בלאט 1 פון 15

טבילת כלים; שאלות המצויות בימינו וכדו'

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 10:13 pm
דורך שוועמל
גייענדיג אין הארדוועיר סטאר האב איך מיר אוודאי געקויפט א נייע טאוסטער ווייל וואס דען טוה איך אין א הארדווער סטאר?

דער ליבאוויטשער בחור וואס האט מיך סערווירט און אראפגענומען דעם טאוסטער פון שעלף גייט גלייך צום מקוה עס טובל זיין כדבעי.

איך שטיי אין קוק "זייט ווען טובל'ט מען א טאוסטער? איך האב עס ביי מיין טאטן נישט געזען".

כ'אב אים שוין כמעט געוואלט הייסן זאפארט אויפהערן און נישט קאליע מאכן מיין טאוסטער ("מיר נעמען נישט צוריק קיין געטובל'טע זאכן" ליינט זיך קלאר העכערן רעזשיסטער), אבער כ'אב מיך בארעכענט אז דער טוט דאך דא זיין זשאב בשלימות, מן הסתם טובל'ט מען יעדענס טאוסטער און נישט נאר מיינס, און אויב ס'וואלט קאליע געגאנגען בין איך דאך נישט דער ערשטער צו קאמפלעינען דערויף.
אקיצור, א מינוט דערויף זעה איך ווי ער טובל'ט א נייע פירקולעטאר פאר עמיצן.

ברויך מען דאס טובל'ן להלכה?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 21, 2009 10:21 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
ער האט געטובלט די גאנצע פלאג?

קיק מנחת יצחק ח"ב סימן ע"ב

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 9:35 am
דורך פרעגער
ר' שלמה זלמן זצ"ל זאגט אז וויבאלד דאס נוצט מען נאר איינגעשטעקט, הייסט דאס מחובר לקרקע, און עס איז פטור פון טובל'ן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 9:53 am
דורך אלף בית
עס איז יעצט ארויסגעקומען א ספר שיעורי הלכה ברורה אויף הלכות טבילת כלים. פון הר"ר יעקב אלעזר מענדלאוויטש פון ק"י. ווי ער רעדט ארום דערוועגן

דער חלקת יעקב (הגאון רבי יעקב ברייש) האלט טאקע אז א יעדע עלעקטערישע כלי דארך מען נישט טובל'ן. (אזוי פרעגער זאגט)
דער מנחת יצחק - באר משה - שבט הלוי קריגן אויף דעם. בכלל איז א מחלוקה די מחובר לקרקע איז פטור מטבילה.

ער איז מכריע למעשה אז מדארף טובל'ען א טאוסטער.

אבער כדי די כלי זאל נישט חרוב ווערן, ברענגט ער עטליכע עצות
אדער גיט מען עס פאר א גוי במתנה און מבארגט עס, אדער קען מען ארויסנעמען א שרויף (Screw) און דערנאך לייגט מען עס צוריק, הייסט עס ווי נעשה ע"י ישראל און סאיז פטור

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 10:01 am
דורך שוועמל
אלד;
וואס האט עס צוטון מיטן "גאנצן" פלאג?

א דאנק פרעגער און א"ב פאר די הארות.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 10:06 am
דורך דארפסמאן
איך האב אייביג געטויבלט א טויסטער און א פערקילעטער (חיץ די וואס שטייט נעשה ע"י ישראל ואין צריך טבילה) אין מען לאזט עס אויסטריקענען כאטש 24 שעה אין איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם

וכך עשה אבי ואבי אבי

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 11:08 am
דורך יוסלמאן
אלץ בחור האך איך געפרעגט הרה"ג ר' הילל וויינבערגער שליט"א און ער האט געהייסן טובל'ן און נאך צוגעלייגט אז מ'זאל ווארטען 24 שעה ווילאנג ס'טריקענט אויס אז ס'זאל זיך נישט צוברעכן.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 11:33 am
דורך פרעגער
אפילו להסוברים שאין צריכים להטביל טאוסטער, יש לחשוב על ה'פערקילעטערס' החדשים שאפשר להשתמש בהם כ'טערמוס', כשנגמר בישולו, מוציאים החוט ומניחים אותו סתם כך על השולחן שמי שרוצה יקח נא מעט מים, וא"כ בודאי צריכים להטבילו.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 11:34 am
דורך farshlufen
אלף בית האט געשריבן:אדער קען מען ארויסנעמען א שרויף (Screw) און דערנאך לייגט מען עס צוריק, הייסט עס ווי נעשה ע"י ישראל און סאיז פטור

די עצה געפעלט מיר, אבער פארוואס זאל איך נישט קאנען טאן די זעלבע מיט א טאפ?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 11:40 am
דורך farshlufen
שוועמל האט געשריבן:אלד;
וואס האט עס צוטון מיטן "גאנצן" פלאג?

אז נישט איז גלייך ווי דו טובל'סט דיך מיט איין האנט אינדרויסן פון וואסער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 11:54 am
דורך פרעגער
farshlufen האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:אדער קען מען ארויסנעמען א שרויף (Screw) און דערנאך לייגט מען עס צוריק, הייסט עס ווי נעשה ע"י ישראל און סאיז פטור

די עצה געפעלט מיר, אבער פארוואס זאל איך נישט קאנען טאן די זעלבע מיט א טאפ?


ווייל עס ווערט נישט אויס כלי ווען דו נעמסט אראפ דעם הענטל, משא"כ א שרויף פון א טויסטער, מוז דאס זיין אויף אזא אופן אז די כלי זאל בטל ווערען, און דערנאך עס צוריק באהעפטן שיהא נעשה ע"י ישראל.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 12:00 pm
דורך שוועמל
פארשלאפן;
מיינסט צו זאגן אלס "ידות הכלי"?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 12:26 pm
דורך farshlufen
איך ווייס נישט, איך וואלט געזאגט אז א טויסטער ווערט נישט אויס כלי אנלעס איך צוברעך דעם גאנצן היעטינג עלעמענט, יעדע זאך וואס אן דעם וועל איך עס אויך נוצן איז דאך פשוט אז דאס אראפנעמען וועט נישט מאכן אויס כלי.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 12:40 pm
דורך אלף בית
farshlufen האט געשריבן:איך ווייס נישט, איך וואלט געזאגט אז א טויסטער ווערט נישט אויס כלי אנלעס איך צוברעך דעם גאנצן היעטינג עלעמענט, יעדע זאך וואס אן דעם וועל איך עס אויך נוצן איז דאך פשוט אז דאס אראפנעמען וועט נישט מאכן אויס כלי.

אזוי האט גע'פסק'ט דער באר משה, און רבי יחזקאל ראטה שליט"א זאגט אן הגדרה, אז מזאל מוזן ניצן טאלס עס צו פארעכטן.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 12:57 pm
דורך farshlufen
סתם האוסהאלד טולס, זאכן וואס מיין 4 יעריגער קען אליינס פאררעכטן?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 12:58 pm
דורך אלף בית
לכאורה

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 12:59 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
ביין אינז אין שוהל ווען מען האט געקויפט א נייעם פערקולעיטאר האט דער דיין שלנו געזאגט אז מען זאל טוישן דעם שטאפער (פון קראן) פאר א נייע און דאן הייסט עס געמאכט דורך א איד

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 1:01 pm
דורך שוועמל
לויט דעם באר משה דארף איך נישט גארנישט טובל'ן, מיין קליינער "פיקסט" אלעס אינדערהיים, דער טויסטער, דער טעיפריקאדער... וכו'

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 1:05 pm
דורך קרעמער
עס איז דא א טעיפ אויף טבילת כלים פון הרה"ג רש"ז בערנבלוט זצ"ל, זאגט ער דארט בתוך הדברים א דעה אז א טאוסטער דארף מען נישט טובל'ן ווייל עס טוהט נישט קיין גרויסע תיקון אינעם מאכל, ווייל אין אפיה אחר אפיה (און ער זאגט אז זיין ידיד [להבחל"ח] הגרי"ד הארפענעס פארלאזט זיך אויף דעם לגבי נישט צו דארפן טובל'ן ווען מען קויפט צוריק אפ פונעם גוי נאך פסח), אבער לדעתו קען מען זיך נישט פארלאזן דערויף.

ער האט דאך אויך א גאנצע שמועס אויב עלעקטרישע כלים מיט א ווייער הייסן מחובר לקרקע, אבער ער בלייבט אז מען קען דאס נישט אנרופן מחובר לקרקע און עס איז מחויב טבילה.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 2:37 pm
דורך קריאת שמע
א אויבן דארף מען אויך טובל'ן בתמיה פארוואס א טאוסטער

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 2:59 pm
דורך שוועמל
א אויבן גופא רירט נישט צו צום מאכל משא"כ א טויסטער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 3:15 pm
דורך אלף בית
אויב איינער באניצט זיך מיט די גרעיטס פונעם אויוון ער לייגט ארויף עסן אויף די די גרעיטס אן א בעקעלע, דארף מען טאקע טובל'ן די גרעיטס,
לגבי שעלווס פון א פריזשידער איז דער מנח"י מקיל ווייל סיי סאיז נישט קיין כלי סעודה און סיי סאיז נישט מתקן דעם אוכל, דער באר משה וויל יא מחמיר זיין ביי א פריזשידער.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 3:20 pm
דורך קריאת שמע
די אייזענעס פון א טאוסטער איז יא א כלי סעודה אדער מתקן די אוכל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 3:29 pm
דורך farshlufen
רב קריאת שמע, איר פרעגט?

יא, דער טאוסטער איז מתקן, ווי אויך די טאוסטער אווען גרעיטס.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 22, 2009 3:34 pm
דורך אלף בית
רוב פוסקים האלטן אז א טאוסטער הייסט א מתקן

קרעמער האט פריער נאכגעברענגט פון הגרש"ז בערנבלוט א דעה אז סהייסט נישט קיין ריכטיגער מתקן.
(אזוי האט געהאלטן הגר"מ פיינשטיין, וחלקו עליו רוב האחרונים)