בלאט 1 פון 33

וועלכע ברכה מאכט מען אויף...?

געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2006 11:46 pm
דורך 3x0
וואסערע ברכה מאכט מען אויף א סענדוויטש אייזקרים, מזונות און שהכול, אדער נאר שהכול?

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2006 3:59 pm
דורך 3x0
איך זעה אז קיינער ענטפערט מיר נישט, וועל איך דערציילן פארוואס איך האב דאס געפרעגט.

מוצאי שבת האב איך געהאט מיינע שוואגערס ביי מיר אינדערהיים און איך האב זיי מכבד געווען מיט סענדוויטש אייזקרים, פארשטייט זיך אליין אז איך האב אויך גענומען איינס, איך האב געמאכט א מזונות אויף די קעיק דערפון און נאכדעם א שהכול אויף די אייזקרים מיט א פלאן עס צו עסן רואיגערהייט.

מיין שוואגער הערענדיג די ברכות וואס איך האב געמטאכט זאגט ער מיר אז זיין ראש ישיבה האט געזאט געזאגט אז מען דארף נאר מאכן א שהכול, האב איך אים געזאגט אז איך האב געזען אין א קונטרס, איך מיין אז עס הייסט לוח ברכת הנהנין, אז מען דארף טון וויאזוי איך האב געטון.

לכבוד דעם האב איך עס דא אנגעפרעגט, און איך האף נאך אלץ צו באקומען א ענטפער.

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2006 4:09 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'גדענק נישט אויסעווייניג אבער לכאורה האסטו גוט געטוהן..

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 12:02 pm
דורך התאחדות
האסט זיכער גוט געטוהן, אזוי דארף מען צו טוהן, עקסטער ביידע ברכות.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 11:38 pm
דורך cano
די שולחן ערוך פסקנט כל שיש בו מחמישת מיני דגין ברכתו בורא מיני מזונות דארפסטו אריין טראכטען טאמער די סענדוויטש האט אין זיך מחמשת מיני דגון

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2006 11:39 pm
דורך cano
btw
א טונא סענדוויטש וואס איז די הלכה אפשר דארט דארף מען אויך מאכען א עקסטערע ברכה אויף די טונא אין עקסטער אויף די ראול? הא?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2006 1:11 am
דורך בןהרחמן
cano האט געשריבן:btw
א טונא סענדוויטש וואס איז די הלכה אפשר דארט דארף מען אויך מאכען א עקסטערע ברכה אויף די טונא אין עקסטער אויף די ראול? הא?


די טונא איז נאר א טפל און אויף א טפל דארף מען נישט מאכן קיין ברכה, די שאלה קען אפשר זיין אויב די סענדוויטש האט אויך א שטיקל זויער פיקל אדער א רעפטל טאמאטע צי דאס הייסט אויך א טפל צו נישט

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 26, 2007 1:47 pm
דורך קרעמער
נישט ממש אזא פראגע ווי די קעפל, אבער פארט א דין אין הלכות ברכות.

מיינע קינדער שיחיו עסן רעיזן-ברען, דאס טייטש א סיריעל פון דגן וואס איז אויסגעמישט מיט ראזינקעס. איך האב זיי געזאגט צו מאכן א בורא פרי העץ (אלס שבעת המינין), זאגן זיי מיר אז ניין! בורא מיני מזונות קומט פריער (פילייכט ווייל חטה ושעורה שטייט בעפאר גפן).

זענען זיי טאקע גערעכט?

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 26, 2007 1:56 pm
דורך בני היכלא
טריאו ביי א סענדוויטש אייזקרים דארף מען טאקע אזוי טון, ווייל מ'דארף ביידע איז עס נישט קיין טפל צו די מזונות.

קרעמער, וואס איז די שאלה?
צי מזונות קומט פאר א פרי פון שבעת המינים, דאס ווייסטו זיכער.

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 27, 2007 8:47 pm
דורך קרעמער
ניין. איך ווייס ליידער נישט. דערפאר האב איך געפרעגט. ביטע ענטפער מיר.

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 27, 2007 11:25 pm
דורך בני היכלא
קרעמער, דאס איז פון סדר ברכת הנהנין פון תניא, פרק י'.

(ט) שבעת המינין עצמן יש להם קדימה זה על זה שכל המוקדם בפסוק ארץ חטה ושעורה וגפן ותאנה ורימון ארץ זית שמן ודבש (דבש פירושו תמרים) קודם לברכה אם הןשוין אצלו בחביבות ואם המאוחר בפסוק חביב אצלו יותר איזה שירצה יקדים:

(י) במה דברים אמורים בפירות זה עם זה או בחטה ושעורה זה עם זה. אבל חטה ושעורה עם פירות יש להקדים החטה ושעורה אף על פי שהפירות חביבים עליו יותר:

(יא) באיזה חטה ושעורה הכתוב מדבר כשהן בדרך אכילתן כגון שעשה ממנו פת או תבשיל שברכתו בורא מיני מזונות אבל כל שמברכין עליו בורא פרי האדמה או שהכל אין מברכין עליו לפני מין ז' אלא אם כן הוא דבר שחביב אצלו יותר ואין ברכתו שהכל אלא בורא פרי האדמה וברכת מין ז' הוא בורא פרי העץ כמו שנתבאר:

(יב) אפילו ברכת בורא מיני מזונות של כוסמין ושבולת שועל ושיפון שאין כתובין בפירוש בפסוק קודמין לברכת בורא פרי העץ של כל הפירות אף שהן מין ז' (ולכן מיני מתיקה שקורין לעקיך אפילו הוא של שיפון קודמין לכל מיני מרקחת אפילו הן ממין ז' ואף שהם חביבים עליו ביותר) חוץ מן הזית שהוא קודם לשעורה ואין צריך לומר לשבולת שועל ושיפון שהן מין שעורה אם שוין בחביבות לפי שארץ השני שבפסוק הפסיק הענין וכל הסמוך לו חשוב מן המאוחר מארץ הראשון אבל חטה קודמת לזית וכן שעורה לתמרים:

געשריבן: זונטאג אקטאבער 28, 2007 12:56 am
דורך קרעמער
א גרויסן יישר כח, רבינו הגדול.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2007 9:44 pm
דורך cano
איך פארשטיי נישט

די ווילסט זיי הייסען מאכן א ברכה, אויף ביידע עקסטער,

דאן איז מזונות וואו בני הכלא זאגט, און דער תניא זאגט, און דער מחבר, און אין די גמרא, איז דאכט זיך אויך נישט דא קיין מחלוקה.

אבער איך גלייב נישט אז די וועסט טרעפען א היתר פאר די ברכה וואס איז לכאורה לבטלה, ווייל די צוטיילסט א מאכל כדי מוסיף צו זיין א ברכה, וואס איז לדעתי (די ברויכסט נישט האלטען אז עס איז צלול) וואו איינער וואלט אינמיטען סעודה (שלא במקום חיוב, למשול לסעוד שלוש סעודות בשבת, וואס אפי' דעמאלטס האט מען אין סיגעט, זיך געפירט נישט ציטיילען קיין סעודה מהאי טעמא, וואו יעדער וואס געדענקט דעם דעם סאטמערע רב זצ"ל, וועט מעיד זיין, אז מען האט עס נישט גקענט ביי אים פוילען, ביז ממש זיינע לעצטע צוויי יאר אויף דער וועלט) געבענטש כדאי מוסיף זיי בברכות, די מאכל איז דאך געמאכט געווערען אזוי א רוקח מרקחת, נישט אזוי?.

איך האב געמיינט אז דיין שאלה איז, וועלכע ברכה זיי זאלען מאכען, וואס דאס איז קלאר א מזונות, ווייל די הלכה איז לויט ביידע מן דאומרים סיי טאמער מען וואלט געפסק'ט כל שהוא מחמשת מיני דגן, וואס מיינט אז דער עיקור מאכל איז מחמשת מיני דגן , און סיי וואו מען פסק'ט טאקע כל שיש בו מחמשת מיני דגן, א יעדע מאכל וואס האט אין זיך מחמשת מיני דגן, (וואס מען לייגט אריין לטעם (מחבר)) ברכתו מזונות,

געדענק עס שטייט קלאר ארויסגשריבען אין מגיני ארץ ספק ברכה איז א דרבנן און ממילא איז עס לקולא,

ומכאן הקריה יוצאות, פאר די אלע וואס מאכען א ברכה, אויף צימות קאמפוי"ט בלע"ז, אז מען זאל נזהר זיין עס צו ברענגען צום טיש הערש נאכען אויפעסען די פלייש, ווייל טאמער ברענגט מען עס ציזאמען, גילי דעתי דלקינוח אתי, און עס איז א ברכה לבטלה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 29, 2007 10:00 pm
דורך cano
בני היכלא האט געשריבן:טריאו ביי א סענדוויטש אייזקרים דארף מען טאקע אזוי טון, ווייל מ'דארף ביידע איז עס נישט קיין טפל צו די מזונות.



בןהרחמן האט געשריבן:
cano האט געשריבן:btw
א טונא סענדוויטש וואס איז די הלכה אפשר דארט דארף מען אויך מאכען א עקסטערע ברכה אויף די טונא אין עקסטער אויף די ראול? הא?


די טונא איז נאר א טפל און אויף א טפל דארף מען נישט מאכן קיין ברכה, די שאלה קען אפשר זיין אויב די סענדוויטש האט אויך א שטיקל זויער פיקל אדער א רעפטל טאמאטע צי דאס הייסט אויך א טפל צו נישט


לשני בעני'ס אני מדבר, די דין פון טפל איז אינגאנצען נישט שייך ביי א זאך וואס איז פערטיג פארפאקט, וואס ווען די קויפסט עס איז שוין צינעזאם געשטעלט, עס איז נאר שייך דארט וואו די בייסט עפעס צו צום מאכל וואו די משל וואס די משנה(?) ברענגט, דג מליח וואס מען איז מקנח די שארפקייט מיט די ברויט, משא"כ ביי א מאכל וואס מען באשמירט/לייגט אריין צווישען די ברויט, ווערט די אייער שפייז/ירשלים געמישאכט'ס/שווארמא וכדו' א חלק פינעפ מאכל און עס ווענדט זיך נאר וואס פאר א ברויט עס איז, טאמער יש בו מחמשת מיני דגן ברכתו מזונות, טאמער איז עס פון קעמיקעל'ס דוגמות קניידלעך וואס מען עסט ביי חתונות ברכתו שהכל.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 30, 2007 7:55 pm
דורך cano
טעיתי די דין פון טפל איז יא שייך אפי' ווען עס איז געקאכט געווארען ציזאמען, נאר חמשת מיני דגן בלייבט אלץ א עיקור, חוץ ווען ער עסט עס נאר מקנח צו זיין.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2007 1:38 pm
דורך אלעקסיי
ווען מען ווייסט נישט וואספארא ברכה מען מאכט אויף א מאכל וואס טוט מען?


מען מאכט עס שנעל און שטיל...

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2007 1:42 pm
דורך cano
שהכל נהי' בדברו.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2007 1:49 pm
דורך איך_הער
קאנאו, דאס איז נאר אויב מ'האט געלערענט, און נאך אלץ קען מען נישט ארויס קריכן מיט די הלכה, דאן קען מען מאכן א שהכל.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 31, 2007 1:58 pm
דורך אלעקסיי
איך_הער איז גערעכט, אזוי שרייבט בפירוש די מגן אברהם אין הל' ברכת הפירות

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2008 12:59 pm
דורך מיללער
וועלכע ברכה מאכט מען אויף מענגאו, העץ אבער האדמה?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2008 1:33 pm
דורך איך_שמעק
העץ

געשריבן: מאנטאג יאנואר 07, 2008 2:50 pm
דורך מיללער
איך_שמעק האט געשריבן:העץ


יא דו שמעקסט גוט! איך האב אויך אזוי געהאלטן, נאר מאנכע האבן נעכטן (ניטל?) געטענה'עט אנדערש, האביך זיי געגעבן די בענעפיט אוו די דאוט.

(טריאו, האט אויך גוט גענטפערט אין אישית)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2008 7:26 am
דורך Jewboy

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2008 2:45 pm
דורך איך_הער
ביי איינעם ארבעט די אויבנדערמאנטע לינק?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2008 2:58 pm
דורך יאנאש
ביין מיר.