עס איז דא א הלכה אז אויב קומט די וואסער צוריק נאכען ארויסרינען - צום ביישפיל אז פון טובל'ן רינט וואסער אריין צו די בור השקה - אבער עס קומט צוריק צו די מקוה, הייסט עס נישט זוחלין. און עס זענען דא וואס ווילן עס צושטעלן צו א פילטער, ווייל עס קומט צוריק.
איבער די פראבלעם אז עס גייט דורך א כלי, איז די ענטפער אז עס גייט דערנאך אויף דריי טפחים קרקע, און דאס טוט אויסהיילן די פראבלעם פון די כלי, עס ווערט אויס שאובין. שלשה טפחים קרקע איז לויט געוויסע שיטות אפי' אויף א גאנצע מקוה, וכ"ש ווען עס איז דא פיל מער ווי 40 סאה אין די מקווה בשעת די וואסער קומט צוריק.
אבער להלכה איזעס נישט אנגענומען, קודם ווייל עס קומט און גייט פון אנדערע פלעצער, און נאך סיבות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
קען מען זאגן אויף דע דערמאנטע צירופים איז מעיקר הדין וואלט מען געלאזט עס נוצן נאר צוליב חשש תקלה איז מען זיך מונע? וזהו עיקר שאלתי מי הם ה"פיל" שיטות שהקילו להשתמש בפילטר מעיקר הדין אף אם לא למעשה? און ביטע נאכאמאל וואס זענען די תקלות? למיטב ידיעתי יש שצידדו ויש שפלפלו ומעט שרצו לומר ומעט יותר שאמרו שמותר מעיקר הדין קען זיין עס פעלט מיר ידיעה בנידון מראי מקומות ביטע
די פראבלעם פון "זוחלין" מיט א פילטער איז נאר בשעת טבילה. טאמער א מקווה איז זוחל בשעת טבילה איז די מקווה פסול מדאורייתא. ביי א פילטער (פאמפ) איז דא כמה מתירים. בעיקר פאר צוויי סיבות, איינס אז זוחלין איז נאר א פראבלעם ווען די מקווה האלט נישט דאס וואסער פון זיך אליינס, למשל ס'האט א שפאלט און ס'וואסער רינט ארויס, און נישט ווען איינער שטייט און שעפט ארויס וואסער פון די מקווה. איינע פון די שטארקע ראיות להיתר איז פון די משנה פון רגליו של ראשון נוגעת במים און פון די משנה פון מחט הנתונה במעלות המערה. רבי יונתן שטייף ז"ל אין א תשובה אסר'ט עכ"ז, ער ברענגט א ראיה פון א תשובת שו"ם, נישט יעדער איז מסכים מיט זיין פארגלייך.
די צווייטע היתר, שוין דערמאנט דא ברמז, איז די תשובת הריב"ש פון "חוזרים ושבים למקומם" וואס ער איז מסביר די היתר ביי שלש מקוואות און טייל ווילן דערצו צוגלייכן א פילטער. ועל זה יש ויש, דער דמיון איז א ביסל צריך עיון ווייל ביי שלש מקוואות קומט דאס וואסער צוריק ממש פון זיך אליינס ומשא"כ ביים פילטער דארף מען צוקומען צום פייפ אז דאס וואסער זאל צוריקגיין צום מקווה אריין. ס'דא פוסקים, בתוכם הגאון ר' יחזקאל רוטה וואס מאכן א חילוק צו דער פילטער ליגט אויפן זעלבן שטאק פונעם מקווה וואס דעמאלס איז עס נישט קיין זוחלין, אבער אויב די פילטער איז א שטאק אראפ דעמאלס איינמאל דאס וואסער הייבט אן צו גיין און ס'איז דא א suction הייסט שוין די גאנצע מקווה א זוחל וועגן ס'איז שוין "כולו ננער לצאת", א שמועס פאר זיך.
דער "שאובין" פראבלעם איז שוין גאר עפעס אנדערש. אויב ס'איז מושק צו א כשר'ע בור מי גשמים (אדער ווערט עס נזרע, נישט קיין חילוק) איז דאך מן הדין קיין שום פראבלעם, חוץ לויטן ראב"ד פון נתן סאה ונטל סאה וואס דאס איז ממילא דא, צי מ'נוצט א פילטער צי מ'לייגט אלץ פרישע וואסער. די המשכה ג' טפחים וואס איינער האט דערמאנט איז נאר ליתר שאת, כולו בהמשכה איז ממילא נישט כשר, די המשכה מאכט עס נאר פאר א דרבנן לכל הדיעות (כולו שאוב אן קיין המשכה צי ס'איז מן התורה איז א מחלוקת מחבר מיטן רמ"א)
(הנני בקריות חוצות ואין הפנאי אתי, אצתי רצתי וכתבתי בלי עיון בספרים וימחול לי מעכ"ת הדר"ג, או שלא, איך שברצונכם)