דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דאווענען מעריב ביי זעכציג, וואו איז דער מקור
איך האב געזעהן ווי הרב בעאבאכטער האט דא געעפנט אן אשכול, איבער אן ענליכע'ן טעמע, וויל איך עם נישט קאליע מאכ'ן.
אין גאליציע איז ווי באקאנט געווען א זמן וואס הייסט"זעכציג"!
דהיינו 60 מינוט נאך די שקיעה.
עס ווערט נאך היינט פראקטיצירט אין באבוב.
ביי זעכציג דאווענט מען מעריב.
ביי זעכציג פאסט מען אויס אלע תעניתים - אריינגערעכנט תשעה באב - אויסער יום כיפור פארשטייט זיך.
פשטות וואלט די סברא געזעגט אז דאס איז פשוט בין השמשות דר"ת, וואס איז 58.5 מינוט נאך די שקיעה. אבער לפי זה וואלט מען נישט געמעגט אויספאסטן ביי "זעכציג", כמבואר בשו"ע איז מען דארף אויסווארטן ביה"ש.
וויסט איינער וואס דער זמן "זעכציג" איז.

דאס איז אלס לויטן חשבון, אז זעכציג איז ס"ס.
אבער למעשה איז עס עפעס א חשבון פון וודאי לילה, והא ראיה מען פאסט אויס ביי זעכציג.
אין שו"ע איז קלאר גע'פסק'נט לגבי א תענית ציבור, אז כל תענית שלא שקעה עליו חמה - אינו תענית, און דאס רעכנט אריין ביה"ש.
לגבי ספק גאונים.
דאס איז א פלא
לגבי שבת איז מען מיקל מיט א מלאכה נאכ'ן שקיעה שלא כגאונים
און לגבי מעריב פארלאזט מען זיף גאר אויף זיי להקל

ס'דא פוסקים וואס האלטן אז לגבי דאורייתא דארף מען אייביג מחמיר זיין אויף ביידע
אזוי פסק'נט דער מונקאנטשער רב זי"ע לגבי שבת, און אזוי האט ער איינגעפירט דעם זמן הדלקת נרות בעיר מונקאטש 5 מינוט קודם השקיעה, כדי מ'זאל האבן צייט צו נעמען א שוועבל און אנצינדען, ומינוט צוויי לתוספות שבת וכו', און ער האט אויך מקפיד געווען אויף 72 זמניות מוצ"ש אין די זומער טעג, כ'מיין אז די זמניות איז נאר געווען לעצמו, עכ"פ להלכה נעמט ער אן סיי שקיעה און סיי 72
אזי שרייבט ער אויך לגבי הנחת תפילין בתשעה באב, אז מ'זאל מקפיד זיין צו לייגן פאר'ן שקיעה (אויך תפילין דר"ת)

?אפשרטאקע האט געשריבן:ס'דא פוסקים וואס האלטן אז לגבי דאורייתא דארף מען אייביג מחמיר זיין אויף ביידע
אזוי פסק'נט דער מונקאנטשער רב זי"ע לגבי שבת, און אזוי האט ער איינגעפירט דעם זמן הדלקת נרות בעיר מונקאטש 5 מינוט קודם השקיעה, כדי מ'זאל האבן צייט צו נעמען א שוועבל און אנצינדען, ומינוט צוויי לתוספות שבת וכו', און ער האט אויך מקפיד געווען אויף 72 זמניות מוצ"ש אין די זומער טעג, כ'מיין אז די זמניות איז נאר געווען לעצמו, עכ"פ להלכה נעמט ער אן סיי שקיעה און סיי 72
אזי שרייבט ער אויך לגבי הנחת תפילין בתשעה באב, אז מ'זאל מקפיד זיין צו לייגן פאר'ן שקיעה (אויך תפילין דר"ת)
און אז דער מונקאטשער רב פסק'נט אזוי, איז וואס.
ער איז געווען א קדוש עליון, אבער זיין פסק איז קיינעם נישט מחייב נאר ק"ק מונקאטש.
