בלאט 9 פון 9

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 4:31 pm
דורך קיקיון
קאכעדיגע האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:פארוואס קענסטו נישט זיין זיין שליח עס טון 'טובל'ען אלץ זכין לאדם שלא בפניו?

קען זיין קענסט עס מקנה זיין פאר יענעם, און נאכדעם טובל'ן פאר יענעם אלס שליח, אבער ווילאנג ס'איז דיינס איז די כלי פטור פון טבילה, און אז ס'איז פטור העלפט נישט די טבילה אויף ווען ס'גייט חל זיין די חיוב טבילה ביי יענעם


פעלט נישט אויס קיין שליחות!!
אפילו אויב עס פאלט אריין אין מקוה איז גענוג
חכמת אדם כלל ע"ג

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 9:26 pm
דורך לכאורה
אן אייער טאפ דארף מען טובל'ן? (מ'נוצט עס נאר פאר אייער מיט שאלעכץ, אבער די שאלעכץ זענען דאך לעכעריג)

Re: טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

געשריבן: דינסטאג מאי 26, 2020 9:28 pm
דורך לכאורה
האב איך פשוט געדארפט גיין שאפינג אינעם אייגענעם קלאזעט, האב איך טאקע געפונען אין א שיעור כללי אויף הל' טבילת כלים וואס איך האב אמאל אפגעשריבן ממש די שאלה:
וראיתי מי שכתב דלפי"ז קדירה המיוחדת לבישול ביצים אין צריך טבילה כיון שאינו נוגע בהמאכל עצמו, אבל לכאורה אין הנידון דומה לראיה, דהא כתב הרשב"א דשפופרת הביצה עשויה נקבים נקבים, וכן מבואר בשו"ע יו"ד סי' ס"ו דשפופרת ביצה אינו קרוי כלי ע"ש, וכן יש לסמוך בזה על דברי החת"ס (להלן אות ט') שמצריך טבילה לכל הכלים אף שאינן נוגעין בהמאכל, ושפיר דמי לטבול הקדירה שמבשלין בו הביצים ולברך על טבילתו.