חידות - קענט איר טרעפן?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קיסריה
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אהרן הלוי האט געשריבן:פון די לבנה (לא עיינתי כה"צ)

פיין.
מקור ביטע?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

קיסריה האט געשריבן:וועלכע סארט פערטיגע ערדענע כלי, קען קיינמאל נישט טמא ווערן.
נישט מתוכו אדער מגבו, נישט דורך א שרץ, און אפילו נישט דורך אן אבי אבות הטומאה, נישט אין א אוהל. בקיצור די כלי קען קיינמאל נישט טמא ווערן.

איך זאג בדוקא א פערטיגע כלי, ווייל א כלי שלא נגמרה איז נישט מקבל טומאה.

רמב"ם כלים פרק א
כלי גללים וכלי אבנים וכלי אדמה לעולם טהורין ואין מקבלין טומאה מן הטומאות ולא טומאת מדרס לא מן התורה ולא מדברי סופרים בין פשוטיהן בין מקבליהן
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

קיסריה האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:פון די לבנה (לא עיינתי כה"צ)

פיין.
מקור ביטע?

משנה כלים יז, יד: ויש במה שנברא ביום הראשון טומאה, בשני אין בו טומאה, בשלישי יש בו טומאה, ברביעי ובחמישי אין בהם טומאה. (ושוב אציין שלא עיינתי אם אכן כך הדין)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

להודות האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:וועלכע סארט פערטיגע ערדענע כלי, קען קיינמאל נישט טמא ווערן.
נישט מתוכו אדער מגבו, נישט דורך א שרץ, און אפילו נישט דורך אן אבי אבות הטומאה, נישט אין א אוהל. בקיצור די כלי קען קיינמאל נישט טמא ווערן.

איך זאג בדוקא א פערטיגע כלי, ווייל א כלי שלא נגמרה איז נישט מקבל טומאה.

רמב"ם כלים פרק א
כלי גללים וכלי אבנים וכלי אדמה לעולם טהורין ואין מקבלין טומאה מן הטומאות ולא טומאת מדרס לא מן התורה ולא מדברי סופרים בין פשוטיהן בין מקבליהן

האלאו: איך רעד נישט פון כלי אבנים / גללים.
מ׳רעדט פון ערדענע כלים וואס זענען יא מקבל טומאה.

און די תירוץ איז קלאר:
כלים פון די לבנה אדער מערכת השמים.

עי׳ ר״ש בפירושו אז כלים פון די לבנה אינם מקבלים טומאה.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

היינט באקומען פון HAKHEL

QUESTION OF THE DAY: Tomorrow, in the fifth Perek of Avos we will learn that the world was created “Ba’asara Ma’amaros”, as in the creation in Parashas Bereishis we find the word Va’Yomer used time after time. If that is the case, why is the bracha that we recite Shehakol Nihiyeh Bidavro—and not Shehakol Nihiyeh B’Ma’amaro?

ווייסט אימיצער?
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

איין מהלך, אדער צוויי:

נחלת צבי.JPG
נחלת צבי.JPG (230.23 KiB) געזען 2269 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:איין מהלך, אדער צוויי:

איך וויל וויסען ווער עס איז דער נחלת צבי צו איך בין מחיוב זיך ברעכען קאפ צו פארשטיין
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

צוויי מענטשן אין די תורה וואס זענען געווען 5 מאל ערשטע קאזינס?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ויתן לך האט געשריבן:צוויי מענטשן אין די תורה וואס זענען געווען 5 מאל ערשטע קאזינס?

נו געב ארויס
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:

א רמז, זיי זענען אויך צוויי ברידערס

ויתן לך האט געשריבן:

עמון ומואב?

סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:צוויי מענטשן אין די תורה וואס זענען געווען 5 מאל ערשטע קאזינס?

נו געב ארויס

א רמז, זיי זענען אויך צוויי ברידערס

עמון ומואב?

איך ווייס נאר פון 4 מאל
ברודער וואס זענען, פירסט קאזען פון די מאמע זייט רחל און לאה, און פירסט קאזען פון די ווייב זייט אויב תאומות נולדו, און די ווייבער זענען אויך געווען 2 מאל א קראס די מענער, אבער א פיפטע ווייס איך נישט, נאר אויב מען גייט שוין צו סעקענט קאזענס פון רבקה און לבן וואס דאן איז עס אסאך מער.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע: בתוך עמי אנכי יושבת

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

געזעהן שטיין אין א ספר:
אסור לכתוב על הספר מותר לכתוב על הספר מותר לכתוב על הספר אסור לכתוב על הספר
וואס איז פשט?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:צוויי מענטשן אין די תורה וואס זענען געווען 5 מאל ערשטע קאזינס?

נו געב ארויס

א רמז, זיי זענען אויך צוויי ברידערס

עמון ומואב?

איך ווייס נאר פון 4 מאל
ברודער וואס זענען, פירסט קאזען פון די מאמע זייט רחל און לאה, און פירסט קאזען פון די ווייב זייט אויב תאומות נולדו, און די ווייבער זענען אויך געווען 2 מאל א קראס די מענער, אבער א פיפטע ווייס איך נישט, נאר אויב מען גייט שוין צו סעקענט קאזענס פון רבקה און לבן וואס דאן איז עס אסאך מער.

לייג נאך צו אז שמעון האט חתונה געהאט מיט דינה כמבואר ברש"י, איז ער שוין געווען נאכאמאל א קאזין מיט זיינע ברודער.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אוראייניקל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:נו געב ארויס

איך האב געמיינט יעקב און עשיו, יעקב איז געווען 4 מאל א איידעם ביי לבן, עשיו'ס פעטער. און עשיו איז געווען א איידעם ביי ישמעאל
, יעקב'ס פעטער
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

אני-הק' האט געשריבן:געזעהן שטיין אין א ספר:
אסור לכתוב על הספר מותר לכתוב על הספר מותר לכתוב על הספר אסור לכתוב על הספר
וואס איז פשט?

מען טאר נישט שרייבן אין א ספר אז מען מעג שרייבן אין דעם ספר, אבער מען מעג יא שרייבן אין א ספר אז מען טאר נישט שרייבן אינעם ספר...
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ויתן לך האט געשריבן:
אוראייניקל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
ויתן לך האט געשריבן:א רמז, זיי זענען אויך צוויי ברידערס

עמון ומואב?

איך ווייס נאר פון 4 מאל
ברודער וואס זענען, פירסט קאזען פון די מאמע זייט רחל און לאה, און פירסט קאזען פון די ווייב זייט אויב תאומות נולדו, און די ווייבער זענען אויך געווען 2 מאל א קראס די מענער, אבער א פיפטע ווייס איך נישט, נאר אויב מען גייט שוין צו סעקענט קאזענס פון רבקה און לבן וואס דאן איז עס אסאך מער.

לייג נאך צו אז שמעון האט חתונה געהאט מיט דינה כמבואר ברש"י, איז ער שוין געווען נאכאמאל א קאזין מיט זיינע ברודער.

איך האב געמיינט יעקב און עשיו, יעקב איז געווען 4 מאל א איידעם ביי לבן, עשיו'ס פעטער. און עשיו איז געווען א איידעם ביי ישמעאל
, יעקב'ס פעטער

יעקב איז געווען 4 מאל א איידעם ביי לבן??
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: יעקב איז געווען 4 מאל א איידעם ביי לבן??

בלהה וזלפה היו בנות לבן, פרקי דרבי אליעזר.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גוט גוט
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ויתן לך האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: יעקב איז געווען 4 מאל א איידעם ביי לבן??

בלהה וזלפה היו בנות לבן, פרקי דרבי אליעזר.

וכ"ה ברש"י (בראשית לא, נ) "בנתי בנתי" - ב' פעמים אף בלהה וזלפה בנותיו היו מפלגש.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
null
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך null »

.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

מי האיש?

ער האט געהאט צוויי ווייבער ביידע (איינע נאר לכאורה, אבער זיכער קרוב צו) 40 יאר עלטער ווי איהם.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

אוראייניקל האט געשריבן:מי האיש?

ער האט געהאט צוויי ווייבער ביידע (איינע נאר לכאורה, אבער זיכער קרוב צו) 40 יאר עלטער ווי איהם.

כלב
מרים, בתיה
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17017
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

;l;p-
יעצט נאכגעקוקט, זיכער זענען ביידע געווען 40 יאר עלטער.

כלב איז געווען 40 יאר בשעת שילוח המרגלים (יהושע יד, ז).
און זיינע ווייבער זענען געווען מרים (וואס איז דאן געווען 87)
און בתיה וואס האט ארויסגענומען משרע"ה פונעם וואסער, און משרע"ה איז שוין דאן געווען 81.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: חידות - קענט איר טרעפן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ווי זעהט מען אז אהרן הכהן איז געווען נידריג און דיק, ווידער משרע"ה איז געווען דאר און הויך?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”