די הייליגע ווינטער נעכט,

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

great
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

Re: די הייליגע ווינטער נעכט,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

ווייסעכנישט גארנישט האט געשריבן:געטראפן א מקור אין אריה"ק, די מעלה פון אויפשטיין ביי חצות אפילו מ'לייגט זיך צוריק (שעה"כ דרושי הלילה דרוש ד):

ודע, כי העיקר הוא שצריך להשתדל בכל כחו לעסוק בתורה כל חצות לילה עד שיעלה עמוד השחר, וילך להתפלל ולא יפסיק בשינה כלל, ודבר זה אין למעלה ממנו, אבל אם אין באדם יכול' להיות נעור כל חצות אחרונה של הלילה, אז יקום ממש בחצות ויבכה על החרבן כמו חצי שעה כנ"ל ואח"ך תעסוק בתורה שעה אחרת וכו', ואח"ך תחזור לישן, ובלבד שתחזור ותקום כמו חצי שעה קודם עלות השחר ותחזור לעסוק בתורה כו'.
עכל"ק

מיט א תנאי "ובלבד שתחזור ותקום כמו חצי שעה קודם עלות השחר ותחזור לעסוק בתורה כו'" אויב נישט איז לכאורה בעסער ללמוד בבוקר לפני התפילה במוקם לפי כוחו של אדם
ווייסעכנישט גארנישט
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2019 6:51 pm

Re: די הייליגע ווינטער נעכט,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעכנישט גארנישט »

great האט געשריבן:מיט א תנאי "ובלבד שתחזור ותקום כמו חצי שעה קודם עלות השחר ותחזור לעסוק בתורה כו'" אויב נישט איז לכאורה בעסער ללמוד בבוקר לפני התפילה במוקם לפי כוחו של אדם


איך האב פארשטאנען (פארשטיי איך דען..) אז די "ובלבד וכו'" איז נישט א תנאי אויפן אויפשטיין חצות, נאר וויבאלד ביים עלות איז דא א עקסטערע עבודה פון אויפשטיין פארן עלות (עיי"ש), ממילא ווארנט ער אן אז אפילו די האסט דיך צוריקגעלייגט נאך חצות, זאלסטו זעהן אויפצושטיין פארן עלות, צוליב די עבודה פון פארן עלות.

אבער ס'זיכער אז פאר איינעם וואס קען נישט אויפשטיין פארן עלות, איז נאך אלץ דא די עבודה פון אויפשטיין ביי חצות, און איינס איז נישט גורע פונעם צווייטן, און מ'רעדט נישט פון ווערן אריה"ק אידן איינצוהאלטן אלעס וואס שטייט אין אריה"ק, אבער די איינע זאך פון חצות וואס ווערט געברענגט אין שו"ע אויך, אויף דעם האב איך געברענגט א מקור אז מקקען זיך צוריקלייגן.

דאס איז מיין ארימע מיינונג, והחולק יחלוק.
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

Re: די הייליגע ווינטער נעכט,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווי שטיי מיר אויף די וועלט, די ווינטער לויפט
מ'האט נאכנישט אויסגענוצט די הייליגע נעכט
אוועטאר
יצחק טובי'
שר האלף
תגובות: 1348
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 01, 2021 8:45 am

Re: די הייליגע ווינטער נעכט,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק טובי' »

שמן זית האט געשריבן:ווי שטיי מיר אויף די וועלט, די ווינטער לויפט
מ'האט נאכנישט אויסגענוצט די הייליגע נעכט

וואו טאקע? ביינונז אין א"י האט מען שוין געריקט די זייגער...
אוועטאר
שמואל כהנא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 11, 2022 1:28 pm
לאקאציע: ארץ אשר עיני השם אלוקיך בה

Re: די הייליגע ווינטער נעכט,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל כהנא »

איינער ווייסט א מקור צו די ווערטער פין הרה"ק עטרת צבי זי"ע מזיטדיטשוב
אז די הייליגע ווינטער נעכט האבן קדושת חוה"מ
ווי ווערט עס געברענגט
אין זיינע ספרים אדער ספרי תלמידיו
וואס קוקסטו? שטייט דא גארנישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”