"נשתכחה תורת הבעש"ט"???

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

חסידות

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 4:18 pm

מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

גראדע איך האב געשטימט אז איך טו אין דעם אביסל
אבער איך ווייס נישט בין ימין לשמאל, און ווער סאיז מסכים מיט מיר ווייס איך אז ער פרובירט כאטש אויך עס צו לערנען
אוואדע קען מען וויסן געוויסע באגריפן און זיך קאכן אין געוויסע ענינים
אבער וואס חסידות איז ווייסט קיינער נישט עכ"פ כנלע"ד
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 5:49 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

גראדע איך האב געשטימט אז איך טו אין דעם אביסל
אבער איך ווייס נישט בין ימין לשמאל, און ווער סאיז מסכים מיט מיר ווייס איך אז ער פרובירט כאטש אויך עס צו לערנען
אוואדע קען מען וויסן געוויסע באגריפן און זיך קאכן אין געוויסע ענינים
אבער וואס חסידות איז ווייסט קיינער נישט עכ"פ כנלע"ד

וואס איז תורה ווייסט איר? אוודאי קען מען לערנען גמרא, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון תורה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד. וואס איז עבודה ווייסט איר? אוודאי קען מען דינען דעם אייבערשטן, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון עבודה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד.

אלא מאי?

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 334
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:57 pm

פארוואס איז דא אזא אפשרות פון נשתכחה?
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:49 am

פיבער מעסטער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

גראדע איך האב געשטימט אז איך טו אין דעם אביסל
אבער איך ווייס נישט בין ימין לשמאל, און ווער סאיז מסכים מיט מיר ווייס איך אז ער פרובירט כאטש אויך עס צו לערנען
אוואדע קען מען וויסן געוויסע באגריפן און זיך קאכן אין געוויסע ענינים
אבער וואס חסידות איז ווייסט קיינער נישט עכ"פ כנלע"ד

וואס איז תורה ווייסט איר? אוודאי קען מען לערנען גמרא, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון תורה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד. וואס איז עבודה ווייסט איר? אוודאי קען מען דינען דעם אייבערשטן, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון עבודה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד.

אלא מאי?

בכלל נישט קלאר אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין די מושג פון תורה, וכמו"כ איז לאו דוקא אז מ'קען בכלל נישט פארשטיין דער מושג פון עבודה, וה"ה לחסידות 'אין הכרח' אז מ'זאל נישט קענען זיך דערנעטערן צו פארשטיין חסידות. כך קבלתי ושמעתי ונסיתי ובעזהשי"ת בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:56 am

ישראלי האט געשריבן:פארוואס איז דא אזא אפשרות פון נשתכחה?

ווייל ס'דא א ציבור וואס זאגט אזוי, (אדער פארשטייען נישט פארוואס אין דער וועלט צו האלטן אנדערש)

אז מ'רעדט פונעם אנקעטע גופא:
ס'נישט קלאר וואס איז דער באדייט פון 'טוהן אין חסידות' יעדער דא טייטשט עס וויזוי ער פארשטייט איש על מחנהו ואיש על דגלו

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 1:37 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

גראדע איך האב געשטימט אז איך טו אין דעם אביסל
אבער איך ווייס נישט בין ימין לשמאל, און ווער סאיז מסכים מיט מיר ווייס איך אז ער פרובירט כאטש אויך עס צו לערנען
אוואדע קען מען וויסן געוויסע באגריפן און זיך קאכן אין געוויסע ענינים
אבער וואס חסידות איז ווייסט קיינער נישט עכ"פ כנלע"ד

וואס איז תורה ווייסט איר? אוודאי קען מען לערנען גמרא, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון תורה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד. וואס איז עבודה ווייסט איר? אוודאי קען מען דינען דעם אייבערשטן, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון עבודה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד.

אלא מאי?

בכלל נישט קלאר אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין די מושג פון תורה, וכמו"כ איז לאו דוקא אז מ'קען בכלל נישט פארשטיין דער מושג פון עבודה, וה"ה לחסידות 'אין הכרח' אז מ'זאל נישט קענען זיך דערנעטערן צו פארשטיין חסידות. כך קבלתי ושמעתי ונסיתי ובעזהשי"ת בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו

ממש דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען, אז נישט ווייל מען האט נישט די זעלבע השגה אין תורה ווי די פריערדיגע מיינט דאס אז קיינער ווייסט נישט וואס מיינט תורה, און נישט ווייל מען האט נישט די זעלבע השגה ווי די פריערדיגע אין עבודה מיינט נישט אז קיינער ווייסט מער נישט בכלל וואס דאס איז. די זעלבע זאך אין חסידות, מען האט אפשר נישט די זעלבע השגה ווי פריערדיגע דורות, אבער אי משום הא מיינט נאך נישט אז מען ווייסט בכלל נישט וואס דאס איז. מאכט'ס אויף א חסידיש ספר און הייבט'ס אן צו טוהן דערין וועט מען עומד זיין וואס דאס איז.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:37 pm

אקעי די באדייט פון לענען איז
ארויסזאגן די ווערטער פון מויל און צולייגן קאפ צו וואס מען זאגט, הן בהלכה והן באגדה (אוואדע איז אויך דא די מח קניני התורה)
דאווענען מיינט
לויבן און בעטן פונעם אויבערשטן, זאגן דיבורים (נכלל אין דעם איז דביקות בשם)

יעצט נאגל עס אראפ
וואס איז דאס חסידות?

בכל דרכך וכו'?
דביקות בשם?
דביקות בצדיקים?
ראית אלוקית בכל דבר?
התלהבות?
תיקון הניצוצות הקדושים?
תיקון נשמות (לדוגמה עבודת אכילה)?
וכו' וכו' וכו'??????
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 11:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:39 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
פיבער מעסטער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

גראדע איך האב געשטימט אז איך טו אין דעם אביסל
אבער איך ווייס נישט בין ימין לשמאל, און ווער סאיז מסכים מיט מיר ווייס איך אז ער פרובירט כאטש אויך עס צו לערנען
אוואדע קען מען וויסן געוויסע באגריפן און זיך קאכן אין געוויסע ענינים
אבער וואס חסידות איז ווייסט קיינער נישט עכ"פ כנלע"ד

וואס איז תורה ווייסט איר? אוודאי קען מען לערנען גמרא, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון תורה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד. וואס איז עבודה ווייסט איר? אוודאי קען מען דינען דעם אייבערשטן, אבער צו ריכטיג פארשטיין די מושג פון עבודה, ווייסט קיינער נישט, עכ"פ כנלע"ד.

אלא מאי?

בכלל נישט קלאר אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין די מושג פון תורה, וכמו"כ איז לאו דוקא אז מ'קען בכלל נישט פארשטיין דער מושג פון עבודה, וה"ה לחסידות 'אין הכרח' אז מ'זאל נישט קענען זיך דערנעטערן צו פארשטיין חסידות. כך קבלתי ושמעתי ונסיתי ובעזהשי"ת בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו

ממש דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען, אז נישט ווייל מען האט נישט די זעלבע השגה אין תורה ווי די פריערדיגע מיינט דאס אז קיינער ווייסט נישט וואס מיינט תורה, און נישט ווייל מען האט נישט די זעלבע השגה ווי די פריערדיגע אין עבודה מיינט נישט אז קיינער ווייסט מער נישט בכלל וואס דאס איז. די זעלבע זאך אין חסידות, מען האט אפשר נישט די זעלבע השגה ווי פריערדיגע דורות, אבער אי משום הא מיינט נאך נישט אז מען ווייסט בכלל נישט וואס דאס איז. מאכט'ס אויף א חסידיש ספר און הייבט'ס אן צו טוהן דערין וועט מען עומד זיין וואס דאס איז.

אקעי די באדייט פון לענען איז
ארויסזאגן די ווערטער פון מויל און צולייגן קאפ צו וואס מען זאגט, הן בהלכה והן באגדה (אוואדע איז אויך דא די מח קניני התורה)
דאווענען מיינט
לויבן און בעטן פונעם אויבערשטן, זאגן דיבורים (נכלל אין דעם איז דביקות בשם)

יעצט נאגל עס אראפ
וואס איז דאס חסידות?