מענין לענין לא ממש באותו ענין, אמרנו פעם בדרך אפשר שבאפשר (פיטפוטיא), אז לויט תוס' אין זבחים (בקצרה) און אין מנחות (באריכות), ביי די גמ' פון דם נפסל בשקיעת החמה, קען מען לכאורה נישט דאווענען מנחה נאך די שקיעה, טראץ דעם וואס איז נאך יום וודאי.
איי פארוואס האלטן די הולכים בשיטתו אז מען קען יא, הלא מבואר בנוב"י פארוואס אויף תפילין דר"ת איז מען מחמיר, און אויף אופן קביעות המזוזה איז מען נישט חייש לר"ת (דער אלכסון איז נאר לכתחילה).
כל הדברים הם על דרך פיטפוטי...
צוריק צום ענין האשכול

בעאבאכטער האט געשריבן:מענין לענין לא ממש באותו ענין, אמרנו פעם בדרך אפשר שבאפשר (פיטפוטיא), אז לויט תוס' אין זבחים (בקצרה) און אין מנחות (באריכות), ביי די גמ' פון דם נפסל בשקיעת החמה, קען מען לכאורה נישט דאווענען מנחה נאך די שקיעה, טראץ דעם וואס איז נאך יום וודאי.
איי פארוואס האלטן די הולכים בשיטתו אז מען קען יא, הלא מבואר בנוב"י פארוואס אויף תפילין דר"ת איז מען מחמיר, און אויף אופן קביעות המזוזה איז מען נישט חייש לר"ת (דער אלכסון איז נאר לכתחילה).
כל הדברים הם על דרך פיטפוטי...
צוריק צום ענין האשכול
מאן יימר שהמדובר בתחלת השקיעה, אולי המדובר בסופו.
איטשע האט געשריבן:?אפשרטאקע האט געשריבן:ס'דא פוסקים וואס האלטן אז לגבי דאורייתא דארף מען אייביג מחמיר זיין אויף ביידע
אזוי פסק'נט דער מונקאנטשער רב זי"ע לגבי שבת, און אזוי האט ער איינגעפירט דעם זמן הדלקת נרות בעיר מונקאטש 5 מינוט קודם השקיעה, כדי מ'זאל האבן צייט צו נעמען א שוועבל און אנצינדען, ומינוט צוויי לתוספות שבת וכו', און ער האט אויך מקפיד געווען אויף 72 זמניות מוצ"ש אין די זומער טעג, כ'מיין אז די זמניות איז נאר געווען לעצמו, עכ"פ להלכה נעמט ער אן סיי שקיעה און סיי 72
אזי שרייבט ער אויך לגבי הנחת תפילין בתשעה באב, אז מ'זאל מקפיד זיין צו לייגן פאר'ן שקיעה (אויך תפילין דר"ת)
און אז דער מונקאטשער רב פסק'נט אזוי, איז וואס.
ער איז געווען א קדוש עליון, אבער זיין פסק איז קיינעם נישט מחייב נאר ק"ק מונקאטש.
איך וויל דיר גארנישט מחייב זיין, איך באציא זיך פשוט צו
איטשע האט געשריבן:עס איז נישט נוגע דער שמועס דא אבער איך מיין אז די איינציגסטע וואס האלטן ר"ת און זענען יא מחמיר נישט צו טוען מלאכות נאכ'ן שקיעה זענען די סאטמארער זינט די אומגעלונגענע אסיפה.
אויף דעם פארצייל איך דיר אז ס'דא נאך וואס האלטן אזוי להלכה נאך איידער די אומגעלונגענע אסיפה
קיינער זאגט נישט אז גאונים האלטן 60 עס איז נישטו אזא מין זמן בכלל.
[עס איז דא א סתירה פון רבי יהודה ארבי יהודה איין פלאץ זאגט ער ד' מיל אין איין פלאץ זאגט ער ג' רבעי מיל, ר"ת ענטפערט אז ד' מיל איז צאת לדין לילה און 13.5 מינוט דהיינו ג' רבעי מיל פאר דעם, פאנגט זיך אהן בין השמשות, ולפנ"ז היא יום ודאי, אין די גאונים זאגען אז 13.5 מינוט נאך די שקיעה איז לילה! קיינער בזמן הזה פירט זיך נישט לויט די גאונים לקולא נאר לחומרא, אז תיכף נאך די שקיעה איז דא א חשש דאורייתא של בין השמשות, לגבי שבת. אבער עס זענען פארהאן גדולי הפוסקים אין אר"י וואס זענען מקיל ביי 13.5 ביי א תענית און אנדערע דרבנן'ס]
נאר וואס דען דער 60 איז א דעה אין ר"ת לפי המנחת כהן שכתב שאף לפי ר"ת אויב מען זעט קלאר ג' כוכובים איז שוין נאכט אף לשיטת ר"ת. פארשטייט זיך אז דער דברי חיים איז חולק ע"ז והדברים עתיקים.
די שאלה איז צו דער דברי חיים האט געהאלטן אז דער הלכה לקולא ולחומרא איז 72, אדער איז דאס נאר א חומרא פון שבת. אויף דעם איז שוין דא חולקים. איך האב נישט די ספרים מיט מיר אבער אין בעלז באבוב פאפא [ע"פ הקרן לדוד] איז דער 72 בלויז א חומרא לגודל איסור שבת, און אין סאטמאר קלויזענבורג איז עס א הלכה און די פריריגע זמנים זענען גאר א חומרא.
און אמעריקע פאר עס איז ארויס דער 72 פון התאחדות ועוד שישים רבנים זצ"ל האט מען געהאלטן אז דער מנחת כהן'ס שיטה כנהוג מימים ימימא באיירופה פאלט אויס בערך 60 מינוט [מבואר בארוכה בספר תורת חמ"ד להג"ר מכיאל בער ווייסמאנדל זצ"ל] און דא אין אמעריקע איז דאס די זעלבע ווי למשל פרעשבורג'ס 50 מינוט בערך. והעיקר הוא שאין בזה מספר המינוטען אלא ראית הכוכבים בכל מקום לפי חשבונו.
אבער באמת ווי די אנשי הקאמפיוטער האבען איבער געצייגט אז דער זמן לפי שיטה זו איז גאר נאך פריער, נאר דער סיבה פארוואס מ'זעט נאר ג' כוכבים בערך ביי 60 איז ווייל אין ניו יארק איז ליכטיג דער הימעל צוליב די גאסען לעקטער מ'קען דאס זען אליין ווען דער שטאט איז פארוואלקענט אין די וואקענעס זענען ליכטיג פון די וואלקען קראצערס.
אין גאליציע האט מען דאס גערופען דער שטאטישע זמן דהיינו של הקהל שנהגו כן, אבל חסידי צאנז ובעלז היו מחמירים עד 72 אבל רק בשבת

-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
יונה כהן האט געשריבן:...אבער באמת ווי די אנשי הקאמפיוטער האבען איבער געצייגט אז דער זמן לפי שיטה זו איז גאר נאך פריער, נאר דער סיבה פארוואס מ'זעט נאר ג' כוכבים בערך ביי 60 איז ווייל אין ניו יארק איז ליכטיג דער הימעל צוליב די גאסען לעקטער מ'קען דאס זען אליין ווען דער שטאט איז פארוואלקענט אין די וואקענעס זענען ליכטיג פון די וואלקען קראצערס...
דאס הייסט light pollution
http://en.wikipedia.org/wiki/Light_pollution
https://www.google.com/#q=light+pollution+map
זעה די מאמרים נפלאים אויף דעם פון הגאון רבי משה נחמיה לעוויטא אין קובץ עץ חיים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יונה כהן האט געשריבן: קיינער בזמן הזה פירט זיך נישט לויט די גאונים לקולא נאר לחומרא,
פארט ביטע אריבער קיין ארץ ישראל, און דרייט זיך ארום אין גאסן פון ירושלים עיה"ק שב"ק 35 מינוט נאך די שקיעה (אחר תוספות שבת לגאונים), וועט איר זעהן די רויכערער און די קאר טרייבער, און אפילו חנוכה ליכט צינדן, בעצם יום השבת לר"ת.
יונה כהן האט געשריבן: נאר וואס דען דער 60 איז א דעה אין ר"ת לפי המנחת כהן שכתב שאף לפי ר"ת אויב מען זעט קלאר ג' כוכובים איז שוין נאכט אף לשיטת ר"ת.
קענט איר ביטע ציטירן די דברי המנחת כהן פון וואס איר רעדט?
SPUSMN האט געשריבן:יונה כהן האט געשריבן:...אבער באמת ווי די אנשי הקאמפיוטער האבען איבער געצייגט אז דער זמן לפי שיטה זו איז גאר נאך פריער, נאר דער סיבה פארוואס מ'זעט נאר ג' כוכבים בערך ביי 60 איז ווייל אין ניו יארק איז ליכטיג דער הימעל צוליב די גאסען לעקטער מ'קען דאס זען אליין ווען דער שטאט איז פארוואלקענט אין די וואקענעס זענען ליכטיג פון די וואלקען קראצערס...
דאס הייסט light pollution
http://en.wikipedia.org/wiki/Light_pollution
https://www.google.com/#q=light+pollution+map
זעה די מאמרים נפלאים אויף דעם פון הגאון רבי משה נחמיה לעוויטא אין קובץ עץ חיים.
הג"ר משה נחמיה איז מיר א ידיד, ודברנו הרבה בענין ה'לייט פאלושען'. וגם הדפיס מכתבי באחד הקובצים בהנ"ל ותשחח"ל
בעאבאכטער האט געשריבן:יונה כהן האט געשריבן: קיינער בזמן הזה פירט זיך נישט לויט די גאונים לקולא נאר לחומרא,
פארט ביטע אריבער קיין ארץ ישראל, און דרייט זיך ארום אין גאסן פון ירושלים עיה"ק שב"ק 35 מינוט נאך די שקיעה (אחר תוספות שבת לגאונים), וועט איר זעהן די רויכערער און די קאר טרייבער, און אפילו חנוכה ליכט צינדן, בעצם יום השבת לר"ת.יונה כהן האט געשריבן: נאר וואס דען דער 60 איז א דעה אין ר"ת לפי המנחת כהן שכתב שאף לפי ר"ת אויב מען זעט קלאר ג' כוכובים איז שוין נאכט אף לשיטת ר"ת.
קענט איר ביטע ציטירן די דברי המנחת כהן פון וואס איר רעדט?
אנטשולדיג לפי הגאונים איז דער זמן לילה 13 מיט אהאלב מינוט! 35 מינוט איז אין אר"י שוין דער שיטה פון מנחת כהן בדעת ר"ת אין ניו יארק איז דאס [כמדומה] צווישען 41 און 52 מינוטען לויט דעם אופק וחודשי השנה דהיינו לפי 7.08 דעגריס, ביטע ליינט גוט איבער וואס איך שרייב .
דער מנחת כהן איז אין משנה ברורה בביאור הלכה רצ"ג כפי שציינתי
דא האט איר א ציטוט פון דעם לשון המ"כ
דער פלא איז למעשה לכל הנוהגים בשיטת ר"ת, ווי קען בכלל מקבל שבת זיין פאר פלג, וואס בשוות איז דאס 3 מינוט פאר די שקיעה.
והאמת, אז אין מחבר רס"א ובדברי הפוסקים המעתיקים את דבריו שטייט טאקע אז פון שקיעה (הראשונה) קען מען מקבל זיין שבת, ומקור הדברים הם ברמב"ן המובאים גם מובאים בדברי תלמידו הר"ן.
עס הייסט אז פאר דעם איז דאס "ובלבד שלא יקדים" וואס העלפט גאר נישט. נאר למעשה שרייבט שוין דער רמ"א אז מען קען פון פלג (עי גר"א שם, שציין לזה הגמ' דרב צלי של שבת בערב שבת. ובאמת זוהי קושיא אלימתא להרמב"ן וצ"ע.)
ואולי לצורך דעם ענין הגדר פון מחמיר זיין אויף ביידע זייטן, רעכנט מען זמן פלג ווי דעם לבוש.
אגב, אין ירושלים וואס דער מנהג איז צינדן 40 מינוט לפני השקיעה, קומט אויס אז לויט ר"ת צינדט מען קיינמאל נישט לכבוד שבת, דען מען קען דאך נישט מקבל שבת זיין לפני פלג (נאר לויטן לבוש וכנ"ל)
לכאורה איינע פון די דברי פליאה, וואס איז אנגענומען געווארן אן זיך מתייחס זיין בכלל צו ר"ת.

לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 9:05 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.