איך האב אלץ געוואלט וויסן פארוואס??
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
אז מען רעדט שוין פון שס"ן האב איך זיך דערמאנט וואס איך אמאל געהערט פון אן אלטען איד, אז די אלמנה ואחים ראם וואס האבען געדרוקט די ווילנא ש"ס גמרא, האט עס געדויערט בערך אכט יאר, און זיי האבען געדינגען זייער א סאך תלמידי חכמים מופלגים (וועלט איז נאך געווען וועלט) צו איבער קוקען אז עס זאל זיין אן קיין איין גרייז. נאכדעם האבען זיי אדווערטייזט אז זיי האבען דער בעסטע ש"ס, און פאר יעדען גרייז וואס מען טרעפט גיבען זיי א רוסישען רובעל. ביז א קורצע צייט האבען זיי געמוזט צוריק צוהען דער אפער, ווייל זיי וואלטען געגאנגען באנקראפט פון אזוי פיל טעותים.
דאס איז פארט געווען דער בעסטע ש"ס פאר הונדרעט יאר, און ביי מיין חתונה האט מיין פאטער זז"ג געבעהטען פון מיין שווער אז דער ש"ס זאל זיין דער נייפעסטער ווילנא ש"ס, דער בעסטער ש"ס דענמאלץ. היינט איז עס עוז והדר, נו זענען זיי גרייט צו באנייען דער אפער, א דולער פאר יעדען טעות? איז דא א פילאנטראפ וואס וויל מזכה זיין כלל ישראל? א פאר דולער קען אייך קויפען עולם הבא.

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון שס"ן האב איך זיך דערמאנט וואס איך אמאל געהערט פון אן אלטען איד, אז די אלמנה ואחים ראם וואס האבען געדרוקט די ווילנא ש"ס גמרא, האט עס געדויערט בערך אכט יאר, און זיי האבען געדינגען זייער א סאך תלמידי חכמים מופלגים (וועלט איז נאך געווען וועלט) צו איבער קוקען אז עס זאל זיין אן קיין איין גרייז. נאכדעם האבען זיי אדווערטייזט אז זיי האבען דער בעסטע ש"ס, און פאר יעדען גרייז וואס מען טרעפט גיבען זיי א רוסישען רובעל. ביז א קורצע צייט האבען זיי געמוזט צוריק צוהען דער אפער, ווייל זיי וואלטען געגאנגען באנקראפט פון אזוי פיל טעותים.
דאס איז פארט געווען דער בעסטע ש"ס פאר הונדרעט יאר, און ביי מיין חתונה האט מיין פאטער זז"ג געבעהטען פון מיין שווער אז דער ש"ס זאל זיין דער נייפעסטער ווילנא ש"ס, דער בעסטער ש"ס דענמאלץ. היינט איז עס עוז והדר, נו זענען זיי גרייט צו באנייען דער אפער, א דולער פאר יעדען טעות? איז דא א פילאנטראפ וואס וויל מזכה זיין כלל ישראל? א פאר דולער קען אייך קויפען עולם הבא.
געהערט אז זיי פלעגען אויפהענגען א פרישע בלאט יעדען טאג אינדרויסען פונעם דרוק, און אלע ארימעלייט פלעגען שטיין דארט אין זיכען תעותים.
אזוי אויך האבעך געהערט (בלי אחריות אויף די מעשה) אז די רש"ש וואס איז געווען א באנקיר, האט פינאצירט א חלק צו די גאנצע ש"ס, און מען האט לכבוד דעם אריין געלייגט זיין פירוש, און די ערשטע דרוקען פון "ראם", שטייט נאך ביי אים "שליט"א".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN האט געשריבן:אז די אלמנה ואחים ראם וואס האבען געדרוקט די ווילנא ש"ס גמרא, האט עס געדויערט בערך אכט יאר, און זיי האבען געדינגען זייער א סאך תלמידי חכמים מופלגים (וועלט איז נאך געווען וועלט) צו איבער קוקען אז עס זאל זיין אן קיין איין גרייז.
אין סוף ש"ס (די אלטע דרוקן), האבן זיי אריינגעדרוקט א קונטרס "אחרית דבר" מיט די גאנצע היסטאריע פון דרוקן די ש"ס וואס אונז נוץ מיר היינט,
ס'זייער אינטרעסאנט, און ס'איז הפלא ופלא ווי אין דעמאלס'דיגע צייטן האבן זיי איבערגעדרוקט די גאנצע ש"ס,
מיט צענדליגע ראשונים מעתיק געווען פון אלטע כתבי ידות געשריבן אין אנדערע אותיות, און אינמיטן האבן זיך צוויי מסכתות פאברענט,
און פון דעסטוועגן געענדיגט אין בלויז זעקס יאר!