בכל דרכך וכו'?
דביקות בשם?
דביקות בצדיקים?
ראית אלוקית בכל דבר?
התלהבות?
תיקון נשמות (לדוגמה עבודת אכילה)?
וכו' וכו' וכו'??????

וואס פאלטיר ביי אז חסידות ווערט גענאגלט צו איין ספעציפישע זאך?! בכלל איז מיר אינטערעסאנט צו זען אז וויבאלד דו ווייסט נישט ווייסט שוין קיינער נישט...

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:44 pm

סדארף נישט זיין איין זאך אבער מדארף עס קענען מסביר זיין
אדרבה זיי מסביר
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:59 pm

אלף בית האט געשריבן:ר' זיס. מזעהט אויך דיר אז די בוזט נישט קיין סאטמאר'ער.

אויף די אפשען וואס דו גיבסט "נשתכחה תורת הבעש"ט". וואס דו מיינט לכאורה דאס וואס רביה"ק מ'סאטמאר שרייבט אינעם ויוא"מ דרך הבעש"ט נשתכח לגמרי.
דער רבי שרייבט דאס ווארט "דרך" דער בעש"ט הק' האט געהאט א דרך וואס איז שוין היינט נישטא.
תורת הבעש"ט איז ווער עס לערנט חסידישע ספרים קען עס און ווער נישט נישט. און עס לערנט און חזר'ט נישט, פארגעסט.
עס איז קלאר אז דער רבי פלעגט נאכזאגן חסידישע שטיקלעך און פארלאנגט אז די בחורים זאלן לערנען חסידישע ספרים.

(דער רבי שרייבט נאכדעם, אז ווען משיח וועט קומען יתגלה תורת הבעש"ט, דאס מיינט נישט אז ביז דעמאלט דארף מען עס נישט לערנען. נאר די פנימיות וואס ליגט אין די הייליגע תורות וואס מיר זענען נישט זוכה צו פארשטיין)

מהיכן חילקת
סזעט אביסל אויס ווי די ליטווישע חילוק וואס האט נישט קיין יסוד ושורש אין ערגעץ נאר סאיז אין די בחינה פון ליבו אומר לו
כל ימיו פון הרה"ק מסאטמאר האט יעדער געוויסט מיט א קלארקייט אז ער האלט נשתכח
פיינעלי נצחו אראלים את המצוקים וכו' יעצט קען מען שוין לאזן אביסל פלאטץ פאר אונזערע הרגשים צו דיקטירן וואס דעת קדשו איז געווען....

אוואדע דארף מען לערנען חסידישע ספרים און זיך ברעכן קאפ וואס זייער רצון און זייער דרך איז געווען

אבער במציאות איז שוין נישטא קיין זכר פון די גרויסע ליכטיגקייטן וואס זענען געווען (לשון קדשו פון רבינו זי"ע)

די תורות זענען אוואדע נישט נשתכח געווארן אבער די דרך אוואדע יא. אדרבה וואס איז די דרך הבעל שם??
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:03 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:אדרבה וואס איז די דרך הבעל שם??

מאך אויף א מאור עינים (לדוגמא, הוא הדין א שטיקל תורה אור וכיוצ"ב) און זאג מיר וואס איז דארט נישט די דרך הבעש"ט?

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:44 pm

אוואדע יעדע ווארט פון אלע(!!!) תלמידי בעל שם איז אוואדע תורת הבעל שם
אבער וואס איז חסידות??????
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm

תגובהדורך פיבער מעסטער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:58 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:אוואדע יעדע ווארט פון אלע(!!!) תלמידי בעל שם איז אוואדע תורת הבעל שם
אבער וואס איז חסידות??????

