אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

אינטרעסאנט מיטצוטיילן פארן עולם איבער דעם ענין.....די הייליגע ישמח משה האט נישט געהאט ווייל ער האט עס נישט געהערט פון הימל (כידוע פלעגט ער נאר טוהן זאכן וואס מהאט אים מגלה געווען פון הימל)זיין אייניקל הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויך נישט געהאט....די ברך משה זי"ע האט יא גאהאט ווייל זיין טאטע די עצי חיים האט אויך געהאט
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

אין ספר הליכות צדיקים [עובדות ומנהגים מרבוה"ק מבעלזא] חלק ב' דף ריב' רעדט מען דארט די ענין פון יב' חלות שבת, ברענגן זיי דארטן אראפ א מעשה וואס איז געווען מיט ר' יהושע מבעלזא זי"ע און צאנזער רב זי"ע, איך וועל אראפברענגען זייערע לשון ווי עס שטייט דארט און הערה טו'.
" וכיו"ב כתב הגה"צ ר' אלעזר שפירא אב"ד קיוויאשד בס' שאר ישוב: "שמעתי מאאמו"ר זצ"ל [הרה"ק ר' צבי אלימלך מבערטש זי"ע], שבהזדמן הרה"ק ר' יהושע מבעלזא זצ"ל בצאנז, אמר לו הרה"ק מצאנז זצ"ל שהרב הזקן [הרה"ק מראפשיץ זי"ע] סיפר ש'ארענדער' זקן אחד אמר לבניו, דטעם י"ב חלות הוא, כי הם כנגד י"ג מרגלים, ' איי עס איז נאר צוועלף, איינס ארויף, איינס אראפ', ואמר על זה הרה"ק מבעלזא זצ"ל, שאפשר שזהו הכוונה בחרוז 'יגלי לן טעמי דבתריסר נהמי', דהכוונה להקשות כנ"ל למה לא לוקחין י"ג חלות",
ויש להסמיך לזה דברי התרגום יונתן בפרשת אמור, על הפסוק (ויקרא כד, ה) "ואפית אותה שתים עשרה חלות", "ותיפי יתה תריסרי גריצין שווין לתליסר שבטיא" (ואפית אותה שתים עשרה חלות שווין לשלשה עשר שבטים)."
קוק איך אריין אין תרגום יונתן פון חומש עוז והדר באמערק איך אז דארט שטייט "ותיפי יתה תריסרי גריצן שוין לתריסר שבטיא" קוק איך אריין אין חומשים פון אנדערע מו"ל און דארט שטייט "לתליסר שבטיא", און עוז והדר ברענגט נישט קיין שום מקור (א פריעדיגע מהודרא) אז עס דארף שטיין לתריסר .
זעיט אויס אז זיי קענען אליין מחליט צו פארענדערן זאכן.
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

סטאר האט געשריבן:אינטרעסאנט מיטצוטיילן פארן עולם איבער דעם ענין.....די הייליגע ישמח משה האט נישט געהאט ווייל ער האט עס נישט געהערט פון הימל (כידוע פלעגט ער נאר טוהן זאכן וואס מהאט אים מגלה געווען פון הימל)זיין אייניקל הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אויך נישט געהאט....די ברך משה זי"ע האט יא גאהאט ווייל זיין טאטע די עצי חיים האט אויך געהאט

געווען א הערליכן ארטיקל איבער י"ב חלות אין "דער איד" פרשת אמור

איך שטעל מיר פאר אז דארט האסטו עס געליינט, וואלט געווען א שיינע זאך צו געבן קרעדיט פאר זיי
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
סטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2022 3:06 pm

Re: אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאר »

געזען היינט שטיין בשם הרה"ק ר מאירל מפלעמישלאן זי"ע אז יעדע איד וואס עסט שבת ב חלות איז אזוי ווי ער האט י"ב חלות (ווייל יו"ד ב)
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: אלעס ארום י"ב חלות שב"ק ביי די סעודה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

אין זמירות לעטר פתורה שטייט: ומש"כ שעכ"פ אחד בעיר צריך להיות על שלחנו י"ב חלות בשבת. כ"ק אא"ז הה"צ מהרא"ל מטאמאשוב זצלה"ה אמר בשם אא"ז משינאווא זי"ע דבכל דבר שאינו מצוה והלכה רק כוונות, מספיק שאם אחד בעיר עושה כן, והשאר יכולים לסמוך עליו.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”