שאלות אין הלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

ווי איז דער פרי מגדים?
באקאנט מיטן אור שמח איז ווייל ער האט עס געשריבן אין א תשובה צים בעל התכלת אויף זיין אנפראגע פארוואס זאל מען נישט גיין תכלת לחומרא..
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אז דו רעדסט פון בעל התכלת, נעכטן געווען זיין יארצייט, געווען א ריז אין תורה, זיינע ספרים שארפט דאס קעפעלע, זי"ע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

איינער האט מיר אמאל געזאגט בשם הגרשז"א זצ"ל אז עס טאר נישט זיין אין א בעג, און איך האב געזוכט אין עטליכע ספרים און נישט געפונען קיינער רעדען פון דער שאלה, האב איך געפרעגט א חשובער רב וואס איז געווען נאנט צו הגרשז"א, האט ער מיר געזאגט אז ער ווייסט נישט פון אזא מימרא צו זאגען, אבער ס'איז נישט א דרך כבוד, איז דערפאר זאל מען לכתחילה האלטען ביידע חלות נישט אין א בעג אד"ג.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

פנימחדשות האט געשריבן:

א דאנק.
שוין אסאך מאל געווען נוגע.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין שמירת שבת כהלכתה שרייבט ער אז לכתחילה זאל מען עס אראפנעמען (ח"ב פנ"ה הערה לח) ע"פ המשנה ברורה קס"ז סקכ"ג. (אבער נישט בשם הגרש"ז, ממילא איז טאקע מסתבר אז ער האט עס נישט געזאגט).

ועי' עוד צדדים לכאן ולכאן בשו"ת רבבות אפרים ח"א סימן ר"א.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

מעג זיין אין א בעג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

האלט מען שוין ביי א מח' צווישען פארשלאפן און די שמירת שבת כהלכתו.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אוראייניקל האט געשריבן:אין שמירת שבת כהלכתה שרייבט ער אז לכתחילה זאל מען עס אראפנעמען (ח"ב פנ"ה הערה לח) ע"פ המשנה ברורה קס"ז סקכ"ג. (אבער נישט בשם הגרש"ז, ממילא איז טאקע מסתבר אז ער האט עס נישט געזאגט).

ועי' עוד צדדים לכאן ולכאן בשו"ת רבבות אפרים ח"א סימן ר"א.

א דאנק.
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובה דורך להודות »

דערמאנט לכאורה פון הוא במקום אחד ועירובו במקום אחר.
אויך די מתנה געדאנק איז נישט קיין סאך ווערט. עווענטואלי ווערט עס מילביג, און איינמאל עס כאפט א קלאפ אדער עס פאלט אראפ בלייבט ער מיט א באנטש ברעקלעך.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

קו הישר האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.

און אויב קען מען עס עפענען?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

איינער פון די גדולי המורים זצ"ל האט געענטפערט אויף אזא שאלה אז עס קען זיין אין באקס. איך מיין עס איז געווען לגבי נוצן א פסח'דיגע מצה וואס מען וויל נישט ארויסנעמען.

אין פסקי תשובות ברענגט ער גארנישט אויף דעם?
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

סטיטשינער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.

און אויב קען מען עס עפענען?

דאן הייסט עס נישט "אריין געבויעט" און עס איז צוריק צום אויבנדערמאנטע בעג שאלה.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

קו הישר האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.

און אויב קען מען עס עפענען?

דאן הייסט עס נישט "אריין געבויעט" און עס איז צוריק צום אויבנדערמאנטע בעג שאלה.

דעס האט ער געמיינט צו פרעגן. צו עס איז נאכאלץ בדיעבד וויבאלד עס איז נישט בכבוד'יג, אדער דעס הייסט שוין בכבוד'יג.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

סטיטשינער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:
קו הישר האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צו א געדאנק פאר א מתנה פאר עימיצן , א י"ב מצה (אדער 12 י"ב מצות) אריינגעבויט אין א חלה ברעט פאר לחם משנה? איז דאס נאך אלץ א בדיעבד אדער אויב איז עס א דבר חשוב ומכובד (שריים פון א צדיק) שפיר קאעביד?

זיכער נישט קיין צוגלייך. טאקע מער מכובד, אבער נישט ראוי לאכילה. אפילו ווען עס איז פארפרוירן איז א שאלה, למעשה זאגן פוסקים אז וויבאלד עס ווערט באלד ראוי לאכילה איז עס שוין יעצט גוט צו ניצן פאר לחם משנה. משא"כ ביי דיין מציאות איז עס בכלל נישט ראוי צו קענען עסן דערפון.

און אויב קען מען עס עפענען?

דאן הייסט עס נישט "אריין געבויעט" און עס איז צוריק צום אויבנדערמאנטע בעג שאלה.

דעס האט ער געמיינט צו פרעגן. צו עס איז נאכאלץ בדיעבד וויבאלד עס איז נישט בכבוד'יג, אדער דעס הייסט שוין בכבוד'יג.

אין שש"כ ערווענט ער די טעם אלץ אנכאפן די ברויט מיט די הענט אן קיין הפסק, און ס'האט נישט מיט כבוד צו טוהן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

להודות האט געשריבן:
געמבלער האט געשריבן:לחם משנה קען זיין אין א בעג אדער באקס אדער סמוז אנכאפן די חלה?

איינער פון די גדולי המורים זצ"ל האט געענטפערט אויף אזא שאלה אז עס קען זיין אין באקס. איך מיין עס איז געווען לגבי נוצן א פסח'דיגע מצה וואס מען וויל נישט ארויסנעמען.

אין פסקי תשובות ברענגט ער גארנישט אויף דעם?

דו רעדסט לכאורה פון א חמצ'דיגע מצה. אויב די באקס איז פארמאכט און מ'האט נישט עפעס אנדערש, איז ענדערש אנצוכאפן די גאנצע באקס ביים ברכה ווי איידער עפענען די באקס און זיך אריינלאזן אין מער שאלות.

פארשטייט זיך אז לצורך אכילה קען מען עס אויפשניידן פון די זייט.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:איינער פון די גדולי המורים זצ"ל האט געענטפערט אויף אזא שאלה אז עס קען זיין אין באקס. איך מיין עס איז געווען לגבי נוצן א פסח'דיגע מצה וואס מען וויל נישט ארויסנעמען.

דו רעדסט לכאורה פון א חמצ'דיגע מצה.

די שאלה איז געווען מיט א פסח'דיגע מצה פאר פסח וואס מען וויל נישט האלטן מיט א חלה.

(איך האב געשריבן "איך מיין" צוליב אן אנדער טעם.)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נוגע היי יאר ער"פ אינדערפרי.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

farshlufen האט געשריבן:נוגע היי יאר ער"פ אינדערפרי.

ערב פסח איז אן אנדער שאלה אויב עס הייסט ראוי לאכילה. דאכט זיך מ'איז מיקל אויף דעם אויך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

עטליכע שאלות ווען ער האט נישט קיין לחם משנה און ער וויל נוצן א מצה פארן צווייטן:
1) אין א בעג כנ"ל
2) אויב ס'איז ראוי לאכילה
3) ער"פ מצה
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

מיט ער"פ מצה מיינסטו אלס מוקצה?
___________________
מען דערציילט אז דער חזון איש פלעגט צו נוצן א מצה פאר לחם משנה אין אזא יאר.
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

רב טקסט האט געשריבן:מיט ער"פ מצה מיינסטו אלס מוקצה?
___________________
מען דערציילט אז דער חזון איש פלעגט צו נוצן א מצה פאר לחם משנה אין אזא יאר.

שואל ומשיב אין מהרש’’ם זענען מקיל מצד מוקצה.
כ’שרייב פון אויסעווייניג מזכרון, איך וועל באלד נאכקוקען די מקורות.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שאלות אין הלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

צ/ק

לעצטנס דאוונט אין מיין מנין אפטמאל פאר'ן עמוד אן א"י איד וואס איז אין יאר ל"ע, און ער האט זיך איינגעפירט צו פירן דאהי כמנהג א"י און זאגן א "ברכו" נאך קדיש דרבנן פאר עלינו. ונפשי בשאלתי אויב דאס הייסט נישט משנה געווען דעם מנהג המקום וכדו'
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”