פרייליךמאכער האט געשריבן: * געוויסע קהילות פירען זיך נישט צו מאכן א ברכה אויף טבילת כלים בזמנינו היות אסאך פירמעס אפילו אין וייטע מדינות האבן שותפות מיט יודען. אנדערע טענהן אז מקען אויף דעם נישט בויען, נאר כל זמן סאיז בחזקה אז ס'קימט פון א גוי דארף מען מאכן א ברכה, דאס איז אבער קלאהר, אז מזאל מחמיר זיין במקום ספק, ספק ברכות להקל. חידוש גדול שמעתי פון א דיין, אז א שיילער, וואס מקויפט נאר צו שיילען קארטאפל (פאטעט"א) זאל מען טובל,ען אהנע ברכה ויל"ע, ווייל סאיז פארט א כלי וואס מקען ניצן פאר מאכלים כמות שהם, ולא דמי לסכין של שחיטה, אזוווי די ט"ז שרייבט אז א סכין של שחיטה ניצט מען נישט פאר אנדערע זאכן.
* עס איז א סוד וועחכע?
א סכין של שחיטה זאגט דער רמ"א וטוב לטובלו בלא ברכה אויף א מצה וועלגער בלעך זאגט דער טו"ז פשט און רמ"א אז טוב לטובלו בלא ברכה
פרעג איבער דעם דיין פונקטליך וואס ער האט געזאגט בשם וועם
דורש ומבקש האט געשריבן:ס׳איז דא א מחלוקת האחרונים צו א כלי שתשמישו הוא כשהוא מחובר לקרקע צו ס׳איז מחיוב בטבילה די שב יעקב האלט אז די חיוב טבילת כלים שקנאו מעכו״ם איז דומה לטבילה מטומאה לטהרה אין א כלי שאינו מקבל טומאה איז פטור מטבילה משו״ה היות א כלי וואס איז מחובר לקרקע איז נישט מקבל טומאה איז נישט דא קיין חיוב לטבלו. די חת״ס אין סי׳ ק״כ סק״ו און די יד אפרים שם ברענגען עס אראפ. ועי׳ עוד בפתחי תשובה שם סק״ו בשם חכמת אדם אבער אסאך אחרונים קריגען זיך אויפן שב יעקב וס״ל דטבילת כלים שקנאו מעכו״ם איז נישט דומה לטבילה מטומאה דכאן א״צ לטבלו משום טומאה והא ראי׳ דאפילו כלי חדש שלא השתמוש בו העכו״ם מעולם איז מחיוב בטבילה. ובראשם איז בשו״ת גידולי טהרה סי׳ י״ז נאר די גידולי טהרה פטר׳ט עס מטבילה מטעם אחר דכלי כתוב ומחובר לא הוה כלי תשמיש
יעצט לנידן דידן האלט די חלקת יעקב ח״ג סי׳ קט״ו אז א כלי אלקטרי דינו כמחובר לקרקע ופוסק כהשב יעקב אין עס איז פטור מטבילה אבער רוב אחרוני זמנינו חולקים עליו בזה משום דס״ל דלא קיי״ל כהשב יעקב. ויש שמוסיפים ואומרים דכלי אלקטרי אינו כמחובר לקרקע
ובנידן דידן כבר כתבתי דהגאון הגדול ר׳ יחזקאל רוטה שליט״א ס״ל דאם א״א לטבלו מחמת שא״א לו להמים ליכנס למקום ההשתמשות לא חייבו בטבילה
ועוד חשבתי שאפשר לצרף שיטות האחרונים מסימן קצ״ח דס״ל דמקום בלוע א״צ טבילה בכלל. ובנידן דידן איז די גאנצע מאשין פון פלסטיג חוץ מקום בלוע ממש. די פייפ וואס טראגט אריין די וואסער און די פייפ וואס טראגט ארויס די וואסער איז פון פלסטיג און אפילו די קליינע טאנג וואס ליגט אין די מאשין וואס האלט די וואסער בשעתן קאכן איז חצי פון פלסטיג וחציו השני איז פון אינדרויסן פון אייזן ולא יכולתי לעמוד עליו אם מבפנים במקום תשמישו איז פון אייזן אדער נישט. ( ואם לאו אין כאן שום שאלה ממתכת)
איךך האב באגעגנט די תשובה פון הגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל וואס ער ברענגא פין הרה"ק מסאטמער זי"ע אז די סארט כלים זענען פטור פון טובל'ן צוליב דעם אז עס איז מחובר לקרקע !! עס איז פאר מיר געווען א ווינדער, וויבאלד איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם, האב איך געפרעגט הג"ר שמואל דוד סאקס שליט"א (דומ"ץ פשעווארסק וויליאמסבורג) און ער האט מיר גלייך אויסגעכאפט מיטן נאמען וואס דער אודווארי רב ז"ל ברענגטט עס בשמו, זאגענדיג אז ער וויסט פון דעם שוין לאנג, און דער מעשה איז געווען אז הר"ר פישל פריעדמאן ז"ל האט אליינס געפרעגט דעם רבין זי"ע די שאלה להלכה ולמעשה און אזוי האט עם דערר בי געפסקנט !!!!
געוויסע קהילות פירען זיך נישט צו מאכן א ברכה אויף טבילת כלים בזמנינו היות אסאך פירמעס אפילו אין וייטע מדינות האבן שותפות מיט יודען. אנדערע טענהן אז מקען אויף דעם נישט בויען, נאר כל זמן סאיז בחזקה אז ס'קימט פון א גוי דארף מען מאכן א ברכה, דאס איז אבער קלאהר, אז מזאל מחמיר זיין במקום ספק, ספק ברכות להקל. חידוש גדול שמעתי פון א דיין, אז א שיילער, וואס מקויפט נאר צו שיילען קארטאפל (פאטעט"א) זאל מען טובל,ען אהנע ברכה ויל"ע, ווייל סאיז פארט א כלי וואס מקען ניצן פאר מאכלים כמות שהם, ולא דמי לסכין של שחיטה, אזוווי די ט"ז שרייבט אז א סכין של שחיטה ניצט מען נישט פאר אנדערע זאכן.
דאס נישט מאכן קיין ברכה איז מער ווייניגער א טעות העולם, די חשש אז א איד האט א שותפות איז א סברה וואס דער ערך שי שרייבט אבער די פוסקים האבן נישט חושש געווען דערויף.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
דורש ומבקש האט געשריבן:ס׳איז דא א מחלוקת האחרונים צו א כלי שתשמישו הוא כשהוא מחובר לקרקע צו ס׳איז מחיוב בטבילה די שב יעקב האלט אז די חיוב טבילת כלים שקנאו מעכו״ם איז דומה לטבילה מטומאה לטהרה אין א כלי שאינו מקבל טומאה איז פטור מטבילה משו״ה היות א כלי וואס איז מחובר לקרקע איז נישט מקבל טומאה איז נישט דא קיין חיוב לטבלו. די חת״ס אין סי׳ ק״כ סק״ו און די יד אפרים שם ברענגען עס אראפ. ועי׳ עוד בפתחי תשובה שם סק״ו בשם חכמת אדם אבער אסאך אחרונים קריגען זיך אויפן שב יעקב וס״ל דטבילת כלים שקנאו מעכו״ם איז נישט דומה לטבילה מטומאה דכאן א״צ לטבלו משום טומאה והא ראי׳ דאפילו כלי חדש שלא השתמוש בו העכו״ם מעולם איז מחיוב בטבילה. ובראשם איז בשו״ת גידולי טהרה סי׳ י״ז נאר די גידולי טהרה פטר׳ט עס מטבילה מטעם אחר דכלי כתוב ומחובר לא הוה כלי תשמיש
יעצט לנידן דידן האלט די חלקת יעקב ח״ג סי׳ קט״ו אז א כלי אלקטרי דינו כמחובר לקרקע ופוסק כהשב יעקב אין עס איז פטור מטבילה אבער רוב אחרוני זמנינו חולקים עליו בזה משום דס״ל דלא קיי״ל כהשב יעקב. ויש שמוסיפים ואומרים דכלי אלקטרי אינו כמחובר לקרקע
ובנידן דידן כבר כתבתי דהגאון הגדול ר׳ יחזקאל רוטה שליט״א ס״ל דאם א״א לטבלו מחמת שא״א לו להמים ליכנס למקום ההשתמשות לא חייבו בטבילה
ועוד חשבתי שאפשר לצרף שיטות האחרונים מסימן קצ״ח דס״ל דמקום בלוע א״צ טבילה בכלל. ובנידן דידן איז די גאנצע מאשין פון פלסטיג חוץ מקום בלוע ממש. די פייפ וואס טראגט אריין די וואסער און די פייפ וואס טראגט ארויס די וואסער איז פון פלסטיג און אפילו די קליינע טאנג וואס ליגט אין די מאשין וואס האלט די וואסער בשעתן קאכן איז חצי פון פלסטיג וחציו השני איז פון אינדרויסן פון אייזן ולא יכולתי לעמוד עליו אם מבפנים במקום תשמישו איז פון אייזן אדער נישט. ( ואם לאו אין כאן שום שאלה ממתכת)
איךך האב באגעגנט די תשובה פון הגה"צ אבד"ק אודווארי זצ"ל וואס ער ברענגא פין הרה"ק מסאטמער זי"ע אז די סארט כלים זענען פטור פון טובל'ן צוליב דעם אז עס איז מחובר לקרקע !! עס איז פאר מיר געווען א ווינדער, וויבאלד איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם, האב איך געפרעגט הג"ר שמואל דוד סאקס שליט"א (דומ"ץ פשעווארסק וויליאמסבורג) און ער האט מיר גלייך אויסגעכאפט מיטן נאמען וואס דער אודווארי רב ז"ל ברענגטט עס בשמו, זאגענדיג אז ער וויסט פון דעם שוין לאנג, און דער מעשה איז געווען אז הר"ר פישל פריעדמאן ז"ל האט אליינס געפרעגט דעם רבין זי"ע די שאלה להלכה ולמעשה און אזוי האט עם דערר בי געפסקנט !!!!
דער חלקת יעקב זאגט עס אויף עלעקטרישע עפלייענסעס.
Get your facts first, then you can distort them as you please.