האלטן אפען א אנליין סטאר שבת קודש

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

האלטן אפען א אנליין סטאר שבת קודש

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג מארטש 14, 2011 6:12 pm

כ'האב געזען א תשובה דערוועגן פון יאקא רב געדריקט אין קובץ אור ישראל ער איז נוטה להקל. שפעטער ברענגן זיי נאך א תשובה פון קרעמניץ רב ר' אפרים הערש שמילאוויטש שליט"א וואס איז שטארק מחמיר, און דער מגיה איז מציין "הנה שמעתי שגם דעת הגאון האדיר פוסק הדור מורינו ר' שמואל הלוי וואזנער שליט"א לאיסור, וכן אמר לי הג"ר מנשה קליין שליט"א שדעתו לאיסור."

עס איז באקאנט אז בי ענד עדש וועב סייט איז געשפארט שבת (כ'האב עס קיינמאל ניש געקענט פרובירן כמובן..) דאס הייסט די סייט ארבעט אבער מען קען נישט ארויסטשעקן.

אנדערע אידישע סייט'ס איז באקאנט אז ס'איז יא אפען, קען זיין עס איז פארקויפט פאר א גוי*?! אדער אנדערע אויסריידן.

*עס איז באקאנט דער הייליגער רב (בעל דברי חיים זי"ע) האט נישט צוגעלאזט פארקויפן אויף שבת, אבער אולי באופן כזה וואס בלאוו הכי איז דא אנדערע צירופים יש מקום להתיר.

כ'לייג ביי די תשובות פון די רבנים הגאונים שליט"א.
צוגעלייגטע
תשובה וועב סייט.doc
(62 KiB) דאונלאודעד 227 מאל
לעצט פאראכטן דורך לאז געמאכט אום דינסטאג מארטש 15, 2011 12:17 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21971
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג מארטש 14, 2011 6:15 pm

טויש דעם קעפל ביטע, ס'שטיט נישט אז דו רעדסט פון שבת.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג מארטש 14, 2011 6:16 pm

שוין געטוישט. שכח פארן אויפמערקן.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג מארטש 14, 2011 6:34 pm

לפי ידועתי פלעגט בי ענד עדש האלטען אפען זייער סייט (מיט א היתר פארשטייט זיך) ביז א צוויי דריי יאר צוריק און זיי האבן עס דערנאך פארשפארט
אלץ חומרא
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג מארטש 14, 2011 6:38 pm

די מישט מסתם אויס מיט חול המועד, וואס ער פלעגטי ביז לעצטנס האלטן אפן.

אגב, די זעלבע שאלה איז אויך אויף האלטן אנגעצינדן די קאמפאני'ס וואוסמעיל, פעקס מאשין אד"ג. אין די פריערדיגע... ספרים רעדט מען אסאך דערפון.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מאנטאג מארטש 14, 2011 6:39 pm

בערך פאר 3 יאר צוריקר האב איך מיר ארום געשפילט אויף בי ענד עידזש סייט, האב איך געזעהן דארט שטיין
אז אלע ארדערס וואס קומען אריין פון פרייטאג סאנסעט ביז שבת 72 מינוט נאך סאנסעט ווערן נישט געפראסעסט

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 6:08 pm

תגובהדורך נישט קיין פראבלעם » דינסטאג מארטש 15, 2011 4:47 pm

וואס טוט זיך מיט פארקויפן אויף איבעי שבת ? (דארט קען מען נישט לייגן א האלד אז מען זאל נישט קענען פראסעסען א ארדער שבת, וואס מען קען טוהן איז אראפנעמען אינגאנצן וואס דאס מיינט אסאך ארבעט יעדע וואך און נאך עקסטרע 50 סענט פער אייטעם יעדע וואך)

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג מארטש 15, 2011 9:27 pm

קיין הלכה למעשה זאלסטו נישט דא זוכן... פרעג דיין לאקעל רב.

מיין דעת בעה"ב טראכט אז ס'איז פיל גרינגער צו פארקויפן דורך איבעי שבת ווי א אייגענע סטאר. ווייל ס'איניש דיין סייט וואס פראצעסירט די ארדערס נאר איבעי'ס. ס'איז א גוי וואס פארקויפט דיין סחורה ער נעמט דאס געלט נישט דו.

כאמור איז דאס נישט להלכה איניש למעשה נאר עפעס וואס איך טראכט אזוי טייפענידיג דא אויף מיין בלעקבערי'ס קליינע קיבארד קנעפלעך.

