שאלות אין הלכות שבת

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: שאלות אין הלכות שבת

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש מאי 16, 2020 11:33 pm

אה. יישר כח
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

שאלות אין הלכות שבת - טוישן דעם שבת זייגער

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג מאי 17, 2020 12:37 am

קען איינער ביטע קלאר אוועקשטעלן ווען מען מעג יא און ווען נישט ארומריקן די ציינדלעך אויפן שבת זייגער, ווען הייסט עס גרמא און ווען נישט, ווען איז גרמא מותר און ווען איז עס אסור,

1. איך פארשטיי (און קען זיין איך בין זיך טועה) אז בשעת די עירקאנדישן ארבעט מעג מען ארויסנעמען דעם רויטע ציינדל, אדער בשעת ס׳איז אויסגעלאשן מעג מען ארויסנעמען דעם גרינעם ציינדל, ווייל ער איז סך הכל גורם אז ס׳זאל בלייבן ווי אזוי עס איז. בין איך גערעכט?

2. יעצט, ווען עס איז אויסגעלאשן איז לכאורה אסור אריינצילייגן א גרינעם ווייל דאס איז א דירעקטע גורם עס זאל זיך אנצינדען (אדער אפשר נישט, ווייל בשעת מעשה געשעט גארנישט?)

3. טראכט איך גאר, מעג מען אריינלייגן א גרינעם אדער רויטן ציינדל אין א שבת זייגער וואס איז איינגעפלאגט אבער גארנישט איז נישט איינגעפלאגט אין איר? לכאורה פארוואס דען נישט, דארף מען וויסן די מציאות הדברים, עפעס עלעקטעראניש פאסירט ווען מען צינדט אן א איינגעפלאגטע שבת זייגער וואס פירט נישט ווייטער קיין לעקטער? (פרעג מיך נישט ווי ס׳איז נוגע)

4. נעקסט, אם תמצא לומר אז שאלה 2 איז טאקע אסור, וואס טוט זיך מיט אריינפלאגן א עיר קאנדישן אום שבת אין א שבת זייגער וואס איז יעצט אויף אפפ אבער גייט זיך באלד אנצינדן, דא טוט ער ווייניגער לכאורה

5. וכן אז מיר גייען ווייטער מיט די פשטות אז 2 איז אסור, וואס טוט זיך בשעת די עיר קאנדישן ארבעט און איז אנגעשטעלט זיך אויסצילעשן, מעג ער אריינלייגן א גרינעם ציינדל נאך די רויטע? אפשר זאל מען מעגן ווייל וואס ער טוט טוישט נישט די יעצטיגע סטאטוס, אדער נישט ווייל למעשה איז ער גורם אז שפעטער זאל זיך עס צוריק אנצינדען?

6. אין סיי וועלעכע פון די פריערדיגע ספקות איז א נפק״מ צווישן א רויטע ציינדל אדע גרינע? אדער קען כאפן א נפק״מ צווישן סארטן שבת זייגערס?

דייקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שאלות אין הלכות שבת

תגובהדורך דייקן » זונטאג מאי 17, 2020 1:00 am

איך האב געלערענט די סוגיא א לאנגע צייט צוריק, שרייב איך נאר לויט וואס איך געדענק.
1. לויט הגרשז"א איז עס מותר (שדומה לסוגר הדלת בפני הרוח), לויט הגריש"א איז ארויסנעמען די רויטע ציינדל אסור (לפי שדומה למוסיף שמן), אבער אויך די מתירים האבען געזאגט אז עס איז נישט קלוג זיך צו שפילען מיט די שבת זייגער אויף שבת.

2. אויך א גרמא איז אסור שבת, יו"ט איז לייכטער, עס איז אבער דא די שיטה אז כל כה"ג הייסט נישט א גרמא (לפי שכך מתוכנן מעיקרא שיעבוד), און אזוי האבען די פוסקים אנגענומען בנוגע די שבת סוויטש (אף שיש לחלק בין ניד"ד לדהתם).

3. איך ווייס נישט די מציאות, אבער אויב איז די ציינדל אינגאנצן ארויס און ער לייגט עס אריין, איז דא וואס זענען חושש אלס בונה, לפי שמחובר לדופן הבית, און דאס איז אויך נוגע שאלה 1.

4. אויך אסור, אזויווי אין שאלה 2.

5. הגרשז"א האלט אז עס איז מותר (לכה"פ כשהציינדל כבר מחובר להשעון שבת וכנ"ל), עס איז אבער לכאו' א גרויסע חידוש.

6. ע' במש"כ באות 1, איך האב שוין אביסל מחלק געווען פריער, מען דארף אויך וויסען אויב ביי יעדע עדזשאסמענט לעשט זיך עס אויס פאר א רגע, וואס דעמאלטס איז אלעס אסור.

היוצא לנו מכ"ז אז מען דארף פרעגען א רב וואס קען גוט די מציאות און קען גוט הל' שבת און הל' גרמא, (ווייל די שאלות זענען תלוי בשיקול הדעת ).

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

אבחון גרפולוגי לצורך שידוך בשבת

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג יוני 15, 2020 4:34 pm

מעג מען גיין אין שבת צו איינער וואס פארשטייט אין גראפעלאגיע, ער זאל בודק זיין דע כתב לגבי א געוויסע שידוך, צו ס'פאסט?
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט