איז געווען נהוג ביי חסידים אין פוילן און אין גאליציע, און די ארגיענעלע מסורה גייט אזוי ווייטער עד היום הזה, איך באציה מיך נישט צו די פרישגעקומענע חסידים, וואס מאכן אלעס נאכן און זיי ווייסן נישט וואס זיי טוען. א שטייגער ווי די וואס זענען מקפיד ״עס זאל זיין ווי ווייניגער אינדעהיים געברעקטע מאכלים.״
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”