איבער די שייכות פון נגינה צו חסידות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:17 pm

סידיראם דער שינוי אין גור - בנוגע זמן תפילה און נאך - קומט פונעם אמרי אמת.

מיללער גור / פשיסכא איז זיכער - ביי דעיר און אקאונט- א שטארקע שינוי אינעם אאריגינעלע דרך החסידות. סאו וואס איז די ראיה פון דארט? די שאלה איז וויאזוי עס איז געווען אין לובלין.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:27 pm

מי חכם אמת אז דאס איינפירן אלס תקנה און מאכן די מהפכה צו דאווענען פרי איז געווען דער אמרי אמת, אבער דער חידושי הרי"מ האט שוין אויסגעריסן דעם פרינציפ, אז מ'מוז דאווענען שפעט לכתחילה, ס'איז נאר געווען אזא בדיעבד וואס מ'האט פארקוקט דערויף. ס'איז דא א בריוו וואס דער פילצער רבי שרייבט, ווי דער חידושי הרי"מ פלעגט אויף זיי שרייען אויב זיי האבן געדאוונט נאכ'ן זמן תפילה. אבער מוחה געווען אויפ'ן רבים האט מען טאקע נישט אין גור. דער אמרי אמת האט געמאכט די מהפכה, די באמבע, אז מע מוז טוישן דעם סדר היום.

"ואם היית שומע כמה גער בנו זקני הק' ז"ל כשקרה לנו פעם אחת לאחר התפלה אחר הזמן, צווח עלינו ... וכי לא יכולתם להתפלל מקודם"

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך אפריל 13, 2016 12:29 pm

קעלנער האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:ובני ישראל יוצאים ביד רמה ברי"ש גל"י, אימתי קאתי מר לכשיפוצו מעיינותיך חוצה
ויוכלו גם הם לעשות ייחודים ועליות כמוך


מאך מיך נישט אריינגיין אין נאך א שמועס..... ווייל איך האב פשוט נישט קיין צייט להאריך בכל נקודה ונקודה באריכות.... אבער אין איין ווארט: ווען די זאלסט גיט לערנען מאור עינים מיט נועם אלימלך מיט'ן תניא וואלסטו געטראפן וואס מיינט יחודים ועליות על פי דרך החסידות, א זאך וואס איז נוגע פאר יעדן איד לעשות (עי' תניא בפרק מ"ב בערך ועוד)

אבער דאס פארלאנגט זיך א נייעם שמועס אין א נייעם בירור וואס איך האב נישט יעצט די צייט מאריך צו זיין.

לאמיר האלטן דעם אשכול צו די ראשית הנקודה בענין נגינה והמסתעף
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:22 pm

אוודאי האט נגינה זיך נישט אנגעהויבן ביים בעל שם... דער בעל שם האט עפעס באשאפן נייע מושגים, אלע ענינים וואס מ'זעט פון בע"ש איז געווען בעפאר, נישט געווען מקואות מיט אלע אנדערע ענינים וואס ווערן דערמאנט שטארק אין ספרי חסידות?
נאר דאס פילעווען דערין, און ווערן א נחלת הכלל. לייגן דעם דגוש אויף געוויסע זאכן. ודו"ק. איין חרדים האט דאס אויך געטאן, ביי חסידים איז עס געווארן א חלק מעבודה לכלל.

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך אפריל 13, 2016 9:32 pm

קען איינער דא א ניגון וואס שטאמט נאך פון פאר דעם בעל שם טוב?

(געהערט פון א חבד'סקער חסיד, אלץ ראיה צו די גילויים וואס די בעל שם טוב האט מחדש געווען).

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אפריל 13, 2016 9:59 pm

עס איז דא אסאך נגונים וואס מען ווייסט אז עס איז אלטע נגונים, א שטייגער, ווי די ניגון וואס מען זינגט אין סאטמער אויף על ישראל אהבתו, איז דא א לעגענדע, אז עס שטאמט פון די לוים אין בית המקדש, וכדו', נאר א מקור איז נישט שייך צו ברענגען ווי באלד נאטען איז נישט אזוי אלט.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » מיטוואך אפריל 13, 2016 11:57 pm

די אלע ניגונים וואס מ'זאגט אז די לויים האבן געזינגן אין בית המקדש, הייסט אז ס'איז מקובל געווארן דור אחר דור פון די ביהמ"ק ביז היינט אדער אז צדיקים האבן מגלה\מעיד געווען אויף די ניגונים אז ס'טאמט פון דארט?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 12:49 pm

פר בן בקר האט געשריבן:קען איינער דא א ניגון וואס שטאמט נאך פון פאר דעם בעל שם טוב?

(געהערט פון א חבד'סקער חסיד, אלץ ראיה צו די גילויים וואס די בעל שם טוב האט מחדש געווען).

יא, דער ניגון וואס דער גר צדק הקדוש מווילנא האט געזינגען בשעת'ן גיין על קידוש השם. וואס די ליטווישע אידן זינגען מיט גרויס געגועים שבועות.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 1:07 pm

בלעטל האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:קען איינער דא א ניגון וואס שטאמט נאך פון פאר דעם בעל שם טוב?

(געהערט פון א חבד'סקער חסיד, אלץ ראיה צו די גילויים וואס די בעל שם טוב האט מחדש געווען).

יא, דער ניגון וואס דער גר צדק הקדוש מווילנא האט געזינגען בשעת'ן גיין על קידוש השם. וואס די ליטווישע אידן זינגען מיט גרויס געגועים שבועות.

קודם הבע"שט ?
הקדוש ר' הועלה על המוקד בכיכר העיר בווילנה בז' בסיוון תק"ט
דוכט זיך אז עס איז געווען בחייו פון בעש"ט

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 1:12 pm

עס איז דא אסאך ניגונים וואס שטאמט פון פאר דער בעל שם טוב, וואס איז די פראגע אפילו, די מיינסט אז דער בעש"ט האט מחדש געווען אידישע נאטן? איך פארשטיי אפילו נישט וואס די שאלה איז דא
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13591
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 1:53 pm

Untitled.gif

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 2:16 pm

איך זעה סידיראם האט דא אויסגעגאסן זיינע קינדער לעגאס אין בית המדרש וועל איך עס פראבירן אויפצוקלינען
איך האלט נישט אז די גייסט מיט מיר בכלל פארשטיין, אין ווער רעדט נאך פין אגריען, נאר היות דא שרייבן אין ליינען אסאך סאטמארע חסידים, אין אונז האמיר געהאט א רבי וואס האט נישט געהאט דא אין זיין צייט איינער בדומה לו, ער איז געווען ווי א טאטע זאל זיך אריין זעצן אין קינדערגארטן חדר פאר א טאג, אין עס איז דא אסאך מאל ווען ער האט גערעדט פין טאטע'ישע זאכן, האבן אלע יונגלעך סיי מיט די האר נאך, אין סיי מיט די פאות געלאכט, איז דא אסאך קינדער פין דער גרויסע טאטע וואס אונז זע מער די זעלבע עיטש פין די קינדערגארטן קינדער אין אפשר קלענער ווערן אסאך מאל פארלוירן אז מען לאכט פין זייער טאטע, אין זיי ווערן אדער צומישט אדער וועלן זיי בעל כרחו מיטלאכן, אבער עס איז דא אסאך אנדערע וואס פארשטייען אז ווען קינדער לאכן זענען די קינדער חוזק נישט די טאטע,

לענינינו
עס איז דא א וועג ווי אזוי די ענין פין אידישקייט בכלל בכל העולם ובכל המסתעפים איז אוועק געשטעלט,
אין נאכדעם איז דא א דרך פאר א יעדע יוד פרעזענדליך אין עבדות ה,

דרכים אין עבדות ה' איז דא זייער פיל, יעדער צדיק אין גזע האט עס אוועק געשטעלט לויט זייער שורש נשמה אין לויט די סארט מענטשן מיט וועם זיי האבן מחנך געווען,

דרך הבעש"ט איז געווען א נייע מהלך אין אידישקייט בכלל, אין יעדע פלאטץ אין יעדע סארט נשמה אין גוף,

צו זאגן אז די הוכע ענינים אין די דרך התניא איז דרך הבעש"ט איז נאריש יא ווייל עס איז דא הונדערטער תלמידי בעש"ט וואס זייער מהלך איז נישט געווען ווי די תניא