היינט, מיט קאמפיוטערס און אלס, האט געדויערט פאר עוז והדר איבער צוואנציג יאר, און נאכאלס נישט געענדיגט בשלימות.
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12437
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
שוטה האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:און אלע ארימעלייט פלעגען שטיין דארט אין זיכען תעותים.
תעיתי כשה אובד.
עס קומט נישט דא אריין, אבער עס איז מענין לענין באותו בנין, סתם א אינטרעסאנטע זאך וואס איך האב שוין זייער זייער אסאך מאל באמערקט, אז ווען איינער איז מעורר אויף א טעות, וועט ער ערגעץ אין זיינע ווערטער בשעתן מעורר זיין אליין מאכן עפעס א טעות.
-
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
למעלה משבעים האט געשריבן:שוטה האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:און אלע ארימעלייט פלעגען שטיין דארט אין זיכען תעותים.
תעיתי כשה אובד.
עס קומט נישט דא אריין, אבער עס איז מענין לענין באותו בנין, סתם א אינטרעסאנטע זאך וואס איך האב שוין זייער זייער אסאך מאל באמערקט, אז ווען איינער איז מעורר אויף א טעות, וועט ער ערגעץ אין זיינע ווערטער בשעתן מעורר זיין אליין מאכן עפעס א טעות.
נישט און גאנצען א Freudian slip
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 649
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 4:37 pm
- פארבינד זיך:
א טלות מיט ליינס?
היינט אין מיין בהמ"ד האט געדאווענט א ארץ ישראל'דיגע איד אין איך האב געזען אז זיין טלית איז אין אינגאנצן ווייס אן קיין שווארצע ליינס, איז מיר שווער געווארן פארוואס פירט מען זיך ביי אינז אז מ'גייט יא? איז עס סתם ווייל עס איז שיין אזוי?
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10652
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע: ביי אלאסקא
די ליינס האב איך אמאל געזעהן איז א סימן אויף די תכלת, אין פריערדיגע יארן אין דערהיים, איז עס געוועהן בלוילעך,
אין בעלזא גייט מען נאך אזוי, ביי אחינו בני הספרדים גייט מען אינגאנצען ווייס ווייל אזוי שטייט פונעם אריה"ק.
אין בעלזא גייט מען נאך אזוי, ביי אחינו בני הספרדים גייט מען אינגאנצען ווייס ווייל אזוי שטייט פונעם אריה"ק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
teibele1 at birdlover.com
טייבעלע האט געשריבן:די ליינס האב איך אמאל געזעהן איז א סימן אויף די תכלת, אין פריערדיגע יארן אין דערהיים, איז עס געוועהן בלוילעך,
אין בעלזא גייט מען נאך אזוי, ביי אחינו בני הספרדים גייט מען אינגאנצען ווייס ווייל אזוי שטייט פונעם אריה"ק.
כ'בין לעצטענס געווען אין טלית געשעפט, און געזעהן א היפש שטארע אויפוואכונג פון טליתים מיט בלויע סטרייפס,
און ער האט מיר געזאגט אז לעצטענס גייט דאס,
פשטות דארף עס טאקע אזוי צו זיין, אבער וואס איז די מקור פון שווארצע? פארוואס האט מען געטוישט און ווען?
הוי "מקבל" את כל אדם בשמחה
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10652
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע: ביי אלאסקא
קוק דא אין אלי' רבה סי' ט' סעי' ה',
און דא פמ"ג א"א סי' ט' אות ו',
והב"י בסי' ט' בד"ה וכתב הרמב"ם, כתב והשחור נראה כתכלת.
און דא פמ"ג א"א סי' ט' אות ו',
והב"י בסי' ט' בד"ה וכתב הרמב"ם, כתב והשחור נראה כתכלת.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
teibele1 at birdlover.com
אז איר וועט קיקן וועט איר זעהן א אינטערסאנטע זאך' כמעט ביי א יעדע עמוד גמרא פאנגט זיך אן אדער רש"י אדער תוס' מיטן זעלבן ווארט ווי די גמרא,
אזוי ווייט אז אסאך מאל ווען עס וואלט נישט געשטימט איז דא א רש"י פין די אנדערע עמוד וואס קימט ארויף אין די ווארט ווי עס האלט ביים אנפאנג עמוד אין רש"י איז די זעלבע ווי די ווארט ביים אנפאנג ווארט אין די גמרא א שטייגער ווי אין מס' סוכה דף י' ע"א דוק אין די וועסט זעהן.
אוודאי איז דא פלעצער ווי עס וועט נישט זיין אזוי (אזוי ווי א המלך מגילה פארקויפט זיך נאך אלס אלס המלך מגילה אפילו עס האט עמודים וואס פאנגט זיך נישט אן מיט המלך) אבער בדרך כלל איז עס אזויווי איך זאג
וואס איז פשט?
עס זעהט אויס ווי עס ליגט אסאך קאפ אין די גאנצע אויסשטעל!
אזוי ווייט אז אסאך מאל ווען עס וואלט נישט געשטימט איז דא א רש"י פין די אנדערע עמוד וואס קימט ארויף אין די ווארט ווי עס האלט ביים אנפאנג עמוד אין רש"י איז די זעלבע ווי די ווארט ביים אנפאנג ווארט אין די גמרא א שטייגער ווי אין מס' סוכה דף י' ע"א דוק אין די וועסט זעהן.
אוודאי איז דא פלעצער ווי עס וועט נישט זיין אזוי (אזוי ווי א המלך מגילה פארקויפט זיך נאך אלס אלס המלך מגילה אפילו עס האט עמודים וואס פאנגט זיך נישט אן מיט המלך) אבער בדרך כלל איז עס אזויווי איך זאג
וואס איז פשט?
עס זעהט אויס ווי עס ליגט אסאך קאפ אין די גאנצע אויסשטעל!
אז איך פרעג בין איך א נער פאר פינעף מינוט, אז איך פרעג נישט בין איך א נער פאר אייביג
- jkup50
- שר האלף
- תגובות: 1079
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
- לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!
אבי ווער האט געשריבן:אז איר וועט קיקן וועט איר זעהן א אינטערסאנטע זאך' כמעט ביי א יעדע עמוד גמרא פאנגט זיך אן אדער רש"י אדער תוס' מיטן זעלבן ווארט ווי די גמרא,
אזוי ווייט אז אסאך מאל ווען עס וואלט נישט געשטימט איז דא א רש"י פין די אנדערע עמוד וואס קימט ארויף אין די ווארט ווי עס האלט ביים אנפאנג עמוד אין רש"י איז די זעלבע ווי די ווארט ביים אנפאנג ווארט אין די גמרא א שטייגער ווי אין מס' סוכה דף י' ע"א דוק אין די וועסט זעהן.
אוודאי איז דא פלעצער ווי עס וועט נישט זיין אזוי (אזוי ווי א המלך מגילה פארקויפט זיך נאך אלס אלס המלך מגילה אפילו עס האט עמודים וואס פאנגט זיך נישט אן מיט המלך) אבער בדרך כלל איז עס אזויווי איך זאג
וואס איז פשט?
עס זעהט אויס ווי עס ליגט אסאך קאפ אין די גאנצע אויסשטעל!
דאס איז איינע פון די חכמות וואס די ווילנא דרוק האט אריינגעלייגט!
יאנקעל די פופציגער
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6812
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
שאינו יודע האט געשריבן:פארוואס איז דא די טישטוכער אויף די עמוד פון די בעל תפלה?
ואנוהו
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5679
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
יוראפ האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:פארוואס איז דא די טישטוכער אויף די עמוד פון די בעל תפלה?
ואנוהו
האב איך באמערקט אז עס איז דא טאקע אסאך מאל גאר הערליכע עמודים (בימות געדענק איך נישט אויף די מינוט) וואס מען לייגט נישט קיין טישטוכער.
א בימה שטייט שוין אין חז''ל אז מ'פלעגט לייגן טישטוכער.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
מגילה כו ע"ב
אמר רבא מריש הוה אמינא האי כורסיא תשמיש דתשמיש הוא ושרי כיון דחזינא דמותבי עלויה ס"ת אמינא תשמיש קדושה הוא ואסור ואמר רבא מריש הוה אמינא האי פריסא תשמיש דתשמיש הוא כיון דחזינא דעייפי ליה ומנחי סיפרא עלויה אמינא תשמיש קדושה הוא ואסור
רש"י
כורסיא: בימה של עץ:
תשמיש דתשמיש: שפורס מפה עליו ואחר כך נותן ספר תורה עליו:
דמותבי ספר תורה עליה: בלא מפה:
פריסא: יריעה שפורסין סביבות הארון מבפנים:
תשמיש דתשמיש הוא: תשמיש של ארון:
דעייפי ליה: פעמים שכופלין אותו תחת ס"ת: