אל תבטחו בנדיבים: עניני בטחון

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איך פרוביר

אל תבטחו בנדיבים: עניני בטחון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך פרוביר »

ליינענדיג היינט די קנא נייעס אין א דערעבענדיגער פארום, שפיר איך פאר וויכטיג ארויסצוברענגן א נקודה.

די חיזבאלא טעראריסטן האבן שוין געשאסן אויף ארץ ישראל איבער פופצן הונדערט ראקעטן, און דער שומר ישראל האט רחמנות געהאט אז נישט מער ווי 19 ציווילע זענען נעבעך נרצח געווארן, און מ'קען בכלל נישט זאגן אז עס איז א דרך הטבע, היות די וואס האבן נעבעך יא געהרג'עט זענען געווען ביטער אז עס האט אוועקגענומען 8 נפשות אויף איינמאל, קומט אויס אז נאר פון אויבן האלט מען דאס אפ, די ציונים ימ"ש קענען אויף דעם נישט נעמען קיין קרעדיט בכלל, ווייל ח"ו אז ס'געלונגט וואלטן זיי אויך גארנישט געקענט טוהן, ווייל אלעס וואס זיי קענען טוען זיי שוין, דארף מען זיך כאפן, אז עס איז א שאד זיך צו סומך זיין אויף די פארשאלטענע רשעים, וואס מיום הווסדם איז נאך קיין רואיגע טאג אין איזרעיל נישט געווען, און קיין טובה איז נאך פון זיי נישט ארויסגעקומען, איז דאך ממש א שאד אז מ'זאל קלערן אז אויב די ציונים ימ"ש וועלן מאכן א געלונגענע אקציע וועט ווערן שטיל אין לאנד.

בטח בה' ורעה אמונה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ר' טייפ, איך מעג מחולק זיין מיט דיר?

איך האלט אז עס איז דוקא יא א דרך הטבע אז די ראקעטן הרג'נען ווייניג מענטשן. טראכט אריין ווי פונקטליך א ראקעט ברויך טרעפן אנצוקומען צו איר ציהל, די חיזבאלא פארמאגן ווייט פון א פארגעשריטענע מיליטער מיט די נויטיגע איינריכטונגען אדורכצופירן פונקטליכע מיסיעס, זייער ציהל מיט די ראקעטן איז נישט מער ווי בלויז אנצוזייען שרעק אין די איינוואוינער פונעם לאנד, און דאס איז זיי געוואלדיג געלונגען, ווען מען שיסט ראקעטן פון אזא ווייטע מהלך איז זייער שווער אויסצורעכענען וואו עס וועט פאלן און וואס עס וועט פאראורזאכן.

איך האב נישט קיין צייט אדער נערוון יעצט מאריך צו זיין, אבער איך האלט קלאר אז איך בין גערעכט דערמיט, וואס זאגט דער עולם?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ר' קרעמער קודם האט ר' טייפ נאר געשריבן א געדאנק, דאס הייסט אז ער האט נישט קובע געווען צו זיי זענען גוטע ציל שיסערס, אדער נישט, אבער פונקט ווי עס איז אנגעקומען נישט צו ציווילע בירגער, וואלט דאך דאס געקענט אנקומען צו ציווילע, ניין? חוץ מזה זענען מיר אידן באויפטראגט צו זעהן השגחה פרטית, כאב אזוי הנאה געהאט צו זעהן זיין אשכול, אבי איינער באמיט זיך שוין אביסל אויפצוברענגן נקודות למחשבה, אז מ'זאל האבן אביסל א קלארקייט אין די טעג, וואס אין לך יום שאין קללתו וכו', איז ממילא וויל איך דא מחזק זיין ר' טייפ, געוואלדיג זייער שיין ארויסגעברענגט די ריכטיגע אידישע בליק, אויף די נושא, ובחדא מחתא וויל איך דא מוחה זיין (כאף אז קיינער הערט נישט) לעצטענס איז ארויסגעקומען א נייער נייעס ברענגער פאר דעם חרדי'שן אידנטום, און ליידער ער רעדט פון מדינת ישראל כאילו זיי האבן און מעגן האבן א קיום, רח"ל, זאל דער פון אויבן באלייכטן זיינע אויגן, און נישט פארסמ'ן אונזער יוגנט מיט ריין אויסגעשפראכענע דברי כפירה, וואס קומט נאך כלומר'שט פון א היימישע אינגערמאן. אמן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

נאך איין מאל דו נעמסט זיך אן פאר "טייפ", וועל איך מחליט זיין אז דו - סאכדעס - ביסט טאקע זיין "טייפ".

לענין: דו פארשטייסט אז אויב עס איז דא פינעף און זיבעציג פראצענט אומבאוואוינטע געגענטער און פינעף און צוואנציג פראצענט באוואוינטע, וועלן פינעף און זיבעציג פראצענט פון די מיסילס פאלן בדרך הטבע אויף מדבריות, ליידיגע שאסייען, פארקס, ימים ונהרות, און בית החיים'ס (וואס דאס איז דער מציאות טאקע), על כן, הגם איך גלייב אין השגחה פרטית פונקט ווי דיר, אבער מען קען נישט זאגן אז דארט גייט פאר עפעס למעלה מדרך הטבע, כן נלע"ד.
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

כ'גיי יעצט נישט אריין גיין אינעם תורה'דיגען אספעקט דערפון (אי"ה א צווייט מאל) אבער לגבי ראקעטן איז אזוי אויב דער וואס שיסט עס קען שיסען היינו ער פארשטייט צו קארדענעישענ'ס וכדומה דאן קען א ראקעט אפטוהן א געואלדיגער חורבן אויב אבער א לא לנו שיסט עס דארף ער גרויס מזל אז עס זאל בכלל ערגעץ נארמאל אנקומען אדרבה דא האט איר א בפירושע קנא
אין מדינת ישראל זענען 98 דירות און 9 קאחרען געשעדיגט געווארן דורך 91 ראקעטן וועלכע האבן געלאנדעט אין קרית שמונה, זיבעצן איינוואוינער פון קרית שמונה זענען לייכט פארוואונדעט געווארן און האבן געברויכט אנקומען צו באהאנדלונג אינעם עמערדזשענסי רום.
אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התאחדות »

וואסשייעך צו זאגן, מיין אונטערשאמעסל האט שוין ארויסגעברענגט מיט זיין ברייט שפראך, דאס איז זיכער אז דרך הטבע קען נישט זיין קיין סתירה מיט השגחה, די טבעיים בייטן זיך כסדר, בפרט ביי אזא פלאץ וואס שטייט קעגן גאט ברוך הוא, און דער שר זייערער איז דער ס"מ אליין, איז דאך גארנישט שייך אז ס'זאל זיך עפעס פירן בדרך הטבע, אדרבה די טבע וואלט מחייב געווען אז ס'זאל אויסגעריסן ווערן די גאנצע מדינה, און ס'זאל נישט בלייבן קיין שריד ופליט, נאר דער גאט פון די וועלט האלט אן אפן אויג, און געט אכט אז די אידן דארט זאלן נישט אויסגעריסן ווערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”