יעדער האט געהאט זיין מהלך אין עבדות ה' טייל האבן געהאלטן אז מען דארף אראפ ברענגן די הויכע באגריפן אהער ווי תניא אין טייל האבן געהאלטן אז מען דארף ארויף טראגן די נידריגע עולם אהין ווי ברסלב אין טייל האבן געהאלטן אז מען ארבייטען אויף מדות האמת וועט דער יוד אנקומען צום קיכטיגן עבדות ה', אין טייל האבן געארבייט אויף תמימות, וכו' וכו' וכו' יא אלעס איז געווען גגעבויעט איינמאל עס איז געווען די דרך אין אידישקייט לויטן בעש"ט האט מען געבויעט איז מען געבויעט דרכים אין עבדות ה' לויט דעם עס איז א לאנגע אריכות אין איינער וואס האטאביסל פין וואס מען דארף אסאך קען כאפן בערך די קאנצעפט

די ישמח משה איז געווען א מתנגד אין נאכדעם געווארן א חסיד אין די קענסט נישט וייזן אין זיין דרך הנהגה ווי

יעצט צו נגינה קלאר געווען תלמידי בעש"ט וואס האבן געזען אז פאר זייער ציבור פעלט אויס נגינה צו עבדות ה' ווי למשל לויבאביטש ווי מען האט געהאנדעלט מיט רוסישע הארטע פויערן ח"ו איך מיין הערצער האט מען זיי געמוזט ניצן געוויסע ענינים וואס איז שוין לאנג געווען אין אידישקייט ווי וויין מין נגינה אנצוווארעמען זייער הערצער, ( למשל ברסלב איז וויין א שטער צו עבדות ה') אין און אונגערין ווי עס איז געווען א מער ווארעמע תמימותדיגע ציבור האט עס נישט אזוי אויסגעפעלט

איז דעס אליינס אויב אין אונגערין האט מען נישט געטון אין נגינה איז דאס נישט די דרך הבעש"ט ווייל די דרך הבעש"ט איז געווען די אינגרידיענס פין איבעראל

מיינסט אוודאי אז ענקער פארפירן אין דרך הבעש"ט קומט פין ענקערע הויכע השגות, א מכה, עס פונקט פארקערט אונז וואס מיר זענען משיג אז די תלמידי בעש"ט זענען אזוי גרויס למעלה מהשגתינו מדריגות וואס א פשוטע בשר ודם קען נישט פארשטיין זייער מח איז נישט אונזער בכלל נאר פין די גשמיותדיגע אויג האט עס אזוי אויסגעקוקט פינדרויסן ע"כ איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז איינמאל זיי זענען נישט דא קענען מיר נישט פארשטיין וואס די איז געווען די דרך וואס די בעש"ט האט זיי מסביר געווען אויב שטייט פין צדיקים אז מלאכים ושרפים מוטשענען זיך צו פארשטיין א קליין שטיקל נועם אלימלך אין די פארשטייסט אז די פארשטייסט יא באלאנגסטו אין נער'ן הויז
ביי ענק אויב ענקער רבי האט געזאגט א העכערע שיחה אין תניא שטייט ער אין איין שורה מיטן תניא פערדן אין עטץ האלט ענק נאך קלוג די העכערקייט אין פארשטאנד וואס אונזער רבי האט אונז געלערנט ווען ער האט גערעדט בלוז פין משה אין אהרן איד די מכות האט מער חכמה אין פארשטאנד וו אלע ענקערע מאנקי מעשיות
תכלית הידיעה שידע שלא נדעע
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו
איך האף די פארשטייסט אז איך האב עס נאר אנגעכאפט אויפן שפיץ גאפל אין אז די פארשטייסט נישט פונקלעך זעצט דיך אראפ טראכטן פאר א וואך וויל די האסט נאך קיינמאל נישט געטראכט אין דעי גראדע דירעקשען
אדער האסטי די ברירה צו גיין זיך צירוק שפילן מיט דיינע טויאס אבער פליז נישט דא אין בית המדרש
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג אפריל 14, 2016 7:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 2:26 pm

פרידן איך ווייס נישט ווער עס האט דא אויסגעגאסן לעגאו'ס איך צו די, אבער איך זעה נישט אין דיין גאנצע לאנגע הערה קיין שום ווארט וואס זאל אפווענדן מיינע פריערדיגע ווערטער, אדרבה די שרייבסט אז די דרך הבעל שם טוב איז נישט נגינה, נא, ליין וואס איך האב אויבן געשריבן, איך האב געשריבן די זעלבע זאך, נאר כנראה איז דיר שווער צו פארשטיין דברים עמוקים מה שחלקתי אז דרך הבעש"ט איז נישט נגינה, אבער נגינה אויף דעים פארנעם איז א תוצאה פונעם דרך הבעש"ט.

דאס וואס די שרייבסט אז אין רוסלאנד איז געווען הארטע אידן האט מען זיי געמיזט אנווארימען מיט ניגונים משא"כ אין אונגארן נישט, איז פשוט'ע הוילע שטותים.

על כל פנים איך זעה נישט קיין שום חדשות אין דיין הערה, חוץ וואס איך זעה דיין אדיקות אין גירסא דינקותא מיט די אינגרידיענס וואס ביסט נתחנך געווארן, וואס וועגן די זעלבע סיבה האסטו אויך אפגעמאכט אז מיין רבי איז געווען דער ליבאוויטשער, אבי גערעדט, עס איז נאר זיס צו זעהן ווי די בויעסט מסקנות איז די ווענדסט עס אפ, געוואלדיג!
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 2:40 pm

איך האב בכלל נישט געקלערט איין מינוט די גייסט מיך פארשטיין אין איך הא עס געשריבן פאראויס מען האט ענק נישט אויסגעלערנט יונגערהייט די דיסטענס פין צדיק אמת די תלמידי הבעש"ט אין היינטיגע ערליכע אידן סאיז גארנישט אין איבער דעם וואס די זאגסט וועכן נגינה דא האט זיך די טענה ריי אנגעהויבן

דארטן שטייט אז דער רבי האט גערעדט צו עס איז א יסוד אין חסידות אין אויב איז נישט דא קיין מיינוגס פארשידענהייט אין דעם אין אפי' יא זאלסטו סטאפען דיין פרעכע גערעדאכטס אויף צדיקי אמת, אין איבער רוסישע אידן מאכט נאך אזוי סאך סענס וו די זאכן וואס איז געשריבען געווארן איבער אונגערישע
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג אפריל 14, 2016 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 2:49 pm

פרידן די ביסט צוקער זיס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 4:15 pm

איך וויל מיך ענפליכט אנטשוילדיגען פאר הרב סידיראם איך האב אנגעהויבן שרייבן מיין תגובה איז נאכנישט געווען דע תגובה וואס איך ברענג דא אראפ איך האב מיך געהאט באצויגן אויך געוויסע ווערטער וואס ער האט געשריבן בעפאר, איבער דעת רבינו אין איבער דרך הבעש"ט ע"כ יעטץ זענדיג דעי תגובה טו איך זיך ענפלעטך אנטשוילדיגען וטעות לעולם חוזר , אפי' אונז האמיר חילוקי דעות ווי ערקלערט אויבן דאך צו איך צירוק פין די שארפע לשונות איי פארוואס איך מעק נישט מיינע זאכן ווייל די אלטע זאכן פין אים ווי עס שטייט זאכן באופן שמשמע זלזול בצדיק אמת ודעתיהם איז נאך אויך נישט אויסגעמעקט

סידיראם האט געשריבן:מיללער עס איז נישט נוגע בכלל צו אין גור איז יא געווען נגינה צו נישט, צוליב די סיבה וואס איך האב שוין געשריבן אויבן אז דאס איז קלאר אז די עצם מושג איז געווארן געטוישט מן הקצה אל הקצה.

יעצט אויב אין גור האט מען נישט געזינגען צו יא געזינגען מיינט דאס נאכנישט אז די מציאות איז נשתנה געווארן בכלליות מיט'ן התגלות דרך החסידות.

לדוגמא בעלמא, איז די ענין פון פירן טישן, וואס יעדער ווייסט אז די מושג פון פירן טישן א זאך וואס האט זיך נאר אנגעהויבן מימות התגלות הבעש"ט, און דאס איז א חסידישע זאך כמבואר בתפארת שלמה פ' האזינו וזל"ק וזה הסוד גלה לנו קדוש עליון הבעש"ט ז"ל שיהי' ארוחת שלחנו עם הנלוים אליו כדי להשפיע להם השפע מסטרא דקדושה עכלה"ק (וואס אגב איז די הייליגע ווערטער פון תפארת שלמה מער מאסגעבנד ווי די אלע מעשה'לעך וואס מען פארציילט בשמו של הרה"ק מסאטמאר זי"ע כאילו ער האט אראפגעלייגט א יסוד מכח א קשיא וואס ער האט געהאט אז די תניא האט נישט געפירט טיש)

יעצט אזוי, די ענין פון פירן טיש האט איינגעפירט דער הייליגער בעל שם טוב ותלמידיו, און אף על פי כן איז געווען דער הייליגער בעל התניא וואס האט נישט געפירט טיש, איז מיינט דאס אז מיט'ן התגלות החסידות איז נישט געווארן א שינוי בכלליות העולם אין דעם ענין פון פירן טיש? אוודאי איז יא געווארן, נאר אף על פי כן איז געווען יחידי סגולה פון די צדיקים וואס האבן נישט געפירט טיש, און מיר קליינע מענטשעלעך האמיר נישט קיין קשיות, אבער דאס איז א קלארע אנגענומענע זאך פון אונזערע הייליגע רבי'ס וואס האבן דאס אלעס מקבל געווען מדור אחר דור.

יעצט די זעלבע זאך איז לענין נגינה, אפילו אויב די גייסט טרעפן א פלאץ ווי דארט האט מען נישט געלייגט אזא דגוש אויף נגינה, אבער דאס איז קלאר אז מאז שנתגלה הבעש"ט ותלמידיו בעולם, איז אראפגעקומען אויף דער מציאות העולם דער דערהער פון שעות אויף שעות דביקה'נען אינעם אייבערשטן אויף פארשידענע אופנים, צו דורך נגינה, צו דורך התבוננות, וכו' וכו' און די טויש אין די וועלט לגבי די ענין פון זינגען ניגונים איז א זאך וואס תלמידי בע"ש האבן דאס אראפגעברענגט אויף דער וועלט.

(אז מען רעדט שוין, וויל איך בארירן א נקודה אז בחצרות גור איז אויך בשורשו געווען איינגעפירט די סארט הנהגות פון דביקה'נען און מוחנ'ען פאר'ן דאווענען, נאר דער חידושי הרי"ם האט בקדושתו איינגעזעהן אז בדורו זענען געווען וואס האבן נישט געהאלטן דערביי און אויסגעניצט די מהלכים אויף נישט קיין ריכטיגע אופנים - ווי למשל מענטשן האבן לכתחילה געדאווענט 2 3 נאכמיטאג נאך די ארבעט - ממילא האט ער דאן געטוישט די מהלך, דאס מיינט אויך נישט אז ער איז אוועק פון די מהלך בעצם, נאר ער האט בשעתו איינגעזעהן אז די מושג דארף אביסל בירור אוכל מתוך פסולת, וואס ווי באקאנט דארפן די אלע מושגים פון מדריגות און חסידות האבן א גרויסע שמירה אז מען זאל אננעמען די זאך ריכטיג כמ"ש שמרה נפשי כי חסיד אני, וואס וועגן דעים דארף מען אין יעדע דור האבן א רבי א בער דעת און אן ערליכער וואס זאל שוקל זיין יעדע ענין ואין להאריך כאן עוד כי יצאתי מהשורה)

יעצט אויב סאטמאר רב זצ"ל האט יא אוועקגעמאכט די ענין אז פירן טיש איז מדרך הבעל שם זייענדיג זיך סומך אז די תניא האט נישט געפירט קיין טיש, אויב דאס איז אמת, האט ער קלאר געמיינט צו זאגן אז חסידות מיינט נישט פירן טיש, נאר חסידות איז סאך מער ווי דעים, ווי אויך איז קלאר כמבואר היטב לעיל, אז חסידות מיינט נישט זינגען ניגונים, חסידות מיינט סאך מער ווי דעים (עי' מה שכתבתי לעיל), אבער דאס איז קלאר אז פירן טיש און מאכן אזא עסק פון זינגען ניגונים איז א פועל יוצא און א חלק פון די התגלות אור החסידות ע"י הבעש"ט ותלמידיו

ובני ישראל יוצאים ביד רמה ברי"ש גל"י, אימתי קאתי מר לכשיפוצו מעיינותיך חוצה


אין איבער נגינה האב איך שוין געשריבן אין די צווייטע תגובה אז די רבי האט גערעדט צו סאיז א יסוד אין חסידות
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום דאנארשטאג אפריל 14, 2016 4:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 14, 2016 4:29 pm

סידיראם האט געשריבן:מיללער עס איז נישט נוגע בכלל צו אין גור איז יא געווען נגינה צו נישט, צוליב די סיבה וואס איך האב שוין געשריבן אויבן אז דאס איז קלאר אז די עצם מושג איז געווארן געטוישט מן הקצה אל הקצה.

יעצט אויב אין גור האט מען נישט געזינגען צו יא געזינגען מיינט דאס נאכנישט אז די מציאות איז נשתנה געווארן בכלליות מיט'ן התגלות דרך החסידות.




די עיקר ווי עס איז נוגע צו אין גור האט מען געזינגען איז צו זעהן צו דו ווייסט וואס דו רעדטסט אדער נישט, ווייל דו האסט אנגעהויבן מיטן אן אויסברוך קעגן "אונגארישע חסידות", בשעת וואס ביי אלע חסידות'דער איז נגינה א יסוד מוסד און ממש פון די עיקרים אינעם דרך החסידות, אויב וועט מען אבער טרעפן אז אינעם פוילישען גור איז שוין אויך אנדערש, האלט מען שוין ביי א וועג, אז חסידות איז נישט דירעקט פארבינדען מיט נגינה, און מקען גיין בדרך החסידות אפי' אויבמ'לאזט אויס די שעות פון דביקות בנגינה, זענען די אונגארישע שוין נישט אזעלכע אפגעפרעגטע חסידים ווי די לייגסט זיין אראפ.

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » מאנטאג מאי 23, 2016 4:42 pm

אין חרדים שטייט אז שירות ותשבחות פארן אייבערשטן איז בכלל המצוה של אהבת השם, און ביי חסידים האט מען פשוט מער געקאכט אין דעם ענין.
סייג לחכמה שתיקה....

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מאי 24, 2016 2:16 pm

לייבל שטילער האט געשריבן:אין חרדים שטייט אז שירות ותשבחות פארן אייבערשטן איז בכלל המצוה של אהבת השם, און ביי חסידים האט מען פשוט מער געקאכט אין דעם ענין.


נא נא אמת טאקע, און די נקודה איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אויבן מיט מער אריכות.

איין מינוט פארגעסן דיך צו געבן א שלום עליכם
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:13 am

סידיראם האט געשריבן:אויף א דבר מפורסם מאוד וואס האט אויפגעשאקלט כלל ישראל דארף מען נישט קיין מקורות, באלד וועט נאך איינער בעטן מען זאל אים ווייזן מקורות אז דער בעש"ט האט בכלל עקזעסטירט


יעצט געהערט בשם א ליטווישע ראש ישיבה אז ער האט געזאגט אין א שמועס (שמיץ) אז ער האלט אז דער בעש"ט לא הי' ולא נברא.

איךהאב געהערט אין איינוועגס נאך דברי בלע בשמו, אבער נישט אלעס פאסט זיך אהער, נאר וואס די ליצנות שרייט פון זיך אליין.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:49 am

:lol: :roll:
קומט מיר צו לאכן און וויינען אויפאמאל...

אוועטאר
סבלנות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 11, 2018 8:26 am
לאקאציע: עולם העשייה

Re: איבער די שייכות פון נגינה צו חסידות

תגובהדורך סבלנות » זונטאג מאי 17, 2020 8:36 am

א ציטאט פון די ספר 'פאר ישראל' (מהר"י מגור 'בית ישראל' זצ"ל) עמ' ל"ח, הערה 65:
אגב, בשיחה עם אחד מגדולי הרבנים שהתעניין ושאל מדוע מחשיבים כ"כ בגור את הנגינה, ולמה התקינו לשיר גם בעת התפילה?
פירש לו רבינו זת"ע בקיצור: "הניגונים מביאים לידי קדושה ומעבירים מן הראש מחשבות זרות והרהורים רעים..." (מעדות הרב משה טורק).
עס האלט שוין ביי 304 גוטע, שיינע און הערליכע גערער ניגונים (אהן מוזיק / מיט מוזיק / נאר מוזיק).

מ'קען נאך אויסקלויבן: אנקעטע: 'ניגוני ר' יעקב תלמוד ז"ל ותלמידיו - מי ומי ההולכים'

savlunes@gmail.com

שיעלע בהמה
שר חמש מאות
תגובות: 940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: איבער די שייכות פון נגינה צו חסידות

תגובהדורך שיעלע בהמה » דאנארשטאג מאי 21, 2020 12:21 am

נאכן דורכליינען די אשכול איז מיר נאר שווער געבליבן וואס מיינט אז די אונגארישע האבן נישט געהאט קיין מסורה ישירה אין חסידות.
זיי ענדערש קלוג און זיי נישט אזוי גערעכט..... זיי ענדערש פרייליך און זיי נישט אזוי קלוג.....


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט