שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פויגל מילך האט געשריבן:כאזיך שבת געוואשן נט"י, און אנשטאט אקב"ו ענט"י האבעך בטעות גלייך גמאכט המוציא לחם מן הארץ.

האבעך גלייך בוצע געווען, געהאט צדדים לכאן ולכאן צו מ'קען יעצט משלים זיין ענט"י.

וויל הערן די חוו"ד פון כולי עלמ"א (וועלטל בלע"ז)


כמדומה די מגן אברהם איז מחמיר נאכן עסן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

שאינו יודע האט געשריבן:
פויגל מילך האט געשריבן:כאזיך שבת געוואשן נט"י, און אנשטאט אקב"ו ענט"י האבעך בטעות גלייך גמאכט המוציא לחם מן הארץ.

האבעך גלייך בוצע געווען, געהאט צדדים לכאן ולכאן צו מ'קען יעצט משלים זיין ענט"י.

וויל הערן די חוו"ד פון כולי עלמ"א (וועלטל בלע"ז)


כמדומה די מגן אברהם איז מחמיר נאכן עסן

סימן?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קנ״ח סקט״ז
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

שאינו יודע האט געשריבן:קנ״ח סקט״ז

ייש"כ.

שוין גארנישט אזא "שאינו יודע"
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

farshlufen האט געשריבן:אויב ס'בלויז אך ורק להנאת גופו? ניין.

אזוי שטייט אין שו"ע.

שרייב דעם לשון
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

א ספרינג וואטער באטעל איז כשר פאר נטילת ידים?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

עיין מאמר דרב פפא בסנהדרין סוף עז "האי מאן דכפתיה לחבריה", וממנו תקיש לכאן.
אוועטאר
פויגל מילך
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויגל מילך »

תהוובהו האט געשריבן:טייפ

גאנץ א פשוטע עצה צו זען אויב ס'איז א רביעית.
נעם א פאקסי ווען עס איז נאך ליקוואד, איידער מען לייגט דאס אריין אין פריזער, גיס דאס אריין אין א גלעזל, וועסטו זען עס איז קוים עפעס, עס איז נאך ווויניגער ווי א פערטל קאפ.

מאן יימר אז א פארפרוירענע משקה האט מיט רביעית, אולי איימאל ס'איז סאליד ווערט עס א מאכל ושיעורו בכזית
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

עס איז א מחלוקת הפוסקים, און דאצעך אז מען נעמט אהן אז די שיעור איז א כזית. ענליכס צו דעם, וואס מאכט מען אויף גרעיפ דזשוס אייסעס. אויב האט עס פארלוירן דעם צורה פון וויין איז דאס א שהכל. אויב איז עס וויין נאר פשוט געפרוירן, איז דאס הגפן. דאכצעך ביי דעם איז אויך דער מנהג צו מאכן א שהכל. שטייצעך דאס איז נישט הלכה למעשה.
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

3 שאלות בעניני חינוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

פריוואט האבן מיר עטליכע געענטפערט איך זאל עס לייגן אין OCD אשכול.... פארט בין איך נייגעריג אויב איינער ווייסט עפעס מער איבער די 3 ענינים.

1. קינדער מעגן שפילן מיט א' ב' מעגנעטס אדער פאזלס וכו' אויף דער ערד? די אותיות האבן דאך א קדושה, די שאלה איז צו עס מעג ליגן אויף דער ערד.
ביי מיר אינדערהיים שפילט מען שוין מיט אזעלכע טויס פאר א לאנגע צייט און הערשט לעצטנס האב איך אנגעהויבן אריינטראכטן אויב מען מעג.


2. ביי אינגלעך שטייט אז מען זאל נישט לערנען קיין א' ב' איידער די דריי יאר, ווען מען פירט אין חדר און מען הייבט אן לערנען א' ב'. וואס איז מיט מיידלעך? ווען מעגן זיי אנהייבן לערנען א' ב'.


3. געווען לעצטנס א מעשה אין "זקיניך ויאמרו לך" אז - דאכציך - הרה"צ רבי משה ארי' פריינד זצ"ל האט געזאגט פאר א איד וואס האט אים געפרעגט צו ער זאל לייגן "וואלפעיפער" אין קינד'ס שטוב פון בערעלעך, האט ער געזאגט "פארוואס זאל א קינד א גאנצן טאג זעהן טמא'נע חיות?".
למעשה, קינדער שפילן מיט כל מיני חיות טמאות א גאנצן טאג, ובפרט מיט בערעלעך. מיין מיידל האט אנגעקניפט א קשר אמיץ מיט עפעס א פינקע בערעלע ממש כתרין רעין דלא מתפרשין.
איז טאקע דא א פראבלעם דערמיט?
אין די סוכה זעה איך, פירן זיך אסאך מענטשן אויפצוהענגן די 4 חיות פון יהודה בן תימא'ס משנה. אויך חיות טמאות (אויסער דער הערש). אלזא מעג מען אדער נישט?
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

1. סתם אותיות האבן נישט קיין קדושה, ווילאנג ס'נישט כתבי הקודש.

2. פרעג דער וואס האט עס געשריבן.

3. איך ווייס אז אין חב"ד איז מען מקפיד דערויף, אויסער דעם האב איך נישט געהערט אז ס'זאל זיין א הוראה פאר'ן המון עם, ווער רעדט נאך פאר קליינע קינדער, וואס זענען זיי נעבעך שולדיג...

די אלע שאלות זענען זייער קיוט ווען ס'איז נוגע פאר'ן מענטש אליינס, משוגע מאכן אנדערע מענטשן וועגן אזעלכע זאכן איז זיכער נישט אויסגעהאלטן, ואין ספק מוציא מידי וודאי.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

אינטערסאנט אז אויפ'ן כסא הכבוד איז דא א לייב און א אדלער
אזוי אויך אין משכן\בית המקדש (איך געדענק נישט...)
און וואס האט שלמה המלך געזעהן אויף זיין שטוהל?
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

פארוואס מיינסטו טאר מען נישט לערנען נ"ך...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

מצות פריה ורביה - ביז וועלכע עלטער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז א מאן וואס איז אין די עלטערע יארן מחוייב חתונה צו האבן מיט יינגערע פרוי כדי צו מקיים זיין פו"ר?
למשל איינער וואס איז 70, און האט געהאט עטליכע טעכטער מיט זיין זיוו"ר. איצט איז ער נתאלמן געווארן ל"ע ול"ע, איז ער מחוייב על פי הלכה אויסצוגעבן געלט און פרובירן צו חתונה האבן מיט א פרוי 30-40 יאר יינגער כדי ער זאל נאך קענען האבן אויך א זון און מקיים זיין מצוות פו"ר?
נהגו כן?
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 4:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

כ'בין נישט קיין דיין, אבער בפשטות יא
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אויב זיין טאכטער האט א זון מיט א טאכטער איז ער אויך יוצא.
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

חלב ישראל האט געשריבן:1. סתם אותיות האבן נישט קיין קדושה, ווילאנג ס'נישט כתבי הקודש. נישט ריכטיג, עס איז א דבר פשוט און אלע ספרים זענען פול דערמיט אז אותיות מרובעות האבן א קדושה, וכידוע זענען אסאך ערליכע זיך צוליב דעם מונע פון נוצן אותיות מרובעות פאר זאכן וואס מען ווארפט אין גארביטש. אויף למעשה דארף מען פרעגן א רב אדער דיין פון די אייגענע קהלה אדער קרייז. (לכאורה וויפיל איך פארשטיי איז אזוי אנגענומען ביים ציבור אז ווילאנג מען טוט נישט להדיא א דבר של "בזיון" איז מען נישט מקפיד, אבער איך קען נישט פסק'נען)

2. פרעג דער וואס האט עס געשריבן. סתם חוזק געמאכט פון א זאך וואס שטייט פון פריערדיגע (שלש שנים יהי' לכם ערלים), דער שואל האט דאס נישט אויסגעטראכט, און די מקור דערפון איז נישט אין א ליקוט ספר פון 2020. פארוואס מאכט מען א חדר פירן ביי די דריי יאר? (אפשר דו מאכסט נישט, אדער אפשר דאס זאל איך אויך פרעגן ביי דעם וואס האט דאס איינגעפירט??)

3. איך ווייס אז אין חב"ד איז מען מקפיד דערויף, אויסער דעם האב איך נישט געהערט אז ס'זאל זיין א הוראה פאר'ן המון עם, ווער רעדט נאך פאר קליינע קינדער, וואס זענען זיי נעבעך שולדיג... עס איז דא אסאך ערליכע יודן וואס פרובירן אז זייערע קינדער זאלן נישט זיין פארנומען מיט חיות טמאות, עס איז דא א חילוק פון א פשוט'ע בילד ביז זיך שפילן דערמיט, אדער אנפארבן די גאנצע וואנט דערמיט אז מען זאל דאס כסדר זעהן, און עס איז דא א חילוק פון א געהעריגע צורה ביז א געשטאפטע דאלי וואס האט געוויסע ענליכקייטן צו א בערעלע. וואס מען שרייבט וועגן א לייב וכדו' איז גוטע שאלות, וואס האט זיכער גוטע ענטפערס, (די זעלבע שאלה קענסטו פרעגן וויאזוי אויף יעדע ארון הקודש כמעט איז געווען לייבן) אבער פאקטיש איז געווען א גרויסע קפידה ביי ערליכע יודן און מען טרעפט דאס אויך אין מוסר ספרים אז מען זאל נישט קוקן אויף קיין חיות טמאים.

די אלע שאלות זענען זייער קיוט ווען ס'איז נוגע פאר'ן מענטש אליינס, משוגע מאכן אנדערע מענטשן וועגן אזעלכע זאכן איז זיכער נישט אויסגעהאלטן, ואין ספק מוציא מידי וודאי. קיינער האט נישט גערעדט פון משוגע מאכן אנדערע מענטשן, די שאלה איז וועגן וויאזוי מחנך צו זיין אייגענע קינדער אין ענינים וואס זענען זייער יסודות'דיג, און אויב דו ווערסט נערוועז פון אזעלכע שאלות מיינט דאס נאכנישט אז וועגן דעם קענסטו שוין חוזק מאכן און מזלזל זיין אין זאכן וואס ווערט שוין געברענגט פון די ראשונים כמלאכים, און וואס ערליכע יודן פלעגן נזהר זיין.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

קינדער זענען אויך מענטשן און ס'נישט דא קיין שום היתר זיי משוגע צו מאכן, די ערליכע אידן וואס איך קען מאכן נישט משוגע זייערע קינדער מיט זייערע חומרות, אדרבה פרעג א רב.
אוועטאר
ב שלום
שר שמונת אלפים
תגובות: 8595
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
לאקאציע: טשענל 12

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ב שלום »

מעג מען הערן מוזיק צום גדליה?
רבי! פליז פאקעס...
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ב שולם האט געשריבן:מעג מען הערן מוזיק צום גדליה?

און שו"ע שטייט אז עס איז אסור אגאנץ יאר,

אויסער א סעודת מצוה,

אויב מען דארף עס האבען פאר די עצבים,
איז לכאורה מותר
אז יענער קען קענסטו אויך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ב שולם האט געשריבן:מעג מען הערן מוזיק צום גדליה?

און שו"ע הלכות תענית שטייט מ'זאל זיך נישט נאכגעבן קיין תענוגים ביום תענית ואידך פירושא זיל גמור
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

דער וואס איז מחמיר ווי דעם שולחן ערוך נישט צו הערן מוזיק בכלל איז דאך גוט, דער וואס איז מקיל ווי די מאירי און טור שטייט נישט קיין חילוק צווישן צום גדליה און א צווייטן טאג.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

אין מיין פרידזשעדער איז דא די לייט וואס ווייזט די טעמפערטשור.

וואס טוט מען שבת?
עס האט ניט קיין סוויטש, די led לייטס האבן א סוויטש אבער עס לעשט ניט אויס די טעמפערטשור לייט.
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

אן LED לייט איז א דרבנן, אז דו עפנסט דעם טיר מיט א שינוי איז עס א תרי דרבנן וואס איז מותר בפסיק רישא דלא ניחא ליה, די עצה דערצו וואלט געווען צו צודעקן די לייט אז מ'זאל עס אינגאנצן נישט קענען זעהן, אזוי האט מען גארנישט דערפון וואס ס'צינדט זיך אן, ווערט עס א פסיק רישא דלא ניחא ליה בתרי דרבנן.

למעשה זאגן די רבנים אז מ'זאל זיך נישט פארלאזן לכתחילה אויף א פסיק רישא דלא ניחא ליה בתרי דרבנן, אבער אויף א צייטווייליגע לעזונג, למשל אויב מ'איז אין א האטעל אויף שבת אדער אויף ביז מ'טרעפט אן אנדערע עצה, דארף עס נישט צו זיין קיין פראבלעם.

אנדערע וואלטן אנגעשטעלט דעם פרידשידער אויף א זייגער, און מ'עפנט עס נאר ווען ס'איז אויסגעלאשן, אבער אנדערע זאגן אז דאס אנצינדן און אויסלעשן קען צוברעכן די פרידשידער.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

חלב ישראל האט געשריבן:אנדערע וואלטן אנגעשטעלט דעם פרידשידער אויף א זייגער, און מ'עפנט עס נאר ווען ס'איז אויסגעלאשן, אבער אנדערע זאגן אז דאס אנצינדן און אויסלעשן קען צוברעכן די פרידשידער.

כן נהוג גבן, אפילו אנע לעקטער וואס ווייזט די טעמפעראטוער. וכבר היה דברים לעולמים אז עס האט זיך צעבראכן נאך א קורצע תקופה, האבנדיג א גארנטי האט מען איינגעגעבן א פארלאנג צו באקומען א נייע, ומחשש גזל עכו"ם האט מען קלאהר מודיע געווען אז מען נוצט א זייגערל, האבן זיי געזאגט זיי גלייבן נישט אז דאס מאכט עס אן, און זיי האבן רעפלעיס"ט. (די נייע האלט זיך שוין ב"ה פיהל א לענגערע תקופה ווי די פריערדיגע)
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”