----

שלום עליכם נישט קיין פראבלעם.. א פיינע ניק האסטע זאל טאקע קיינמאל נישט זיין קיין פראבלעם, אמן.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך מארטש 16, 2011 2:49 am

איז איבעי נישט ווי עמעאזן? ביי עמעזאן קען מען אויסלעשן די אקאונט וואס דאס מיינט אז מ'זעהט נישט דיינע אייטעמס, כ'ווייס פין אפאר אידן וואס טיען עס יעדן שבת.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך מארטש 16, 2011 10:58 am

נתן דוב האט געשריבן:ווי באלד די מקח ווערט נישט נגמר - דער מוכר קען קענסלען דעם סעיל אויב ער וויל - ספעציעל אויב די קרעדיט קארד ווערט נישט געטארזשט אויטאמאטיש.. איז עס פונקט ווי איינער פעקסט אריין א ארדער ( ווי איינער האט שוין ערווענט דא אויבען..)

למשל א ווענדינג מאשין און א געז סטעישאן אדער סייווי ווערט נגמר דעם מקח שבת..

אבער מצד השני איז עס אפשר נישט אנדערשט ווי א פעקס..

דאס מאכן א פארעלעל צו א פעקס מאשין און א ווענדיג מאשין כאילו יענץ איז קלאר מותר. איז בכלל נישט אזוי. די אנדערע זענען טאקע א גרויסע שאלה.

וועגן די קרעידט קארד פראצעסירן אטאמאטיש, ביי אסאך סייט'ס רעכנט זיך עס יא תיכף ומיד (פארוואס דען נישט?!) ספעציעל אויף זאכן וואס מ'האט אין סטאק... האט מיר טאקע א איד געזאגט בשם א דיין אז ער זאל טוישן שבת זאל עס נישט פראצעסירן אויפן ארט נאר אטארעזירן.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מיטוואך מארטש 16, 2011 11:21 am

פאר אונזער פירמע האט די דיין גע'פסק'נט אז ביי עמעזאן איז דא א 'טשארדזש ווען שיפעד'' פאליסי, געשעהט נישט קיין שום מקח אום שבת, ווידעראום פאלפילמענט איז נאך גרינגער, ס'איז א בפי' סעיף אין שו''ע אז מ'מעג.

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מיטוואך מארטש 16, 2011 11:27 am

נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט פארקויפן אויף איבעי שבת ? (דארט קען מען נישט לייגן א האלד אז מען זאל נישט קענען פראסעסען א ארדער שבת, וואס מען קען טוהן איז אראפנעמען אינגאנצן וואס דאס מיינט אסאך ארבעט יעדע וואך און נאך עקסטרע 50 סענט פער אייטעם יעדע וואך)


ביי איבעי קען מען אויך מאכען די ליסטינגס אנעוועילעבעל, ביי וועקעישאן סעטינג'ס.

אוועטאר
נישט קיין פראבלעם
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 6:08 pm

תגובהדורך נישט קיין פראבלעם » מיטוואך מארטש 16, 2011 3:30 pm

א אידעלע האט געשריבן:
נישט קיין פראבלעם האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט פארקויפן אויף איבעי שבת ? (דארט קען מען נישט לייגן א האלד אז מען זאל נישט קענען פראסעסען א ארדער שבת, וואס מען קען טוהן איז אראפנעמען אינגאנצן וואס דאס מיינט אסאך ארבעט יעדע וואך און נאך עקסטרע 50 סענט פער אייטעם יעדע וואך)


ביי איבעי קען מען אויך מאכען די ליסטינגס אנעוועילעבעל, ביי וועקעישאן סעטינג'ס.

נאר אויב מען האט א סטאר, סתם אזוי קען מען נישט מאכן אנעוועילעבעל

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » מיטוואך מארטש 16, 2011 4:19 pm

מי חכם האט געשריבן:די מישט מסתם אויס מיט חול המועד, וואס ער פלעגטי ביז לעצטנס האלטן אפן.

אגב, די זעלבע שאלה איז אויך אויף האלטן אנגעצינדן די קאמפאני'ס וואוסמעיל, פעקס מאשין אד"ג. אין די פריערדיגע... ספרים רעדט מען אסאך דערפון.


ניין ער מישט נישט אויס, חול המועד איז נאר די פיזיקעל חלק פארמאכט, ס'הייסט די סטאר, אפיסעס, וכדו' אבער די וועב איז געהעריג אפען, קענסט געהעריג איינקויפן אויפן וועב, די ארדערס ווערן נאר נישט געפראסעסט ביז נאך יו"ט. מש"כ שבת ויו"ט איז די וועב אינגאנצען פארמאכט, איך רעד די איינקויפן חלק, אין דאס איז אויך נאר אינגאנצען עטליכע יאר פארדעם איז עס יא געווען אפען אזוי ווי חוה"מ, און אויך נאר אלץ א חומרא האט ער עס פארמאכט.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך מארטש 16, 2011 4:27 pm

ש'כח פארן זיך אןנעמען פאר מיר
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג מארטש 17, 2011 12:21 am

א חבר מיינער האט אן איבעי סטאר.
ער האט מיר געזאגט אז איידער ער האט געעפענט איז ער אריין צו ר' יחזקאל ראטה שליט"א און זיך דורך גערעדט מיט אוהם אלע שאלות בנוגע שבת און ער האט מיר געזאגט אז זיין סטאר איז יא אפען לפי דער פסק וואס ער האט געקריגען.
the SCY is the limit

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 6:53 am

וואס איז מיט מגיב זיין פון אויסלאנד אויף אידישע וועלט? וואס דער דאטא בעיס איז לכאור' אין אמעריקע...
שויתי השם לנגדי תמיד

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 2:18 pm

איינער האט טאקע לעצטענס געפענט אן אשכול אין "שבת" וויבאלד ער שרייבט פון א"י איז עס אזוי אויסגעקומען.
זעה אטעטשמענט
2011-09-04 14.15.54.jpg
2011-09-04 14.15.54.jpg (16.33 KiB) געזעהן 4857 מאל

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 4:17 pm

9:37 איז שוין נאכן זמן...
שאלת חכם חצי נחמה

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 4:33 pm

האפענטליך אינעם נייעם סייט וועט שטיין מוצאי שבת און יעדער וועט קענען אנשטעלן זיינע אייגענע זמנים ר"ת זעכציג וכו'

אוועטאר
ריק פערי
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 13, 2011 11:42 pm
לאקאציע: מיט איין פיס אין וואשינגטאן

תגובהדורך ריק פערי » זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 11:33 pm

ס'דא וועבסייטס וואס ווען איינער קויפט א אייטעם קויפט זיך גלייך פונעם דיסטריביוטער און ווערט אטאמאטיש באצאלט דורך די קרעדיט קארט, (מ'קען אזוי אויך פארקויפן אויף עמעזאן) דאס האב איך געהערט איז אסור אין שבת, אבער טאמער טוסטו נישט גארנישט קיין שום ענין פון מקח וממכר אפי' דיין סייט איז אפן קען מען טרעפן מקילים וואס האלטן אז מ'מעג יא דאס טוהן.
ישראל סלקין מגו גלותא בנגונא (תיקו"ז ת' כ"א נא:)

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך יולי 10, 2013 7:48 pm

ווייסט איינער וואס עס איז די היתר צו האלטן אפן א עמעזאן אקאונט אין שבת ?
וועלעכע רב זאגט אז מען מעג ?
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך יולי 10, 2013 8:12 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:ווייסט איינער וואס עס איז די היתר צו האלטן אפן א עמעזאן אקאונט אין שבת ?
וועלעכע רב זאגט אז מען מעג ?

פארוואס האט דיר אויסגעפעלט א נייע ניק דאס צו פרעגן?..
למעשה, האסט געהערט פון איינעם אז נישט אדער שטעלסט זיך פאר אזוי?

בליץ
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 17, 2013 5:08 pm
לאקאציע: אמאל דא און אמאל דארט, פלעקסעב״ל בלע״ז

תגובהדורך בליץ » מיטוואך יולי 10, 2013 8:42 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:ווייסט איינער וואס עס איז די היתר צו האלטן אפן א עמעזאן אקאונט אין שבת ?
וועלעכע רב זאגט אז מען מעג ?


פראג ד י י ן רב נישט יענעמס, אז דיין רב לאזט נישט דאן מאכט נישט זויער יענעמס בארשט..

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מיטוואך יולי 10, 2013 8:45 pm

ע״פ הלכה איז נישט קיין שאלה


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סארקאזי און 3 געסט