תורת הבעל שם איז חסידות און חסידות איז תורת הבעל שם. וואס דארפסטו נאך פארשטיין? לערן א שטיקל יסוד ושורש העבודה און לערן דערנאך א שטיקל מאור עינים און זאג אליינס צו די טרעפסט אין יסוד ושורש העבודה וואס די טרעפסט אין מאור עינים. [אוודאי איז אזעלכע סארט ספרים אויך וויכטיג און הייליג, נישטא וואס צו רעדן, ואכמ"ל], לייג דיך אריין בספרי חסידות, פילעווע דערין, וועסטו אליינס זעהן אז עס איז דא דארט חידושים עצומים אין די גאנצע בליק אויף די בריאה, אויף די וועלט, אויף אמונה, אויף השגחה פרטית, אויף דביקות, און טאקע דאס אלעס איז די דרך החסידות.
לעצט פאראכטן דורך פיבער מעסטער אום מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Zeltzer
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2019 2:29 pm

תגובהדורך Zeltzer » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:04 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:אדרבה וואס איז די דרך הבעל שם??

מאך אויף א מאור עינים (לדוגמא, הוא הדין א שטיקל תורה אור וכיוצ"ב) און זאג מיר וואס איז דארט נישט די דרך הבעש"ט?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:29 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:ר' זיס. מזעהט אויך דיר אז די בוזט נישט קיין סאטמאר'ער.

אויף די אפשען וואס דו גיבסט "נשתכחה תורת הבעש"ט". וואס דו מיינט לכאורה דאס וואס רביה"ק מ'סאטמאר שרייבט אינעם ויוא"מ דרך הבעש"ט נשתכח לגמרי.
דער רבי שרייבט דאס ווארט "דרך" דער בעש"ט הק' האט געהאט א דרך וואס איז שוין היינט נישטא.
תורת הבעש"ט איז ווער עס לערנט חסידישע ספרים קען עס און ווער נישט נישט. און עס לערנט און חזר'ט נישט, פארגעסט.

עס איז קלאר אז דער רבי פלעגט נאכזאגן חסידישע שטיקלעך און פארלאנגט אז די בחורים זאלן לערנען חסידישע ספרים.

(דער רבי שרייבט נאכדעם, אז ווען משיח וועט קומען יתגלה תורת הבעש"ט, דאס מיינט נישט אז ביז דעמאלט דארף מען עס נישט לערנען. נאר די פנימיות וואס ליגט אין די הייליגע תורות וואס מיר זענען נישט זוכה צו פארשטיין)

מהיכן חילקת
סזעט אביסל אויס ווי די ליטווישע חילוק וואס האט נישט קיין יסוד ושורש אין ערגעץ נאר סאיז אין די בחינה פון ליבו אומר לו
כל ימיו פון הרה"ק מסאטמאר האט יעדער געוויסט מיט א קלארקייט אז ער האלט נשתכח
פיינעלי נצחו אראלים את המצוקים וכו' יעצט קען מען שוין לאזן אביסל פלאטץ פאר אונזערע הרגשים צו דיקטירן וואס דעת קדשו איז געווען....

אוואדע דארף מען לערנען חסידישע ספרים און זיך ברעכן קאפ וואס זייער רצון און זייער דרך איז געווען

אבער במציאות איז שוין נישטא קיין זכר פון די גרויסע ליכטיגקייטן וואס זענען געווען (לשון קדשו פון רבינו זי"ע)

די תורות זענען אוואדע נישט נשתכח געווארן אבער די דרך אוואדע יא. אדרבה וואס איז די דרך הבעל שם??

בסך הכל זאגט עטץ די זעלבע זאך....

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 5:51 pm

פיבער מעסטער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:אוואדע יעדע ווארט פון אלע(!!!) תלמידי בעל שם איז אוואדע תורת הבעל שם
אבער וואס איז חסידות??????

תורת הבעל שם איז חסידות און חסידות איז תורת הבעל שם. וואס דארפסטו נאך פארשטיין? לערן א שטיקל יסוד ושורש העבודה און לערן דערנאך א שטיקל מאור עינים און זאג אליינס צו די טרעפסט אין יסוד ושורש העבודה וואס די טרעפסט אין מאור עינים. [אוודאי איז אזעלכע סארט ספרים אויך וויכטיג און הייליג, נישטא וואס צו רעדן, ואכמ"ל], לייג דיך אריין בספרי חסידות, פילעווע דערין, וועסטו אליינס זעהן אז עס איז דא דארט חידושים עצומים אין די גאנצע בליק אויף די בריאה, אויף די וועלט, אויף אמונה, אויף השגחה פרטית, אויף דביקות, און טאקע דאס אלעס איז די דרך החסידות.

אין יעדע ספר איז דא חידושים אבער וואס מאכט עס אריינגיין אין א נייע קאטעגאריע וואס הייסט חסידות?
ווייל א רבי האט עס געשריבן?
לפי זה איז ישמח משה א חסידיש ספר אבער למען האמת איז די ספר א שטייגער ווי כלי יקר ער ארבעט ארום מיט נגלה מדרשים וראשונים און אזוי אויך זיין אייניקל די רבי זיע וואס האט נאך געקענט אזוי גוט חסידות ווי אלע מבינים דא אינאיינעם (כדי צו קענען זאגן פאר יענעם מיט א קלארקייט אז ער ווייסט נישט ווייל סינשתכח מוזסטו עס אליינס גוט קענען)
מאידך גיסא האסטו דער הייליגער חתס וואס קומט מיט קבלה'דיגע (חסידות??)חידושים בכל צעד ושעל

ני וואס איז קובע וואס איז חסידות? מוזט קודם וויסן די באדייט!

א טייטש פון מיך איז א פשוטע טייטש, משא'כ אבער ווען א רבי זאגט א פשוטע טייטש איז עס "חסידות", דארף מען פארשטיין אויב איז עס תורת אמת שטיי מיר דאך אלע אייניג ניין? וואס איז די גדר פון חסידות?
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:20 pm

אפילו לויטען ערגסטען פשט אין נשתכח. האט קיינער נישט געזאגט אז צוליב דעם זאל מען נישט לערנען קיין חסידישע ספרים.
דא האמיר זעכצען אידיאטען וואס זאגען זיי לערנען נישט קיין חסידות ווייל סאיז נשתכח.
זאג איך האלט נישט ביים לערנען חסידות. דו ביזט זיך גאר תולה באילן גדול אז פארדעם לערנסטו נישט.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:39 am

געזאגט האבעך אז איך לערן און איך ווייס נאכאלס נישט וואס דאס איז.
אגב
איך האב נאך קיינעם נישט געהערט אנרופן איינער וואס האט נישט קיין קבוה'דיגע שיעור אין
הלכה/מוסר/חומש'ר/תנ'ך וכו' אן אידיאט, ס'רוב מענטשן האבן נישט קיין צייט צו לערנען אלעס
האלטסטו נישט אז אויפן ליסטע זענען פארהאן וויכטיגערס צו לערנען פאר איינער וואס האט נישט קיין צייט?
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

גם אתה יכול
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:10 am

ער האט זיי אנגערופן אידיאטן ווייל זיי הענגן אן זייער נישט לערנען אין נשתכח

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:15 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

קען מיר איינער זאגן וואס איז דאס נשתכח.......?
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

גם אתה יכול
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:15 am

איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי איינער קען זאגן אז עס נישטא קיין תורת הבעל שם ווען זייערע ספרים זענעם אפגעדריקט און עס שטייט דארט פינקטליך זייער הדרכה..
זאג נאר משה רבינו לעבט נאך יא? נא פון ווי ווייסטו וואס ער האט געזאגט? אה די קוקסט אריין אין די תורה און די זעהסט, נו פארוואזשע פלוצלינג ווערסטו אזא טאמממעוואטע?

גם אתה יכול
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:16 am

;l;p-
גיב א שמייכל האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:מסכים סאיז נישט נשתכח
קען מיר איינער זאגן, וואס איז דאס חסידות?

קען מיר איינער זאגן וואס איז דאס נשתכח.......?

גם אתה יכול
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:21 am

חסידות האט זייער אסאך מדריגות
פאר פשוטע אידן (וואס ווי באקאנט האט די בעל שם טוב זייער שטארק געארבעט אריינצוברענגן אידישקייט אין פשוטע אידן) האט עס איין באדייט אריינלייגן פנימיות אין אידישקייט, טוען א מצוה מיט שמחה און זיך מתבוננן זיין אין די חסדים פון באשעפער אא"ו.
אין די היינטיגע שפראך רופט מען עס זיין קאנעקטעד צו דעים זיין אינספארירט נישט ווי א יון אין די סוכה...

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:34 am

סארקאזי האט געשריבן:אפילו לויטען ערגסטען פשט אין נשתכח. האט קיינער נישט געזאגט אז צוליב דעם זאל מען נישט לערנען קיין חסידישע ספרים.
דא האמיר זעכצען אידיאטען וואס זאגען זיי לערנען נישט קיין חסידות ווייל סאיז נשתכח.
זאג איך האלט נישט ביים לערנען חסידות. דו ביזט זיך גאר תולה באילן גדול אז פארדעם לערנסטו נישט.

אוטערן שלייער פון חסידות איז הר' אברהם יצחק קוק געקומען מתיר זיין א האלבע תורה,
ווייל אין יעדע טומאה ליגט דאך א געוואלדיגע קדושה.... קירוב אן קיין תורהדיגע חשבון,
ע'פ פנימיות התורה האבן דאך די היינטיגע טעג שוין א שייכות צו ימות המשיח (אתחלתה..א בחינה ווי קורח האט געזען אז ער האט ע'פ פנימיות התורה א שייכות מיט די כהן גדול'שאפט.....ואין המקום להאריך....וכלשונך..זענען דא טויזענטער "אידיאטן" וואס קוקן נישט די רבי ז"ל תורות..איי וויאזוי וועסטו זיין זיכער אז דו פארשטייסט ריכטיג חסידות? איי וויאזוי וועסטו זיך האלטן מיט די פשוטע מסורה'דיגע ריינע אמונה אין אזא וועלט???)
ומאידך גיסה האסטו דעם דרך חת'ס וואס איז געווען די פשוטע ריינע השקפה פון אלע גדולים פון אלע זמנים אריינגערעכנט די הייליגע רמ"א אז עס זענען פארהאן אסאך זאכן וואס מאיז נאר מגלה פאר צנועים וואס וועלן
נישט אריינטראגן זייערע השגות צו די טומאה,
מלערנט גמרה/הלכה/דברי הראשונים כמלאכים/מוסר/מדרשים/א חסידות באגריף אויף זמני השנה.
און דאס אלעס!! (און בצינעה איז מען משלים אלעס וואס מפארשטייט נישט "אפיציעל")
די חרבנות וואס דאס ידיעות החסידות האט געטון מיט שוואכע נשמות איז אין לתאר
האסט שוין געהערט קארליבאךס פלעפלערייען? yy יאקאבסאן? פון ברסלב האסטו שוין געהערט? חבד? די חילוק פון בעלזא אמאל און היינט.. די פאקט אז דאס רוב חסידותער (בימינו) זעען נישט די פראבלעם מיטן זיין עצם מעצמם פון א מדינה פון אפייקורסות און רציחה
לאו כל מוחא סביל דא
קוק זיך אום העסטו זיין ס'רוב סאסייעטי אלס א באנדע.....

ענדערש נישט לערנען בכלל ווי מחריב זיין דורכדעם!!, און יעדער זאל זיך אליינס אפשאצן אויב ער איז גענוג נארמאל משיג צו זיין השגות און נישט ווערן א הציץ ונפגע...אזויווי סשטייט ביי אחר

אבער לערנען די רבי זיע תורות דאס איז א "מוז", ווייל אמונה טהורה איז א "מוז"
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:46 am

גם אתה יכול האט געשריבן:ער האט זיי אנגערופן אידיאטן ווייל זיי הענגן אן זייער נישט לערנען אין נשתכח

קוק מיין ענטפער פאר סארקאזי
בלייב אינדערהיים!!
זיי נישט א רינגעלע אין די קייט פון איינעמס טויט רח"ל!!
ביסט א מחמיר? זיי מחמיר אינעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!!

צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט