דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובה דורך גרשון »

מצפים לישועה האט געשריבן:אין לאנדאן איז די זמן מנחת כהן נישט שפעטער ווי צוויי און זיבעציג, נאר לחומרא און משום תוספת שבת לייגט מען צו אפשר אפאר מענוט אפאר וואכן אין די זומער, אבער דער רבי האט געהייסן א גאנץ זומער אסאך מער ווי די פאר מענוט.

נאכאמאל, ברענג ביטע א מקור אז דער רבי האט געהאלטן מעיקר הדין שוות בכל מקום בעולם סיי פעטערבורג און סיי לאנדאן און גרינלענד, אז דו זאגסט זאכן נגד פשטות הגמרא וכל הראשונים והפוסקים והשכל הפשוט איז עליך הראיה.

מעיקר הדין? וואספארא שאלה! אויב פארשטייסטו אז אין וויליאמסבורג ווערט נאכט 72 מינוט נאך דער שקיעה 365 א יאר, האלטסו דאך אויך אז מ'גייט אוועק פונעם "פשטות הגמרא וכל הראשונים והפוסקים והשכל הפשוט". אויב ווילסטו אננעמען אז ד' מילין איז אייביג קובע נאכט, קענסטו נישט זאגן אויף פלאץ יא און אויף איין פלאץ נישט.

סך הכל קענסטו זאגן אז לחומרא דארף מען אויך ווארטן אויף ג' כוכבים קטנים אפילו נאך 72, בפרט ביי שבת דחמירא, וויבאלד על פי פשטות דארף מען יא קוקן אויפ'ן הימל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
מצפים לישועה
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 2:49 pm

תגובה דורך מצפים לישועה »

גרשון האט געשריבן:
מצפים לישועה האט געשריבן:אין לאנדאן איז די זמן מנחת כהן נישט שפעטער ווי צוויי און זיבעציג, נאר לחומרא און משום תוספת שבת לייגט מען צו אפשר אפאר מענוט אפאר וואכן אין די זומער, אבער דער רבי האט געהייסן א גאנץ זומער אסאך מער ווי די פאר מענוט.

נאכאמאל, ברענג ביטע א מקור אז דער רבי האט געהאלטן מעיקר הדין שוות בכל מקום בעולם סיי פעטערבורג און סיי לאנדאן און גרינלענד, אז דו זאגסט זאכן נגד פשטות הגמרא וכל הראשונים והפוסקים והשכל הפשוט איז עליך הראיה.

מעיקר הדין? וואספארא שאלה! אויב פארשטייסטו אז אין וויליאמסבורג ווערט נאכט 72 מינוט נאך דער שקיעה 365 א יאר, האלטסו דאך אויך אז מ'גייט אוועק פונעם "פשטות הגמרא וכל הראשונים והפוסקים והשכל הפשוט". אויב ווילסטו אננעמען אז ד' מילין איז אייביג קובע נאכט, קענסטו נישט זאגן אויף פלאץ יא און אויף איין פלאץ נישט.

סך הכל קענסטו זאגן אז לחומרא דארף מען אויך ווארטן אויף ג' כוכבים קטנים אפילו נאך 72, בפרט ביי שבת דחמירא, וויבאלד על פי פשטות דארף מען יא קוקן אויפ'ן הימל.

כהאב דאך שוין מסביר געווען אז אין וויליטמסבורג איז ביי צווי און זיבעציג שוין בין השמשות, האט אפשר דער רבי געהאלטן אז סאיז נישט כדאי מכביד זיין על הציבור און זיך פארלאזט אויף ספק ספיקא, משא"כ אין לנדאן און אונגארען און די זומער איז ביי 72 נאך נישט בין השמשות.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

הגר"י לעבאוויטש מוואדריטש שליט"א: נישט דאוונען מנחה נאך 1/2 שעה אחר השקיעה!
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p2110034
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובה דורך יידישע קהילות »

מנהג גור
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (108.98 KiB) געזען 1550 מאל
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

תגובה דורך גלאזער »

וואסערע זייגער איז געווען דעמאלט אין מונקאטש
גוגל זאגט אז יענעם טאג איז די שקיעה געווען דארט 5:40 ס'שטימט מיט די הדלקת הנרות 2 מינוט פריער.
און מוצ"ש איז 80 מינוט שפעטער.

Sunset in Mukachevo, Zakarpattia Oblast, Ukraine
5:40 PM
Friday, December 27, 1940 (GMT+3)

בילד
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור

תגובה דורך חמרא טבא »

שקיעה איז געווען 5:40 אדער 3:40?
דביה תחדי נפשא
פארשפארט

צוריק צו “הלכות תפלה וברכות”