לערנען אין מיטען חזרת הש"ץ

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

לערנען אין מיטען חזרת הש"ץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

די משנה ברורה סי' קכד ס"ק י"ז זאגט אז "לא יפה" צי לערנען אין מיטען חזרת הש"ץ. משמע אז עס איז נישט געפערלעך....
אין אגרות משה ח"ד סימן יט ד"ה אבל לענ"ד שטייט אז אויב עס איז א מניין מצומצם פין צעין יודען טאר מען נישט מדינא אין עס איז נישט נאר א "לא יפה עושים" ע"ש.

מיין שאלה איז היות אז רבים וטובים לערנען יא אין מיטען חזרת הש"ץ צי ווייסט עימעצער עפעס א לימוד זכות, וויל אין שו"ע הרב שטייט אז איינער וואס לערנט אין מיטען חזרת הש"ץ (אפי' אויב עס איז דט צעין אן עים) גוערין בו, אין אט אט קימט ראש השנה יו"כ ווער האט געדילד מיט צי האלטען גאנץ חזרת הש"ץ? ביי פיוטים קען מען מקיל זיין?
קרעזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעזי »

זוכסט א לימוד זכות? זייער איינפאך! עס איז דא וואס טוען טאקע נישט אזוי און לערנען נישט בשעת חזרת הש"ץ, נאר שמועסן..
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וואס עפעס זאגסטו נאר נאך א קורצע משנה ברורה? אין מיין זכרון איז דא אן היבש לענגערע סעיף קטן דארט, און דארט דאכצאך אזי קלאר משמע אויב עס איז נישט דא קיין תשעה טאר מען נישט לערנען. כ'ווייס נישט פונקט פארוואס דו האסט זיך געברויכט אנהוקן צום איגרות משה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

אין יענע ס"ק איז נישט דא קיין שום חילוק צעווישען 10 מיט אים אדער אן אים.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

געב מיר צייט, כאף אז נאך שבת וועל איך עס האבן דורכגעקוקט..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

ישר כוח
איך האף אז די וועסט טרעפן א ברייטע ראהיגע היתר צי בלעטערן אין ספרים אין מיטען חזרת הש"ץ, ווייל איך בין נישט פין די געדילדיגע סארט וואס קען מיט האלטען, אין זיכער נישט ר"ה יו"כ.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אוקיי דאס איז צוויי באזונדערע זאכן, ביי פיוטים איז אנאנדער מאנסע, העלמיר רעדן נאך שבת.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

דעם פסק, אז "יש לגעור באנשים שלומדים בעת חזרת הש"ץ וכו'" שוע"ר ברענגט פון מגן אברהם דארט (ס' קכ"ד ס"ק ז) און דוחק גדול זאגן אז משנה ברורה איז אויף דעם מחולק.

און באשר צו לימוד זכות אויף די וואס פארט לערנען אינמיטן חזרת הש"ץ איז, דאכט זיך, גאר פשוט. דערציילט מען אז ראגאטשאווער האט געלערנט תורה אין תשעה באב, און ווען מ'האט אים געפרעגט צי דען מעג מען, האט ער גענטפערט: "טאקע מ'טאר נישט, און אז מ'וועט מיר באשטראפן פאר מיינע עבירות, וועט מען מיר באשטראפן פאר היינטיקן למוד אויכעט. אבער דברי תורה זיינען דאך כדאי צו ווערן באשטראפט צוליב זיי..."
די וואָר הענגט אויף א האָר
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

שיין האסט די געזאגט מיט די ראגיטשאווער!
אין אז די מ"ב זאגט נישט "גוערין בו", איז נישט מסתבר אז ער האלט אזוי, שרייען אןויף א יהודי אין אים פארשעימען, וואלט די משנה ברורה דאס געדארף קלאר זאגען.
אבער עס קען טאקע זיין אז מען לערנט די נושא קלאר, קען אויס קימען אז די ביסט גערעכט, אבער לפום ריהטא, אז ער זאגט נישט אז גוערין בו, קען מען נישט וועיגן א סברא אנשרייען א יהודי.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

געצל, איך האב נעכטן נאכגעקוקט אין דעם מ"ב. ער שרייבט טאקע נישט אז "גוערים בו" און איז מסתבר טאקע אז ער האלט נישט אז דארף מען גוער זיין. אבער פון צווייטן זייט פון זיין לשון ווייטער זעט מען קלאר אז זאגענדיק "לא יפה", ער האלט אז דאס איז ממש אסור (און נישט נאר "נישט שיין").
די וואָר הענגט אויף א האָר
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

לא יפה איז טייטש א בעל נפש א ירא שמיים זאל דאס נישט טהון. (ווייל אנדערע וועלן זעין וכו')
וואס עפעס זאל די משנה ברורה רעדן ווי א טאטע זאגט צים קינד "נישט שיין" "נו נו נו" ? אויב עס איז אסור זאל ער קלאר שרייבען אסור.

אין אגרות משה וואס איך האב ציגעצייכענט ביי די ערשטע תגובה זעיט מען קלאר אזאוי, ער פירט אבער אויס אז ווען עס איז נאר דא א מניין איז אסור מדינא...
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

געצל, מ"ב ווייטער איז מסביר אז אין דעם ס'איז דא עניין פון חילול ה' ר"ל (אז דער עולם וועט זען אז די תלמידי חכמים באציען זיך מיט זלזול צו חזרץ הש"ץ). איז מסתבר אז מיט "לא יפה" ער מיינט דא עפעס אביסל מער ווי סתם "בעל נפש יחמיר על עצמו". בפרט אז לויט אזא טייטש אין מ"ב מיר וועלן נישט "שאפן" א מחלוקת צווישן אים און אנדערע פוסקים.
די וואָר הענגט אויף א האָר
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

דיין מיינונג איז זייער מבוסס על אדני הסברא וההיגיון. אין אוואדע אז א ערליכער יוד זאל נישט לערנען, א "לא יפה פין מ"ב איז נישט א קליינעקייט.

אבער איך זאג נאר, אז די איסור איז נישט אזוי געפערלעך ווייל ווען דאס לערנען באמצע חזרת הש"ץ זאל זיין א איסור מעיקר הדין וואלט די מ"ב נישט געדארף זאגען לא יפה וכו' כיוון שאחרים ילמדו ממעשיו וכו', וויל אפי' אויב מען וועט זיך נישט אויס לערנען איז דאך דאס אויך אסור

סה"כ דער וואס לערנט איז טאקע א נבל אבער ברשות התורה
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

געצל האט געשריבן: סה"כ דער וואס לערנט איז טאקע א נבל אבער ברשות התורה

גוט געזאגט. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
געצל
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 21, 2007 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געצל »

איך האב מיר געכאפט אז איך האב געשריבען נבל מיט ב אין דאס איז א כלי שיר "בנבל וכינור נזמרה לו "
מיר האבען גערעדט פין א נוול (מנוול) אבער כוונתינו ברורה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געצל האט געשריבן:איך האב מיר געכאפט אז איך האב געשריבען נבל מיט ב אין דאס איז א כלי שיר "בנבל וכינור נזמרה לו "
מיר האבען גערעדט פין א נוול (מנוול) אבער כוונתינו ברורה


ר' געצל, ווען דער רמב"ן אין קדושים שרייבט פון דעם קדש עצמך במותר לך שרייבט ער "נבל' ברשות התורה" אויסער "נבל וכינור" וואס מיינט טאקע א כלי זמר, איז פארהאן א נבל (נבלה נעשתה בישראל, נבילה וטריפה איז אויך פון דעם שורש) וואס באדייט אזוי ווי מנוול.
אכט
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 12:56 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אכט »

סאכדעס האט געשריבן:אוקיי דאס איז צוויי באזונדערע זאכן, ביי פיוטים איז אנאנדער מאנסע, העלמיר רעדן נאך שבת.

איז שוין נאך שבת?

האף מיר אז אויף שבת שקלים העט עס שוין זיין אויסגעקלארט
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט


יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

סאכדעס האט געשריבן:געב מיר צייט, כאף אז נאך שבת וועל איך עס האבן דורכגעקוקט..

זעט אויס אז ביי לכה דודי איז די דאייען מקיל, באבוב'ער רב ר' שלמה'לע האט אמאל געגעבן א גאר שארפע שמועס וועגן לערנען ביי לכה דודי.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”